היינט עש"ק 3 אזייגער וועט זיך פארענדיגן דער ביד פון 22 מזוזות פסולות אויף Ebay. איך האב אינפארמירט דערוועגן דעם "וועד משמרת סת"ם", זיי האבן שוין געוויסט דערפון. א שטיקל מבין בין איך, איך האב באמערקט אויף איין מזוזה זער ברייטע אותיות נ' וואס זען אויס ווי א כ', (ושננתם, ובכל נפשכם). אבער דער "וועד" טענה'עט אז רוב פון די מזוזות זענען נישט כשר. 1 מזוזה איז גאר אן אנטיק, אויף די רעטע זייט איין רייע פאר די לעצטע, וואס זעט אויס אז דער יעניגער "סופר" איז גאר גאר א.. עם הארץ גמור. זע שורה 3 "על לבבך", שטייט: לע לבבך. שורה 5 "לאות על ידך", שטייט: אל ידך. שורה 10 "יורה ומלקוש", שטייט ומלקוט. שורה 11 "ואכלת ושבעת השמרו לכם", שטייט: ואכלת השמרו בשבעת לכם. שורה 15 "מעל הארץ הטבה" שטייט: הארץ הטבע. ועוד ועוד כהנה וכנה. חוץ דער מכשול לרבים איז דער חילול ה' זייער א גרויסער. דער "מוכר" איז א היימישע יונגערמאן פין וויליאמסבורג...
דיין שנאה צו וויליאמסבורג איז פארשטענדליך, זייענדיג לכאורה א ליובאוויטשער וואלסטו געקענט באשטיין אז וויליאמסבורג זאל אונטערגיין.
אבער ס'איז א שאד דיין ארבעט, אפילו די וועסט דא חוזק מאכן פון ר' מנשה פילאפ, נשתכחה דרך הבעש"ט, די זאליס, און פון סאטמאר רב זי"ע, ווען דאס דיר גאנץ ווייניג העלפן.
איך וויל דיך נאר דערמאנען אז קרוב צו 25,000 קינדער איבער די וועלט ווערן נתחנך אויף עקסטרעמען קנאישן סאטמאר'ן וועג, אזוי ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועקגעשטעלט זיינע יסודות, און דיינע אלע ליצנות'ער אויף היידפארק וועלן דיר גאנץ ווייניג העלפן.
מיט דיין תגובה קומסטו מיר פאר ווי די ציוניסטן אין ארץ ישראל, וואס יעדע פארברעכן וואס פאסירט ביי א חרדי, מאכן זיי זיכער אז דער קעפל זאל זיין "חרדי נאסר".