בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וועלעכע חסיד זאל איך ווערען ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/12/2005 22:01 לינק ישיר 
וועלעכע חסיד זאל איך ווערען ?

איך בין נישט קיין חסיד'ישע אבער מיין הארץ ציט מיר זייער
צי חסידות איך זיך א פלאץ וואס איז די בעסטע פאר חינוך הבנים
אויך זיך איך א קליגע מנהיג וואס מ' קען זיך אדארעך רעדען
בגשמיות וברוחניות ווי איך פארשטיי זענען דא אויפען פארום א שיין ביסל חסידים ע"כ חשובע חברי הפורום צו וועלעכע
חסידות זאל איך גיין

תוקן על ידי - bush2008 - 04/12/2005 22:00:36



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 22:10 לינק ישיר 

ווער א חסיד פון באשעפער, פון די רבי'ס וועסטו גארנישט האבן, נאר דיין נשמה וועלן זיי דיר אויסרייסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 22:18 לינק ישיר 

JEWBOY, קארץ, שארף, אין צום נקודה.

מה נענה אנן אבתריה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 22:59 לינק ישיר 

ער וויל דאך אבער וויסען אוואו צו שיקען די קינדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2005 23:03 לינק ישיר 

בלייב א ליטוואק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 23:05 לינק ישיר 

קינדער קען שיקן סיי ווי פאר די רייט פרייז.

און אפי' נישט, ס'איז דא גענוג און נאך פיינע ת"ת ווי צו שיקן די קינדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 23:18 לינק ישיר 

tzvi
bush2008 איז נישט קיין ער, זי איז א זי...
זי שרייבט דאך, איך בין נישט קיין "חסיד'ישע"





תוקן על ידי - יענקעלע11 - 04/12/2005 23:17:57



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2005 23:27 לינק ישיר 

זיי וועלן דיר אויסרייסן די נשמה און די געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 23:33 לינק ישיר 

jewboy
אז מ' איז מוכן צי צאלען די רייט פרייס ווי איז די בעסטע
צי שיקען ?



אין selish איך בין נישט קיין ליטוואק נאר א אוגארישע






תוקן על ידי - bush2008 - 04/12/2005 23:36:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 23:39 לינק ישיר 

עס איז נישט קיין כלל, מ'קען נאך טרעפן ערליכע און חשובע רבנים און רבי'ס, שווער צו געבן איין גרויסן סטעמפל אפ אלע און יעדן.
א פלאץ וואו צו שיקן די קינדער, מוז נישט זיין דירעקט פארבינדן מיט די פלאץ וואו מ'באלאנגט.
קינדער שיקט מען אין א מוסד וואס געפעלט גוט די חינוך וסדר הלימודים, קוואליטעט פון אנגעשטעלטע וכדומה. א רבי זוכט מען איינער וואס איז ערנסט, נישט קיין גרויסער בלאפער, און מ'זעט אז צווישן זיינע מענטשן זענען דאס רוב ארענטליך.
מען קען נאך טרעפן, דער רבוש"ע האט נישט געלאזט די וועלט אינגאנצן אויף הפקר ..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2005 23:41 לינק ישיר 





נאַרט אייך ניט, חסידות האט באנקראטירט, עס איז בלויז געבליבען די רבי'ס און די נאנטע וועלכע זענען פויל צו גיין ארבייטען, און ווילען מאכן געלט אויף יענעם'ס חשבון .





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2005 11:13 לינק ישיר 

זיך א חסידות וואס איז נישט צו גרויס און נישט צו קליין כדי זאלסט באקומען פון די חסידות פונקט וויפיל דו געבסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 11:48 לינק ישיר 


איך קען דיר נישט זאגן ווי צו שיקן פשוט ווייל איך האב נאכנישט דעם פראבלעם.

וואס יא?
אז די ביזט אין די B געגענט איז דא.
חתן סופר.
קראסנע.
ביי 14טע עוועניו ביי די מידל פיפציגער'ס איז דא עפעס א חיידער כ'דענק נישט פונקט ווי ס'הייסט. (אדמו"ר מגאלגוב שליט"א איז מנהל דארט)
ספינקא 56.
צאנז.
און נאך.

און אז די ביזט אין די W געגענט.
צעהלים.
ווישניץ.
פאפא.

אין מאנסי.
תשב"ר.

