| נשלח ב-4/12/2005 05:29 |
|
| |
הלעיטנו נא: וואס איז דאס רויטע לינדזען?
מיר האבן היינט געליינט אין די תורה "ויזד יעקב נזיד", יעקב האט אפגעקאכט א פיין געקעכטס, עשו קומט אריין און שרייט אויס בקול רעש גדול "הלעיטני נא מן האדם האדם הזה", ווי רש"י איז מסביר: איך וועל מיר עפענען דאס מויל, און דו גיס נאר אריין וויפיל עס גייט...
רש"י שרייבט אז דאס איז געווען עדשים אדומות, און פארוואס פונקט דאס? ווייל דאס איז רינדעכיג, און אבילות/טרויער איז אויך א זאך וואס דרייט זיך ארום אין די וועלט, אדער ווייל עדשים האבן נישט קיין עפענונג (מויל), און א אבל איז אויך אסור צו גריסן.
וואס מיינט אבער "עדשים אדומות"?
דער רבי אין חדר זאגט: רויטע לינדזען.
אלע קינדער שרייען נאך מיט א הויך קול: רויטע לינדזען.
אבער וויי געוואלד: וואס מיינט רויטע לינדזען?
קען מיר איינער מסביר זיין וואס דאס איז? (א בילד דערפון האט איר אפשר?).
יישר כח למפרע!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 05:37 |
|
| |
דיפלא;
איך פרעג ווייל איך וויל באמת וויסן. איך שטעל זיך פאר אז צווישן די הונדערטער שרייבער דא וועט איינער וויסן פונקטליך וואס דאס איז.
אבער יישר כח פארן פרובירן ארויסהעלפן...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 06:53 |
|
| |
יישר כח!
דאס איז וואס די דיקשאנערי זאגט אויף LENTILES:
1 entry found for lentiles.
lentiles
(Heb. 'adashim), a species of vetch (Gen. 25:34; 2 Sam. 23:11), common in Syria
under the name addas. The red pottage made by Jacob was of lentils (Gen.
25:29-34). They were among the provisions brought to David when he fled from
Absalom (2 Sam. 17:28). It is the Ervum lens of Linnaeus, a leguminous plant
which produces a fruit resembling a bean.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 06:55 |
|
| |
ערהאלטן אין תיבה אישי, פון איינעם "הרוצה בעילום ניקו", תשואת חן חן לו!
לינדזן איז א סארט בונדל, און הייסט אויף ענגליש "לענטיל" (LENTIL).
עס קומט מיר פאר ווי ספּליט-פּיס (ספּליט-פּיס זופּ), נאר עס האט א רויטער קאליר.
סוירטש אויף גוגל וועסטו געפינען בילדער דערפון.
נ"ב, קענסט איבערשרייבן מיינע ווערטער אויף חדשות אנ"ש, אבער ביטע נוץ נישט מיין ניק.
ישר כוח, א גוטע וואך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 06:59 |
|
| |
מיין מאמע פלעגט מאכן פון צייט צו צייט אזא מין רויטע טאמעטא זופ אויסגעמישט מיט עפעס אמין רייז\בונדל, ס'גראדע זייער גוט.
איך וועל איר פרעגן אויב דעס איז רויטע לינזן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 07:04 |
|
| |
יישר כח פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן. איך האב נישט געוואוסט אז דאס הייסט אויף ענגליש "לענטילס".
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 07:17 |
|
| |
עכשיו אני מבין!!!!!!!!!
מעולם לא הבנתי למה בפלשתים קוראים המאכל הנקרא M&M
בשם עדשים.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 21:04 |
|
| |
איינער זעט דא עפעס רויט?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 21:09 |
|
| |
קרעמער טייערער, ביטע נעם אראפ דעם דריטען בילד 7:2 ווייל סברענגט מיר ארויף שלעכטע קאשמארען און כוויל נישט זאגן וואס נאך
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 05:57 |
|
| |
זיידי יאנטשי, איי עם סאו סארי, אבער עס איז אביסעלע צו שפעט, איך קען שוין דא גארנישט מתקן זיין.
הגם, איך האב געמיינט אז פאר עלטערע לייט איז מער געשמאק א צוריבענעם בונדעל זופ 
|
|
|
|
|