|
|
| נשלח ב-29/11/2005 00:25 |
|
| |
כשם שדנתני לכף זכות, כך אני דן אותך לכף זכות שאתה בגדר תינוק שנשבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 00:27 |
|
| |
דו מיינסט זיכער שנפדה...
איך שטאם נישט פון דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 00:59 |
|
| |
דרייניץ אפשר בין איך אויך א כופר ביי דיר
אבער לגבי חב"ד האלט איך מיט דיר 101% אלע זענען דארט אומשולדיג אריינגערעכט די עקסטרעמע משיח'יסטן אלס איז
ווי די גמ' זאגט "פרתו של ר אלעזר בן עזרי'"
איך ווייס אז רוב גולשים ובפרט רוב נישט סאטמארע גולשים האלטן פארקערט, איך האלט אבער אז אין אונזער דת איז נישט דא אזא זאך פון עבירה מכבה מצוה אדער מצוה מכבה עבירה.
געלויבט השי"ת ברוך וברוך שמו לעד אשר לא השבית מעמו גואל הרב שך זצ"ל ער האט אפ געראטעוועט דעם שארית ישראל ווען נישט איהם מי יודע ווי מ'וואלט אהנגעקומען מיט זיינע מבצעים.
So Drynitz you are not alone
איבער די שלוחים רוב פון זיי זענען וואוילע אידען... טוהן גוטע זאכען אבל לפעמים מעורב טוב ברע.
למשל כאטש ר' מ.מ. האט געהאלטן אז מ'טאר נישט ארבעטען צוזאם מיט רעפארמער אפילו אויב מ'קען אויפטון(דאס אליין ווייסט אז ער אליין האט נישט געהאלטן פון "קירוב UBER ALLES" ) אבער ווער ס'גייט נאך וואס זיי טוען זעהט אז זיי זענען משתף פעולה מיט רעפארמער ועוד דברים כאלה.
דאך טוט א יעדער שליח וואס ער וויל.. ואכה"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 01:16 |
|
| |
DRYNITZ און yohcee718
אויף אייך זאגט מען 'הכלבים נובחים והשיירה עוברת'
איר פילט גוט הינט, פיין, שריי, דפקת את אגד
ווער עס האט געזען נעכטן ביינאכט דעם ביינקעט איז אומעגלאך אז ער איז נישט געווען מלא התרגשות, העכער 3000 שלוחים, חסידים,ירא שמים, די "שבט לוי" פון אונזער דור...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 01:38 |
|
| |
איך קען שליחים און זייערע קינדער און איך קען קראון הייטס, איך האלט מיך צו מיין אריגינעלען סטעיטמענט אז די קינדער פון די שליחים וואקסען אויס בעסער ווי די קראון הייטס קינדער און די סיבה בפשטות איז ווייל זיי געבען זיך אוועק פאר אידען.
שליחים איז די שיינקייט פון ליבאוויטש, דאס איז זייער גוטער חלק, די שוואכקייט אין אמונה ודעות איז זייער שוואכער חלק. ביי יעדען איינעם איז דא א גוטער חלק און א שוואכער חלק, עס איז נאר א הארץ ווייטאג אז ביי זיי איז די שוואכע חלק ביים וויכטיגסטען חלק, ביים קאפ, ביי אמונה ודעות.
און דאס איז אלעס צו פארדאנקען ר' מנחם מענדעל שנייאורסאהן וואס האט אראפגעפיהרט זיין ציבור פונעם דרך.
זיי זענען גארנישט שולדיג אבער דאס פארמינערט נישט די טראגעדיע דערפון.
ביי אונז האט מען נישט געהאלטען פון שליחות אויך נישט אבער די מסירת נפש פון די שלוחים (עכ"פ די וואס איך האב מיך אנגעשטויסען) פאר אידען און פאר אידישקייט זייער מסירת נפש פאר חינוך פון זייערע קינדער, זייער אהבת ישראל, אהבת השם ואהבת התורה וואס איך האב געזעהן ביי זיי איז א זעלטענהייט, און טאקע ווי מער איך קוק ארויף אויף די אידען ווי מער איך איבערצייג מיך זייער חשיבות אלץ מער טוט עס וויי, ווי ריינער דער דיימאנט איז אלץ שטערקער זעהט זיך אן די שמוץ איבערהויפט ווען די שמוץ איז אויבען אויפען שפיץ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 01:48 |
|
| |
ביטע זייט מסביר וואו האסטו געזען ביי די שלוחים א שוואכקייט אין אמונה?
