איך קען די גאנצע רעסעפי, איין קלייניגקייט בין איך נאכנישט אינגאנצען קלאר, וואס מאכט מען קודם די בייגל אדער די לאך?
נשלח ב-4/12/2005 17:02
first you put it in a big pot of hot water to cook and later you put it in the oven to bake
נשלח ב-4/12/2005 18:56
די רעסעפי פין בייגעלס:
אין די זומער איז עס ספעציעל שווער צו מאכן בייגעלס. אבער אין ווינטער גייט עס געשמירט. א גאנצע וואך איז בעסער זיך צו פארמיידן פין מאכן בייגעלס, ווייל עס נעמט א שיינע פאר שעה, אין היות מען הייבט נישט אהן מאכן די בייגעלס בשעת עס טאגט נאך אין אפט ציט עס זיך אריין אין דעם נעקסטן טאג, איז בעסער צו מאכן די בייגעלס אין שבת קודש.
מיט געדילד, נאך נישט שרייען שאבעס.
הכנה: דארנעשטאג נאכט איז ראטזאם נישט צו שלאפן מער ווי פינעף שעה. פארשטייט זיך אז פרייטאג זאל מען אויך נישט צו מאכן קיין אויג. דעס אלץ איז כדאי מען זאל מאכן די בייגעלס בתיאבון.
פרייטאג צונאכטס: זאל מען זיך ראנגלען מיט'ן שלאף ביז ווען מען ענדיגט די סעודה, כאפט א שפאציר אין מען העלפט די בני בית לייגן די קינדערלאך שלאפן.
דערנאך: שארט אייך ארויף די ארבל. לייגט אייך אינטער די דאכענע. אין הייבט אהן מאכן בייגעלס. הערץ נישט אויף ביז איר האט כאטש איין בייגעל - אבער א יופי, מיט סעסעמי סידס אין קרעים קעיז.
בייגעלס וועט איר מיך פרעגן? בייגעל וואלט געדארפ שטיין. איך ווייס איינער וואס מיט גרויס אנשטרענג איז עם געלונגען צו האבן א YIELD פין קרוב צו צוויי SERVINGS.
יאכלו ענווים וישבעו.
נשלח ב-4/12/2005 19:28
kutchma you forgot somthing
נשלח ב-4/12/2005 19:29
נו, ס'איז דא גענוג פלאץ אויף'ן דף.
נשלח ב-4/12/2005 20:13
מענין לענין באותו ענין,
אין די דאזיגע ווינטער שבתים פירן זיך מאנכע מענטשן מקיים צי זיין דעם שינה בשבת תענוג מיט א בייגעל
נשלח ב-4/12/2005 20:36
קאטשמע!
נשלח ב-4/12/2005 21:30
מיינס בייגל'ס נוסח אמעריקע?
אנדער נוסח ארץ ישראל וואס דארט איז א פרעצעל אויך א בייגל.