|
|
| נשלח ב-29/11/2005 08:03 |
|
| |
יוחי
דער רבי שרייבט קלאר אז אונזער ענין איז נישט ארומצולויפען אין דער גאסען מקרב זיין מענטשען, נאר דעם וואס מיר וועלען זיצען אין ביהמ"ד און לערנען וועט שוין ממילא צוריקשלעפען וועלכע ניצוצות דארפען צוריקקומען.
נאר אז מ'רעדט שוין יא פון לובאוויטש, זאל איינער פראביערען כאפען ר' מאיר וועבערמאן אין א גוטע שטימומג און ארויפלייגען וואס ס'קומט ארויס פון'ם שמועס.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 08:05 |
|
| |
נו שוין,
ווי זאגט יענער "איך האב געמיינט אז איך האב צו טון מיט א דיימאנדשניידער, יעצט זעה איך אז איך האב צו טון מיט א משוגענער"
וויש זיך אפ די שוים וואס רינט פון דיין שמוציגע פיסק
אפילו די געשוואוירענע שונאים לאכען שוין פון דיר
גיי שלאפען פרי, ווייל דו דארפסט מארגען בודק זיין זיך און אלע אידן אין דיין מנין אז נישט איז א שאלה
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 08:11 |
|
| |
WASSA
זיי האבען נאך א מערכה מיט האדמור ריי"ץ נ"ע
דו ביסט גערעכט און אזוי האבען געהאלטן רוב גדולי ישראל מער אדער ווייניגער.
איך בין געוועהן אין ארץ ישראל ווען דער קלויזענבורגער רבי איז געקומען אויף ארץ ישראל צוריק פון אמעריקע
איך מיין אז דאס איז געוועהן שנת תשל"ה
בין איך געפארן איהם זעהן קיין קרית צאנז ביים קבלת פנים האט ער געזאגט א דרשה אש להבה איך האב עס אפ געטעיפט ובתוך הדברים:
"דער צאזער זיידע איז נישט געלאפען לייגען תפילין נישט געלאפען כאפען בעלי תשובה" וכו' כו'
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 08:15 |
|
| |
נו, גיי רעד זיך אפ אויף מארדי ניישטאדט און ר' מא-תית-יא-הו שאלאמאן (מאדיאר עמבער?) וואס לויפען ארום מאכען "טויזענטער בעלי תשובה"
יעצט ווען ס'איז באקוועם נוצט ער קלויזענבורג!
הפלא ופלא!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 08:25 |
|
| |
צבי
ווער איז מארדי ניישטאדט? מא-תית-יא-הו שאלאמאן מיינסט דו דער ענגלישער וואס איז געפארען קיין לייקוואוד? און וואס מיינט (מאדיאר עמבער?)
יוחי
ריכטיג. דער מלאך איז געווען פארטענה'עט אויף מהריי"ץ אז ער האט גענומען אן ערנסטע חסידות און פארוואנדעלט אין א באנדע הולטאיעס.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 29/11/2005 14:55:47
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 08:35 |
|
| |
צי ווייסט איינער וויאזוי מען מאכט דעם ערשטן בילד פון דעם אשכול?
עס ווערט שמעלער ביי די רעכטע זייט און די לינקע זייט.
תוקן על ידי - jewboy - 30/11/2005 12:16:20
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 16:31 |
|
| |
wassa
MORDY NEUSTADT איז פון די "ועד להצלת נדחי ישראל"
ר' מתתיהו סולומון איז די ממלא מקומו פון ר' נתן וואכטפויגל פון לעיקוואוד, ארגינעל פון געיטסהעד
דו ווייסט נישט וואס "מאדיאר עמבער" איז? און דו דרייסט זיך אין סאטמאר?
תוקן על ידי - allnewspic - 29/11/2005 18:55:53
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 17:35 |
|
| |
דא האט איר א לינק ווי אזוי איינער באשרייבט פול מיט הרגשים די מעלות פין די שליחים
די באשרייבונג איז אין בלאג פינעם אלגעמיינער
כאטש די אלע זאכן געהערן נישט צי אונזער חדר{סאטמערע}דאך איז איז עס גאר אינטערסאנט צי ליינען}
http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=787
תוקן על ידי - allnewspic - 29/11/2005 18:56:21
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 20:48 |
|
| |
לאמיך א טובה טון פאר צבי, און פארדרייען די שמועס אביסעלע...
כ'האב אפגעציילט די בילדער אין אלע זייטן, כ'זע נישט מער ווי ארום טויזנט מענטשן.
איז דאס אלעס וואס ליובאוויטש פארמאגט ?
אדער זענען די משיחיסטן יא דער רוב ?
(לעצטנ'ס האב איך געליינט אז הרב אשכנזי האט געזאגט אז חב"ד אין אר"י אליין איז 30,000.
זענען רוב חב"ד ניט קיין שלוחים ?)
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 21:10 |
|
| |
בא ללמד:
ס'איז נישט קיין זאלי חתונה, דו מוזט עס נישט קלענער מאכען....
