בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ברוך הבא כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/12/2005 00:16 לינק ישיר 

לויט ווי עס קוקט אויס, האט דער תוא"י רבי שליט"א זיך דערזען מיט אן ערנסטן פראבלעם.

מיט 4 יאר צוריק האבן זיינע מקורבים אים פארקויפט אז ער קען רואיג קומען ווייטער קיין וומס"ב און איינשטיין ביי איציק ראזענבערג, און ער וועט גארנישט דערלייגן. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נעבעך יא דערלייגט. אמת, יענעם יאר ווען ער איז געווען שבת אין וומס"ב האט ער געהאט א גרויסן עולם ווי עס גייט ביי א מערכה. אבער א יאר דערויף — תשס"ג — האט ער שוין געזען דעם בראָך.

דערפאר איז באשלאסן געווארן אז תשס"ד וועט ער נישט קומען קיין וומס"ב, און אנשטאט גיין קיין לעיקוואוד.

פאריגעס יאר האט זיך איבערגעחזרט דאס זעלבע ווי תשס"ג ווען עס איז געווען א קליינער עולם ביים טיש.

דאס איז לאר אז דער תוא"י רבי שליט"א האט זיך שוין דערזען אז ער איז אריינגעקראכן אין א בלאטע, אזוי ווי ער האט זיך אויסגעדריקט פאר איינעם פון זיינע חסידים אין לאנדאן פארגאנגענעם זומער. דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס ער האט געקענסעלט א באזוך אין הויז פון משה ארי' פריינד, איידעם פון ר' ישעי' וואלף לעוו, הערנדיג אז יענער איז אריין בערכאות של עכו"ם קעגן די הנהלת מוסדות סאטמאר אין לאנדאן. דער תוא"י רבי שליט"א איז שוין געזעסן אין קאר, און הערנדיג פון דעם, האט ער געהייסן זיך צוריקדרייען און אפגערופן יענעם באזוך!

עס איז קלאר אז ווען ער זאל וויסן מיט 4 יאר צוריק אין וואסערע בלאטע ער טרעט אריין, וואלט ער מוותר געווען אויף וומס"ב. (איך פארשטיי אז ער קען נישט וויי טאן א איד מיט'ן טוישן זיין אכסני', דערפאר וואלט ער לכתחילה אן מוותר געווען אויף וומס"ב).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 00:38 לינק ישיר 

לויט ווי איך האב געהערט איז דער אויסשטעל פון שבתים תלוי און די הנהלה און שלוחים וואס קומען דא ארויס צו מאכן דאס געלט זיי וועלן אויס ווי צו גיין
און אזוי ווי דער תוא"י איז נאר דא דריי שבתים און מען קען נישט גיין יעדעס יאר צו 6 מקומות האבן די אנפירערס מחליט געווען אז יעדן צווייטן יאר וועט מען זיין און א אנדערן מקום און לעיקוואד און פלעטבוש איז ער געווען פאר צוויי יאר צוריק גייט ער יעצט נאכאמאל
אי"ה קומענדיגן יאר וועט וומסב"ג זיין איינע פון די שבתים, און לכאורה נישט באראפארק ווייל מען גייט אי"ה דעם יאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 02:30 לינק ישיר 

רבותי!

יעדער מעג ווייסן, אז מצד ר' שמואל יעקב וואלט מען שוין לאנג נישט געהאט די אכסניא ביי יצחק ראזענבערג

דער גאנצער וואס שטופט און פארלאנגט און צווינגט ר' שמואל יעקב איינשטיין ביי יצחק ראזענבערג, איז נישט קיין אנדערער ווי דער "זקן המוהלים" ר' מאיר בראנסדארפער.(וועמען די אהרונים האבן שוין געמאכט 4 טיי-אווענט פאר עם פאר זיינע קינדער, פאר זיינע אייניקלעך, די פאריגע וואך ביי ישראל מאיר ר"ב).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 02:41 לינק ישיר 

בקיצור הימל מיט ערד און תוא"י

יא יצחק נישט יצחק

יא וומ"ס נישט וומ"ס

דער רבי וואס האט לכאורה געהאט נאר 10 מענטשן איז געווארן א וועלטס רבי מיט מעריצים און חסידים
איבער דער גארער וועלט ווי הונדערטער אידן האלטן מיט דעם דף הקהילה ווי מען גייט שוין ענדיגן מסכת בבא קמא

יא טאקע דער תוא"י רבי וועט אי"ה קומען קיין ווילאמסבורג
און דאס מאל אזוי ווי פאר צוויי יאר צוריק נישט אויף א שבת
וויליאמסבורג ברענגט נאך אלץ אריין איבער מאה אלף א יאר פאר תולדות אברהם יצחק לאו דווקא פון סאטמערע יודן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 21:06 לינק ישיר 

יוסף90 (אה עע--- איך מיין פעשי)

פון ווי נעמסטו אז דאס האט צו טוהען מיטן זקן המוהלים?
לויט דיר האט דאך משה גבאי א פשוטע עצה ער זאל מאכן אפאר טיי אווענט פאר זיינע אייניקליך און דער זקן המוהלים וועט מאכן זעכער אז מען גייט מער נישט צו יצחק ר"ב???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 01:18 לינק ישיר 

רבותי!
איך מיז דא מוחה זיין אויף יוסף 90 וואס האט מבזה כ"ק הגה"צ פוסק הדור רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א חבר בדי"צ העדה החרדית.

