בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

כינוס השלוחים ד'ליבאוויטש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2005 23:43 לינק ישיר 

אפשר ווייל די משוגעים הייזער זענען דאן געווען צו איבערגעפולט, אדער האבן זיך די משיחי'סטן משתלט געווען און נישט צוגעלאזט מ'זאל טוהן צו דער זאך...
ויצא העגל הזה, נעבעך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 23:45 לינק ישיר 

חיימזוהן

די האסט טענות אויף נבוד?

עס איז א שטענדיגע פראבלעם מיט אלע חב"דצקערס זיי פארשטייען נישט וואס מ'וויל נעבעך פון זיי.

די שלוחים זענען וואויל! דו ביסט א וואוילער! און עס זענען אלעמאהל געוועהן אין חב"ד געהויבענע אידען.

דא האנדלט מען נאר איבער איין יחיד והוא [לא] יגאלינו
ר' ממ"ש או נ"ע או זצ"ל או יחי או לעולם ועד!
PICK YOUR CHOICE

Otherwise you guys are the just fine!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 23:51 לינק ישיר 

בן חיים,

ווען דו דארפסט א מנין מנחה נאך די שקיעה און דו ביסט נישט אין קראונהייטס וואו גייסטו?

אין זעה יעדן טאג אין סאטמארער שוהלן קלויזנבערגער, בעלזער, חבדסקער, ליטוויקעס - און קיינער זאגט זיי נישט א ווארט, דער שמש גיט זיי משקה מיט צובייס,

ווידעראום בין איך געווען בערך פאר זעקס זיבן יאהר צוריק א שבת אין א שטעטל אין ניו יארק, כ'בין געגאנגען צו א בית חב"ד, ס'איז נישט געווען א בית חב"ד נאר א שטעטישע שוהל ואו די שלוחים האבן געהאט בלויז 6 אייגענע, די איבריגע זענען געווען פון דארט, קנאפע שומרי שבת נעבעך, זאגט מיר דער שליח פארן דאוונען בזה הלשון (פרייע איבערזעצונג):

"איך ווייס דו ביסט א סאטמערער, פארן ליינען מאכט מען א מי שברך פאר די טמא'נע מדינה און פאר די צה"ל, we walk out, I just wanted to let you know you should not be surprized, וכך הוה, פארן ליינען האבן אלע 6 ארויסמארשירט פון שול, דער מגולח האט געזאגט ביים באלעמער "ברך את מדינת ישראל ראשית צמיחת גאולתנו", און די שלוחים זענען אינדרויסן פון שול, און נאכער איז מען צוריק אריין

און ביי סעודה שלישית האט ער ווארעם געזונגען בני היכלא.... און געברענגט פת ישראל!!

מיין מסקנא איז דעריבער געווען: יעדער שליח טוט וואס ער וויל, צי דער רבי האלט יא אזוי צי ניין, והא ראיה דער שול אין -- (כ'קען שרייבן אין אישית לכל מאן דבעי דער נאמען פון די שול און די גאס כ'וויל נישט שרייבן דא מפני כמה טעמים)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 23:54 לינק ישיר 

וואס ברענגסטו ארויס מיט די מעשה, אז אין א נישט חב"ד שול זאגט מען דעם מי שברך און די ליובאוויטשער גייען ארויס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2005 00:08 לינק ישיר 

למעשה וואס איז פארגעקומען ביי גיוס בנות?
פארוואס האט דער רבי מה"מ נישט געוואלט אפילו רעדן צו די גדולי ישראל קדושים וטהורים זצ"ל זי"ע וואס זענען געשטאנען ביי זיין טיר כעני בפתח, און ער האט זיי נישט אריינגעלאזט און נישט געוואלט אפילו אנקוקן???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2005 00:16 לינק ישיר 

ווער איז געשטאנען ביים טיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2005 00:25 לינק ישיר 

בןמלך

האסט אפשר געמיינט וואס איך האב געשריבען?

איך האב געשריבען אז דער ליובאוויטשער רבי איז געווען א אנטי ציוני.

איך וואלט אים קיינמאל נישט אזוי מבזה געווען צו שרייבען אז ער איז געווען א קנאי.

תוקן על ידי - טובעין - 02/12/2005 0:24:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2005 17:48 לינק ישיר 

ווער עס זאגט אז הרב ממ"ש איז נישט משיח, קריגט אויף משיח'ן אליין.

ווער האט דען נישט געזען ווי "דער רעבי האט מעודד געווען דאס זינגען 'יחי' אפילו נאך זיין סטראק.


"דער רעבי האט מעודד געווען בידיו הקדושים שטורעם הכי גדול".


דאס זעט מען אויף די "מראות קודש" קלאר און דייטליך.


שוין "אויסגעפיצט די קנעפלעך", און "איך האב שוין געטאן וואס איז בידי, איצט דארפט איר טאן אים אראפברענגען למטה באופן הכי נגלה".

קלארע ווערטער?


ווער עס גלייבט נישט זאל אריינגייט אין די ליבאוויטשער סייד'ס, וועט ער טרעפן א וועלט מיט פאקטן אז "משיח אליין", האט מעיד געווען אז ער, הוא ולא אחר, איז משיח.

