באריכט פון שבת אין בארא פארק וואס איז פארגעקומען און אין "בית אסתר" קלויזענבורג זאל אויף 50 סטריט
ווי הונדערטער געסט פון איבער גאנץ ניו יארק זענען געקומען מיט האלטן א געהויבענעם שבת זיך מסתופף צו זיין דעם שב"ק בצל כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
דער רבי איז פרייטאג פארנאכט ארום 4:15 אריינגעקומען צו מנחה. ער האט געדאווענט מיט א גרויס התלהבות כדרכו בקודש,
ווען דער רבי האט מיט א פייערדיגע שטימע כשאגת הארי פארגעזאגט די פסוקים פון הודו ווי ער
ארום געגאנגען פין איין זייט ביהמ"ד צו דער אנדערער.
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ג רבי אברהם אייזען שליט"א חבר הנהלת המוסדות
ביי מזמור לדוד איז געווען א געוואלדיגע התעוררות ביי בואו בשלום האט ער געמאכט
ריקודין כדרכו ווען כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א האט זיך אויף זיין פלאץ אויסגעדרייט צו מעריב זייט, און זיך גענומען טאנצן לכבוד שבת המלכה, מיט א שטארקן דביקות, און אויסטערלישע כוחות לויטן ווארימען ניגון, אריינפירענדיג דעם גאנצן עולם אין א שטארקן עקסטאז.
ווי דער גאנצער זאל טרייסעלט מיט, און דער רבי שליט"א טאנצט און פאכעט מיט די הענט אינדערצייט וואס ער טאנצט פון רעכטס צו ליקנס, און פון צפון צו דרום, ביז ער שטעלט זיך אפ נאך פופצןמינוט פון פייערדיגע טענץ, און די דאווענען איז ממשיך ביתר שאת.
דער ריזיגער ציבור וואס איז געקומען צום דאווענען זענען ארויף אויף די פארענטשעס אזוי אז יעדער האט געזעהן און מיטגעהאלטן די פלאמעדיגע ריקודים,וואס האט אנגעהאלטן א לאנגע צייט, שליח ציבור איז געווען דעם רבינס שוואגער דער זיטשויבער רבי שליט"א פון בארא פארק
נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת וואס האט גענומען איבער א שעה.
צום טיש איז דער רבי אריינגעקומען 8:30 אין געפירט פאר איבער 6 שעה ביז בערך דריי אזייגער,
עס איז געווען א א ריזן עולם, וואס בארא פארקהאט שוין לאנג נישט געזעהן, עס איז געווען פון 3 זייטן 9 שטאק פרענטשעס געפאקט מיט יונגעלייט עלטערע אידן און בחורים פול פול עד אפס מקום, עס האבן געשטורעמט מענשטען פון אלע זייטן ...
ספעשיל שיין זענען געווען די ריקודין של מצוה שבת קודש. געזאגט תורה דריי מאל, מתובל מיט מעשיות פין תלמידי בעל שם, אין משפיע געווען ברכות און עשירות פאר כלל ישראל.
ביים טיש זענען געווען קרוב צו 1800 אידן . . מנוחה ושמחה האט געזונגען החסיד המלחין לבית וויזניץ ר קלמן שטעקל שליט"א, וואס האט אויך פארגעזונגען צור משלו אכלנו , און מה ידידות האט געזונגען הרב מענדל וויס שליט"א.
דער רבי האט געפלאמט מיטן עולם ספעציעל ביי קה רבון עלם און צמאה נפשי און שבת קודש
קרוב צו שלוס פון טיש איז דעווען א גרויסע התעוררות זינגענדיג צוואנציג מינט דעם ניגון "ישמחו במלכותך"
ביים ענדע פון טיש ארום 2:30 די געוואלדיגע ריקודים פון האדרת והאמונה וואס בלייבט איינגעקריצט אין זכרון און עס ליגט נאך אין די ביינער
תוקן על ידי - babyfish - 11/12/2005 20:20:57
 |
|
|