וואס כידוע איז היינט רבי מאיר שליט"א די שטערקסטער פוסק און קאנאן ביי די עדה החרדית.

ווייל הגה"צ רבי מאיר וויל זיך נישט ברעכן צו טעראר מאשין פון בן פראדל, זאגט אים כלל ישראל און די טויזענטער סאטמאר חסידים חזק ואמץ!

און דאס אז ער איז ווי א גירא בעיני דשטנא ביי די אינשי דלא מעלי, איז עס ב"ה א געוולדיגער זכי'!

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 07/12/2005 1:19:48



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 01:39 לינק ישיר 

שור שנגח, נאך א מזל איינער נעמט זיך כאטש אן אויף היידפארק פאר'ן זקן המוהלים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 01:50 לינק ישיר 

איך בין מוחה אויף פעשי און אויך אויף איחוד.

הגה"צ ר' מאיר בראנסדארפער איז פון די רבני העדה החרידית און זיי זענען די פראנט ליניע פון די מלחמה לה' בעמלק מיט די קליפה הציונות וואס איז דער נסיון פונעם דור, האפענטליך דער לעצטער דור פאר ביאת משיח צדקינו.

יעדע ליצנות אויף די עדה החרידית ורבניה שוואכט אפ די מלחמה און שטארקט דעם חרון אף אויף די וועלט, עס איז דא פארשידענע מערכות אין אידישקייט און פארשידענע נסיונות פארען דור בעיקבתא דמשיחא, אבער בראש וראשון די וויכטיגסטע נסיון בייצוקומען איז די קליפה הציונות וואס איז כפירה בשכר ועונש און כפירה בביאת המשיח.

מען טאר נישט שוואך מאכען די מלחמה אויפען חשבון פון אן אנדערע מערכה פונעם יהדות החרידית אפילו דער אנדערער מערכה איז אויך וויכטיג, אבער הכל בתר רישא גרירא די ערשטע זאך איז אז דער מח זאל זיין ריין און אויסגעהאלטען מיט די אמונה טהורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 01:53 לינק ישיר 

שור איז אויך נישט גערעכט, פאר זיינע פארטייאישע אינטערעסען ווערען נאך נישט אלע רבני העדה החרידית קלענער זיי זענען פונקט אזוי שטארק און אפשר נאך שטערקער ווי הגה"צ ר' מאיר.

אבער דאס אלעס איז נישט משנה דער עיקר איז מען דארף מחזק זיין די עדה החרידית ורבני' אפגעזעהן פון פאליטישע אנשויאונגען און מען דארף צומאל פארקוקען אפילו אויף עוולות מצידם פאר די וואוילזיין פון די מערכה קעגען ציונות, איבער הויפט ווען מען קען זיי דן זיין לכף זכות אז זיי זענען פון דערווייטענס און ממילא פארשטייען זיי נישט און באגרייפען נישט וואס עס גייט אלץ פאר דאהי אין אמעריקא.

תוקן על ידי - drynitz - 07/12/2005 2:09:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 01:55 לינק ישיר 

Toldos Avraham Yitzchak Rebbe forced to the outskirts of Williamsburg


WILLIAMSBURG, BROOKLYN (HN) - The Toldos Avaraham Yitzchak Rebbe was forced to settle for a rental in the outskirts of Williamsburg for the reunification Shabas ceremonies. No one in Williamsburg was willing to rent to him out of alliance with the Zalmen team or out of fear of retaliation from Zalmen's men.

Toldos Avraham Yitzchak, along with its leader, the Rebbe, allied itself with Aharon when the Zalmen/Aharon fight broke out. He is therefore rejected by predominantly Zalmen Williamsburg. The Toldos Avraham Yitzchak Rebbe's brother, the Toldos Aharon Rebbe, is allied with the Zalmen team. The two brothers are bitter foes, ever since their father -the former Toldos Aharon Rebbe- passed away


.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 15:38 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.זונטאג קומט פאר א גרוסע הכנסת ספר תורה פארן בארא פארקער תולדות אברהם יצחק בית המדרש

תוקן על ידי - jewboy - 07/12/2005 23:03:04



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 15:49 לינק ישיר 

דער תוא"י רבי גייט פירן דעם שבת אין קלויזענבורגער מיידל סקול "בית אסתר"

אויף 1353 50 סטריט

צוליב אומנארמאלע שטרויכלונגען פון די שטאטישע אינסטאנצן
און כדי איינצושפארן די גרויסע קאסטן פון בויען דעם שאטער

און לשבחו פון קלויזנבורג דארף ארויס געברענגט ווערן אז טראץ וואס זיי האבן געדארפט מאכן א שמחה דארטן האבן
זיי אריבער געפירט זייער שמחה ערגעץ אנדערש

א גאנצע שבת וועט זיין דארטו די תפילות ועריכת השלחנות ביי 1353 50 סטריט


חוץ דאווענען שבת אינדערפרי וועט זיין ביי מתיבתא דגור אויף 14 עוו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 23:27 לינק ישיר 

איך בין נישט מבזה ר' מאיר, איך האב נאר דערציילט א פאקט.

דער טיטול "זקן המוהלים" האבן זיינע מעריצים פארשפרייט אין גאס, אזוי אז איך מיין אז עס שטערט עם נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2005 01:53 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2005 05:46 לינק ישיר 

מצורף קובץ

-

תוקן על ידי - glickman - 08/12/2005 5:48:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ברוך הבא כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.