ומי יבוא אחר "המלך".

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 02/12/2005 18:11:23



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2005 17:51 לינק ישיר 

א אמתער ליבאוויטשער, איז דער וואס גלייבט וואס דער רעבי האט געזונגען אין יאר תשי"ד.


"כן בקודש חזיתך לראות עוזי וכבודי"

דאס קען מען אויך הערן אויף די טעיפס פון די התוועדות.


צבי, עס טוט מיר זייער וויי, אבער פאקטן לאזט זיך נישט לייקענען, אפילו ווען זיי זענען נישט באקוועם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2005 19:43 לינק ישיר 

טובעין,
דו האסט געשריבן אז דער רבי מה"מ איז געווען אן אנטי ציוני.
דו קענסט אפשר אנצייגן אפילו אויף "איין איינציגע" זאך וואס ער האט געטוהן אלס אנטי ציוני? ווי קען אזא נארמאלער מענטש ווי דיר שרייבן אזוי אבסורד אקעגן די מציאות וואס איז נעבעך ידוע ומפורסם בכל העולם כולו.
און זיינע קעלבעלעך צובלאזן עס נאך אין די גאנצע וועלט מיט א מעכטיגן "יפוצו" אויף אלע סארטן בראדקעסט און וועבזייטלעך וואס שייך, זיין פאטריאטיזם צו די מדינת הציונית וגירוריהם.
ביי נישט צוריקגעבן קיין שטחים האט ער איבערגעקערט וועלטן מיט זיין באוואוסטן "אף שעל".
ווען עס איז געקומען צו גיוס בנות וכדומה, וואס מ'האט גערעדט פון ג' ראשי עבירות ולהחטיא את הרבים, האט ער נישט נאר זיך אריינגעשטעקט דעם קאפ אין וואנט, נאר האט געגעבן א פאטש אין פנים פאר די גאנצע מערכה, ווען ער האט ניטאמאל געוואלט אויפנעמען די חשובע דעלעגאציע פון עלטערע אנגעזענע רבנים גדולי הדור, און כאטש הערן וואס זיי זאגן, ער האט זיי געלאזט שטיין ווארטן ביים טיר ווי שמאטעס, ער האט זיי באהאנדלט ווי גארבידזש.
ווייל ער "נישט" געווען קיין אנטי ציוני!
ער האט ליב געהאט ציונות!
ער האט ליב געהאט די וואס זענען מעביר על הדת טויזענטער טויזענטער אידן.
אויב איז ער געווען אנטי, איז ער געווען אנטי ערליכע אידן...

תוקן על ידי - בןמלך - 02/12/2005 20:17:28



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2005 18:17 לינק ישיר 

בןמלך במחילת כבודך רעדסטו פאר פייער און פאר וואסער.

וואס האבען רוב פון די זאכען וואס די רעכנסט דא אויס מיט ציונות?

ציונות [נישט מיט סאטמארער גלעזער איז אתחלתא דגאולה}

דער ליובאוויטשער רבי איז אויסגעשפראכען קעגען אתחלתא דגאולה.

גאר שארף קעגען הרב קוק מיט מזרחי

אין זיין לעבען נישט געלאזט זינגען התקוה ביי חבד מסיבות, אין עפעס א מוסד וואס האט יא אמאל געזונגען ביי א דינער אראפגענומען זיין נשיאות פון זיי.

קיינמאל נישט גענוצען דעם אויסדרוק מדינת ישראל.

אמת ער איז געווען שארף פאר אף שעל, אבער לדעתו וועגען ביטחון אין נישט וועגען ציונות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 22:57 לינק ישיר 


http://masoret.hevre.co.il/hydepark/item.asp?id=553&cat_id=1

תוקן על ידי - UPTO - 04/12/2005 22:57:41



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2005 23:36 לינק ישיר 

פאריגע וואך ר"ח כסליו איז געווען א סעודת הודעה ווייל דער רבי זאל זיין געזונט איז ארויס פון שפיטאל
VIDEO OF ROSH CHODESH
KISLEV 5766 in 770

http://graphicdesign.denverjewishcamp.com/RH5766_770.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2005 23:47 לינק ישיר 

ווער געדענקט ווי מענדל וועכטער פעלגט חוזק מאכן פון די נארישע אונגערישע סאטמארע אידן וואס ווייסן נישט וואס "כאסידאס" איז, זיי זינגען אהבה רבה שבעות ביים דאווענען און וויינען ווי טיפשים.

ווען איך קוק אויף די רוסישע שיכורים, הייב איך אן צו באקומען א באגריף וואס "כאסידאס" מיינט.


דער עיקר אז ווען מען קומט צו סליחות זאל מען זיך וואקלען... כמיימאר הרעבע שליט"א לעולם ועד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 23:50 לינק ישיר 

צבי, אלס חבסקער פון אונזער פורום, קענסטו אפשר געבן צו פארשטיין דעם ענין פון טאנצן דוקא אויף די טישן?


תורה הוא וללמוד אני צריך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > כינוס השלוחים ד'ליבאוויטש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 8 9 10 לדף הבא סך הכל 10 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.