|
|
| נשלח ב-1/12/2005 20:04 |
|
| |
נבודכנצר
די ווערטער פון צבי מודח זאל דיר נישט אונגיין...
די אליין האסט זיך אויפגעפירט ווי א מענטש, אין האסט פרובירט צו פארענפערן דעם ויואל משה תמוה מיט ערענסטקייט און דרך ארץ
דער צבי מודח פון אונהייב אשכול האט נאר דברי בוז וקלון לכל מאן וואס האט נאר די קלענסטע קשי'לע אויף זיין משיח השם שמו אינו בחיים
ער האט נישט געשריבען איין ווארט הסבר, נאר ס'רינט איהם פון פיסק.
אדנדערש ווי באטשי וואס לייגט פאר פעסטע קלוגע תגובות לענין, רינט איהם פאר צבי מודח די שפייעכץ פון מויל. 
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 20:41 |
|
| |
מצורף קובץבאטשי,
ביסט א מומחה אין abstract, אבער דאך מוז מען מזמן לזמן ענטפערן צום ענין,
קרום אפגעלערנט א מאמר וכו' וכו', נאכער קרום אפגעלערנט דעם בריוול וואס דו בריינגסט,
האסט דאך גיקענט בריינגען א מאמר חז"ל תענית דף ה' יעקב אבינו לא מת מה זרעו בחיים אף הוא בחיים,
און נאכוואס ברויכן מיר א שפעטערדיקן אגרת קודש אז מיר האבן א בפירושע גמרא?
נאר וואס'זשע דען, דער רבי האט געזאגט אז היות ער איז דער דור שביעי (1 אדה"ז 2 אמצעי 3 צ"צ 4 מהר"ש 5 מהרש"ב 6 ריי"ץ 7 כ"ק אדמו"ר מה"מ) און עס איז שוין אדורך די ערשטע זעקס נשיאים איז ממילא אין תלוי אלא בנו
בנוגע דעם שטות וואס דו שרייבסט אז סאטמאר מאכט פון אגדה א הלכה - שקר גס, די שלש שבועות זענען נאך אזוי אגדה ווי דער איסור צו עסן פארן דאוונען (ואותי השלכת אחרי גווך א"ת וכו' וואס איז נישט מופנה צוליב אנדערע לימודים, מאנכע האלטן אז עס איז דאורייתא צו עסן טאקע צוליב דעם פסוק ואכמ"ל עי' ברכות י: ובמפ') און קיינער איז נישט מקיל (טאקע חוץ חב"ד.. אדער אין בעלז וואס כפי השמועה האט מען געטרונקען טשאלנט ח"ו נישט געגעסן) דאס זעלבע מיט די שבועות
טאקע פון דעם בריף פון ר' מאיר שמחה סר פחד השבועות איז א ראיה ברורה אז די שבועות זענען נישט אגדה, נאר ער האט געהאלטן אז מיט בעל-פעור איז סר פחדן הגם ער האט נישט געוואוסט אז מיליאנען אראבער ווילן נישט און די יתגרו באומה"ע גייט ווייטער אהן
אבער די נקודה איז אז קיינער האלט נישט אז עס איז אגדה חוץ דער אבני נזר וואס כנראה לא נתקבלה דעתו, און דאס בהנחה אז די תשובות זענען נישט מזוייף עיין בפנים ותבין
די תשובות ענען "מאמתחת" אבני נזר קיינער ווייסט נישט אויב ער האט עס טאקע געשריבן
ממילא האק מיר נישט אין קאפ אז אין סאטמאר מאכט מען פון אגדה הלכה
בעסער מאכן פון אגדה הלכה ווי פון הלכה אגדה כמנהג חב"ד
מער צייט האב איך נישט

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 20:50 |
|
| |
נבוכדנצר,
אפשר געדענקסטו ווער ס'האט "בטעות" געזונגען "לראות עוזי וכבודי?"
JUST ASKING
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 21:06 |
|
| |
מצורף קובץזעה נאר ווי שיין אונזער אגודיסט רעדט, ממש ווי א "תורה איד" דארף צו רעדן!
אז מ'רעדט שיין קריגט מען צוריק שיין, און אז נישט....
איך האב נאך נישט געזעהן אז איינער דא אחוץ BAACHI זאל זיך האבען שיין אויסגעדרוקט אויף וואס ס'איז מיר חשוב און טייער, דערפאר קריגט מען צוריק אזוי
דער חילוק צווישען מיר און יוסי718 איז פשוט: מיר גייט נישט אהן אז מ'זאל רעדן שיין און גוט אויף סאטמאר, פאניעוויזש, לעיקוואוד וכדומה, און איך וועל נישט מגיב זיין מיט א קלאמפערישער קנאות "היתכן"! ער אבער, וואס ביי אים "ברענט" די אהבת ה' אזוי שטארק, קען זיך נעבאך נישט איינהאלטען, און דארף א דאקטאר דערצו.
BAACHI קען שיין ענטפערען ווייל ער איז נאר א בייסטענדער, טאקע א גוטע פריינד, אבער דאך, איך האב שוין גענוג געהערט פון יונגאטשעס ווי YOHCEE וואס נעמען זיך פאר אהן פאר יעדע טאקע חשוב'ע ראש ישיבה אדער בנש"ק און נאר פאר איין לדעתי "וואוילער איד" טרעפט ער נישט ביי זיך אין הארצען צו זאגען א גוט ווארט,
איך בין מצרף א גאר אינטערעסאנטער בילד פון סקולענער רבי זצ"ל ביים רבי'ן אין די זעכציגער יארען

