א יישר כח קוטשמע פאר די געוואלדיגע עצה, איך וועל דיר זאגן, ס'איז ב"ה א בחינה פון המתפלל בעד חברו והוא אינו צריך לאותו דבר, איך וועל דיר זאגן, איך א בשוואגער וואס וואוינט אין א געגענט אין ברוקלין, און ער קען עמעצן, (סארי,איך קען נישט זאגן קיין נאמען, לשון הרע) וואס האט ב"ה פון אלעם גיטן, כבוד, געלט, חסידים, שונאים, שיינע בארד, געקניישטן שטערן, בקיצור ער האט ממש פון אלעם, נאר ביטווין מי ענד יו, ער איז ליידער נישט קיין תלמיד חכם, און דאס שטערט עם אויף טריט און שריט, האט מיך מיין שוואגער געבעטן א סגולה צו ווערן א תלמיד חכם, דעטציט.
אינטרעסאנט, איך האב איבער געגעבן פאר מיין שוואגער דיין עצה, קאלט ער מיך צוריק און זאגט אז ער האט איבערגעגעבן פאר זיין ידיד דיין עצה , און ער פרעגט וואס עס מיינט ש"ס, ער ווייסט וואס I POD איז, אבער נישט וואס עס מיינט ש"ס.
סארי, נא מאר דיטעילס, איך וויל נישט אריין ברענגן שמוציגע פאליטיג אין אזא שיינעם אינטרעסאנטן אשכול,
|
|