ס'זענען געווען איבער 2500 שלוחים פאר די כינוס, רובם זענען אריין אין דעם בילד, צייל נאכאמאל
רוב חב"ד איז נישט שלוחים, כאטש אז רוב נייע יונגעלייט פארען יא ארויס
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 21:13 |
|
| |
עס איז שוין אדורך צוויי טעג, און כ'האב עס גרונטליך אפגעציילט.
אגב, איך האב נישט נאר נישט קלענער געמאכט דעם כינוס, נאר אפילו די זאלי חתונה האב איך אויך נישט קלענער געמאכט פון וואס עס איז געווען...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 21:26 |
|
| |
יוסי
איך האב נישט געוואלט זיך אריין מישן מחמת מיינע סיבות
איך האלט ליובאוויטש איז א טראגעדיע, וויאזוי אזא עדה קדושה האט געמאכט א לעפט טוירן בענין די משיחיסטן.
דו האסט א יניקה פון ליטוואקעס, פון דעם חדר פון הגר"א קאטלער זצ"ל, געזונטערהייט.
אבער איך בעט דיך מיש נישט אריין קל"ב
דער רבי זצ"ל האט געהאט דעם גרעסטן רעספעקט פאר ליובאוויטש, ער האט געזאגט כמה וכמה פעמים אז א נס זיי טוהען די ארבעט, ווען נישט וואלט ער אליין דאס געמוזט טוהן.
די דרשות האט ער געזאגט פאר זיין עולם אז זיי זאלען זיצען אין לערנען, ער האט געזאגט אז דאס איז נישט אונזער -צאנזער - וועג.
כיוצא בדבר האט ער אויך צומאהל געהאקט אויף די אגודה... און אויף ניגונים זינגען אין פארברענגען ביי רעבישע טישען. ווי דער מצב האט פארלאנגט אם ראה אז זיין עולם איז נאכגעלאזט אין איין ענין. ברענג נישט קיין ראיה פון איין דרשה.
ער אליין האט געטוהן די זעלביגע קירוב ארבעט אין דייטשלאנד נאך די קריג, ער איז אויך נישט געגאנגען טשעקן די חלקי הגוף צו זענען נקי...
אין אמעריקע ווי איך הער פון זקני חסידים וואלט ער אויך געטוהן דאס זעלבע, נאר דער פאקטאר וואס הייסט סאטמאר צוזאמען מיט דעם אז ליבאוויטש האט דאס געטוהן, האט איהם געמאכט אז ער זאל זיך אפגעבן מיט אנדערע אופנים פון אויפטוהן, בעיקר דורך אויפשטעלן ת"ח אין יישוב ארץ ישראל ע"פ התורה.
דער ליובאוויטשער רבי האט געטוהן אין הצלת נפשות וואס איז דוחה כל התורה כולה.
ער איז געוועהן דער גרעסטער מומחה בדורנו אויף דעהם. ווען האט פארשטאנען אז דורך תפילין לייגן, אדער קינדער ליכט צינדן וכדומה, קען מען מקיים זיין א נפש אחת מישראל, האט ער געטראפן היתירים אויף דעהם.
און אז נישט קיין היתר איז ער גרייט געוועהן צו גיין אין גיהינום פאר יידענס וועגן.
ווען ח"ו דיין קינד גייט אראפ פון וועג, און דו ווייסט אז ער וועט איינמאהל לייגן תפילין וועט ער זיך אויפוועקן און מעגליך צוריק קומען, וואלסטו אויך קודם געטשעקט זיינע הויזן?
צבי
איך מיין אז דו ביזט א משיחיסט, אנדערש ווי ר' יואל שליט"א
זאג מיר, שמעתי אז די שלוחים זענען נישט אריין אין 770?
מחמת סרוב פון זיי זענען אנטי משיחיסטן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 21:38 |
|
| |
BAACHI
,איך מיין אז דו ביזט א משיחיסט, אנדערש ווי ר' יואל שליט"א"
אוי געוואלד! פליז זיי מיר נישט חושד, NOTHING CAN BE FURTHER FROM THE TRUTH
רוב נערמאלע מענטשען האלטען זיך אפ פון אריינגיין אונטען אין 770 חוץ פאר א מנחה מעריב,
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 00:47 |
|
| |
בא_ללמד
ערשטענס איז עס א כינוס נאר פאר "שלוחים" און רוב רובם פון די חב"ד זיינען נישט שלוחים (כמעט גאנץ קראן הייטס, כפר חב"ד, און אלע שטעט וואס עס זיינען דא א ליובאוויטשער קהלה)
צווייטנס נישט אלע שלוחים זיינע געקומען צום כינוס. (נישט אלע קענען לאזן די משפחה, שול, בית ספר, שטאט...)
דריטענס נישט אלע שלוחים וואס זיינען יא געקומען צום כינוס זיינען אריין אין בילד מסיבות שונות ופרטיות (למשל איך בין נישט געווען אין בילד, איך בין געווען פארנומען מיט א פריווטער זאך)
וואס איז יא א פאקט (יעדער האט זיך געדארפט פארשרייבן) אז ביים כינוס זיינען געקומען נאנט צו 3000 שלוחים
|
|
|
|
|