|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 21:19 |
|
| |
יעצט באקומען אין אישית א שיינעם (?) לינק
http://www.770live.com/En770/770live.asp?lang=2
אלעס "מתורתו של הרבי"
--------
בנוגע דעם ויכוח האב איך פארגעסן צו באצייכענען דעם וואונדערבארן גאוני'שן ספר פון ר' ישעיה בנימין האלצער "ילמד דעת" הפלא ופלא, הגם ער האט געשריבן איידער די מכת המשיח, ער נעמט ארום מיט חריפות און בקיאות די קרומקייט פון ליובאוויטש, און ווי דער מה"מ האט פארדרייט עיקרי הדברים, כ'וועל אפשר סקענען קומענדיגע וואך עטליכע גוטע בלעטער, טאקע ווייל ליובאוויטש איז נאכנישט געווען מיטן סטעמפל פון משיחיזם האט דער רעיון נישט פארבלענדעט די אויגו און א קלוגער איז האט געקענט זעהן די קרומע השקפה פון אויבנאויף
שמעתי אז בשעתו האט מען עס געגעבן דעם רעבין (!) אין די הענט און ער האט עס אדורכגעקוקט
האסט געהערט דערפון, צבי?
-------------
הערה צו יוחי: דעם אויסדרוק צבי מודח האט הגאון יעב"ץ ז"ל גענוצט קעגן די שבתאים, כ'פארשטיי אז די ווילסט מדמה זיין משיחיזם צו משיחיזם, און כאטש מען רעדט סך הכל פון א ניק, אבער פארט...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 22:45 |
|
| |
לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב.....
א סאקמערע-אגודיסט TEAM, טאקע א זעלטענער זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 23:15 |
|
| |
נבוכדנאצר
אין ענגליש איז דא א פתגם "Don't bite the hand that feeds you", ווען דו דארפסט ליובאוויטש ביסט דו דא אויף אלע פיר
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1691434
פרעסן זייערער טשלאנט און קוגול איז גוט, אבער א גוט ווארט, אדאנק, ח"ו! בעסער איבער זאגאן שטותים און ליגענס פון יעדן מטורף אויף די וואס האבן/וועלן די העלפן
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 23:18 |
|
| |
האט דא איינער אריינגעווארפן א שרעקליכע שטות אז דער רבי מה"מ איז געווען א קנאי, ביז....
אפשר געדענקט איינער וואס איז פארגעקומען ביי די ביטערע שווערע מערכה וואס כלל ישראל האט אפגעראכטן אקעגן "גיוס בנות"???
און די קנאי'שע פעולות פון מה"מ.
ביטע קאמענטירן, און ארויסברענגען די גרויסע קנאות פון נשיא דורנו מה"מ.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 23:20 |
|
| |
אדרבא
לאמיר הערען וואס מען האט דיר איינגעבאקען אין חדר?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 23:30 |
|
| |
איך זעה אז די שלעגערס (מיט רעכט אוודאי, ס'קומט דאך זיי) האבען שוין געענדיגט מיט זייער חילול ה' שלא הי' כמותו מיום נהיינו לעם און יעצט נעמען זיי זיך ווייטער אהן פאר'ן באשעפער'ס וועגן
עס באדערט זיי אז די ליובאוויטשער רבי האט נישט מיטגעטאנצען פונקטליך ווי זיי האבען געוואלט, נאר האט געטוהן אויף זיין אופן! היתכן ער האט זיך נישט מכניע געווען צו רביהקוה"ט?!
תוקן על ידי - tzvibp28 - 01/12/2005 23:33:41
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 23:30 |
|
| |
מ'האט מיר אריינגעבאקן אין חדר אז אויב איינער גייט ארום אין די גאסן און זאגט אויף זיך אז ער איז משיח, זאל מען אים תיכף אנכאפן, און אריינפירן אין משוגעים הויז...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 23:37 |
|
| |
און מיר האט מען געלערענט אין (נישט ליובאוויטשער) חדר אז טאמער מענטשען גייען ארום ברעכען שויבען, רייסען רעדער, פארשמירען גאסען און בתי מדרשים זענען זיי נישט מזרע ישראל

|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 23:41 |
|
| |
כ'האב פארגעסען מוסיף זיין
רייסען בערד און פאות
שלאגען אויף (כמעט) טויט
ווי זאגט די פסוק?
ואנשי סדום רעים וחטאים, אבער לה', מאד!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 23:41 |
|
| |
מ'האט זיך נאר צו שפעט דערמאנט, און נישט געטוהן צו דער זאך, און יעצט באצאלט מען דערפאר...
BIG TIME
|
|
|
|
|