דער סטיוו, מוז זיין לגמרי אינו מן היישוב.
ער האט געהאט א געזונטע שאו, מיט ריטשארד בעי אינאיינעם, יעדער וואס האט צוגעהערט האט הנאה געהאט.
דער פראבלעם: ריטשארד בעי איז מער פאפולער ווי איהם, און אסאך מאל זעהט אויס ווי ער רעדט גאר צו דער זאך!
קלערט ער צו זיך, וואס וועט זיין? ווען נישט פאר דער געשמאקער מנוול בעי, פאק איך איין ראש לימבא? נו וואס טוט מען? ערקלערט מען אז פאר מאראלישע סיבות, קען ער נישט טאנצען מיט בעי אינאיינעם..., תכלית, ער האט אהנגעהויבען גיין אליינס, און זי רעיטינגס זענען געגאנגען אין די אדמה אריין, וואס קען מען טוהן, די עולם איז נישט גרייט מוחל צו זיין אויף זיינע קולות וברקים, (אנדערש ווי דער "ראש" ישיבה...), און מ'ריקט איהם אריין אין די הרי חושך (נאכט שעה'ן) אריין, ביז ער קלערט זיך אהן, לאמיר פרואווען ערגעץ אנדערש.
אזא פנים טראגט מען, ווען מ'שאצט איבער די אייגענע טאלאנטען.
|
|