(פאר דיין טובה בריינג נישט אריין די "משיח" מעשה ווייל יעמולט וועסטו גלייך פארלירן)
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:31 |
|
| |
יוסי
איך פארשטיי נישט פארוואס ווען א שליח גייט מיט רעפארמער באשולדיגסטו דעם רבי'ן.
אז א סאטמארער חסיד טוט א עוולה באשולדיגסטו אויך דעם רבי?
סתם נאריש.
ווען די זאלסטו זאגען אז זייער סיסטעם איז נישט ריכטיג וואלט איך נאך פארשטאנען, אבער סתם? האט דאך אזא פנים וואס דרייניץ וואס זעט נעבעך דארט כפירה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:37 |
|
| |
טובעין:
די זעהסט נישט קיין כפירה דארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:38 |
|
| |
ניין!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:43 |
|
| |
איז אמונה אין די מדינה הציונית כפירה?
איז אף שעל כפירה?
ביזטו בכלל א סאטמארער, צו סתם אן ארויני?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:47 |
|
| |
ניין אוודאי בין איך נישט קיין סאטמארער.
וואלסט געמעגט קוקען אויף איינעם'ס כתיבה צו ער איז א סאטמארער.
גראדע איז דער ליובאוויטשער רבי געווען א גרויסער אנטי ציוני, אבער אף שעל האט ער טאקע געהאלטען
מיינסט אז ער איז א כופר ווייל ער האלט נישט ווי דער ויואל משה? איז דער דאך נכלל בתוך רוב חרדישע אידען, ואס האבן געהאלטען אנדערשט על פי הלכה.
מילא!!!
גלייב מיר אז יוסי מיינט נישט דאס, וועגען דעם האב איך אים אדרעסירט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:53 |
|
| |
טובעין:
עס איז מיר א געוואלדיגער חיזוק אז די וואס די ביסט דא אויפען פורום א שטארקער ארויני און שטארק אנטי כ"ק הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א דערקלערסט דיך אפען אלץ נישט קיין סאטמארער.
איין זאך מוז איך דיר צוגעבען אז די האסט א גוטען נאז די שמעקסט וועלכע עס איז די ריכטיגע סאטמאר און די ווייסט וועם פיינט צו האבען.
יישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:01 |
|
| |
ליובאוויטש רעדט וועגן אחדות ישראל, אהבת ישראל און דא איז דא איינער וואס יעדן תגובה איז דא ווערטער ווי "פיינט" "שנאה" וועגן אנאדער איד
DRYNITZ זיי ממשיך מיט דיינע גוישע לשונות דו טוסט אסאך א בעסערע ארבעט ווי איך וואלט געקענט טאן
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:03 |
|
| |
YOHCEE
וויזוי איז געווען די אינדיג ביי די קאנווענשאן? דו מיט דיינע אגודיסטישע פאנטאזיעס קענען ווייטער קלערען ווי איר ווילט, און איר קענט זיך האלטען מיט הרב שך'ן.
תוקן על ידי - brooklyner - 29/11/2005 4:32:37
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:04 |
|
| |
דרייניץ
ביסט זייער א שוואכע קאפ, די חלומסט סתם.
איך בין נישט קיין סאטמארער יעדער דא ווייסט עס, איך בין נישט קיין שטאררקער אהרוני, אין נישט קיין שטארקע זאלי.
אויב די קענסט טרעפען אז איך האב מיך אמאל אנגענומען פאר ר' אהרן קענסטו אויף טרעפן אז איך האב מיך אנגענומען פאר ר' זלמן לייב אבער באופן כללי מיש איך מיך נישט אין סאטמארער פאליטיק.
|
|
|
|
|