אין קרית יואל.
בעסער צי שיקן קיין מאנסי.

אין ירושלים.
רוממה.
הדר ציון.
סדיגורה.
דושינסקי.
חיי עולם המקורית (רמא).
חיי עולם (ככר השבת).

דאס איז מיין מיינונג, מ'קען נאך אלץ דעבאטירן עפעס אנדערש.

נאר זעה אויב שיקסטו ביי א געוויסע פארטיי זאלן דיינע קינדער נישט אהיים קומען אין זאגן די אדמו"ר שליט"א האט געזאגט אזוי, און / אדער אזוי.

לאז זיי נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די אדמו"רים שליט"א'ס, ווייל נאכדעם וועסטו נאס מאכן די אויף וואס די לייגסט דיין קאפ ביינאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 16:30 לינק ישיר 

jewboy
די גלאגובער איז געווען מנהל אין ספינקא 56, מסתמא היינט נאך אויך
יענקעלע
וויזוי זעהסטו פון BUSH'S ווערטער אז ס'איז א "זי"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2005 17:34 לינק ישיר 

ווער א חסיד פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 17:49 לינק ישיר 

bush200?

לאמיך דיר געבן מיינע צוויי פרוטות

א חסידות ארגאניזאציע איז א וויכטיגע זאך היינט צו טאג, 1) ברוחניות 2) ובגשמיות 3) פאר זיך 3)פאר די משפחה 4)פאר דיינע זיהן 5) און טעכטער

ברוחניות

א רבין וואס קען דיר זאגן אמאהל מוסר, אין א חסידישע גרופע קען צוריק האלטן פון אסאך נסיונות, א טעם אין שבת אין יו"ט, שיינע תורות, פארברענגען צוזאמען, חברותא צום לערנען, שיעורי תורה אין שטיבל.

בגשמיות

א גמ"ח קאסע, העלפן איינער דעם צווייטן מיט א דזשאב, איין עצה טובה, ביליגע פראדוקטן אויף פסח... א שמש וואס מאכט קידושים מיט שמחות, כסדר געסט ביי דיינע שמחות פון דיין אייגן קרעמל


פאר זיך

א מקום קבורה מיט דיינע אייגענע לאחר מאה ועשרים, גאראנטירט א מנין ביי די לוויה...

פאר דיינע זיהן

א רבין אויף וועמען ארויף צו קוקען, א חדר, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה, טאמער איז ער נישט אזוי איי איי איי, מפארקוקט זיינע עוולות ווייל ער איז א היימישער, ביליגער שכר לימוד, חברים מיט וועמען ער וואקסט אויף, וואס קענען זיך א גאנץ לעבען.

פאר דיינע טעכטער

א מיידל סקול, מפארקוקט עוולות אויף אייגענע, שידוכים בעסערע פון אייגענע שטוב, דו ווייסט ווער די חברטארנס זענען, סטאנדארטן אין חינוך און אין צניעות,


דאס איז אלעס אהן א רבין א צדיק....

ק"ו טאמער טרעפסטו נאך א רבין א גרויסען ערליכן ייד. לית טב מיניה

א קיצור, ווען איך דארף אויס וועלען א נייעם רבין וואלט איך געמכאכט אזא טשעקליסט כסדר הזה


1) האט ליעב אידן - ק"ו אז ער רודפט נישט זיינע קעגנער/משפחה
2) ערליך מיט געלט
3) בעל מדות
4) תלמיד חכם
5) בויט מוסדות םאר זיינע חסידים
6) פאליטיש געשטומט אזוי ווי איך
7) מען קען אנקומען צו איהם לייכט (Accessible)
8) זיין אייגענע משפחה פארנעמט נישט ביי איהם אזא וויכטיג פלאץ פריער ווי אלע אנדערע אידען

אויב דו ווילסט איז דאס א גמרא סוף מלקות
בא דוד ועמידם על אחת עשרה

ה' מִי יָגוּר בְּאָהֳלֶךָ מִי יִשְׁכוֹן בְּהַר קָדְשֶׁךָ:

1)הוֹלֵךְ תָּמִים
2) וּפועֵל צֶדֶק
3) וְדובֵר אֱמֶת בִּלְבָבוֹ:
4) לא רָגַל עַל לְשׁונוֹ
5) לא עָשָׂה לְרֵעֵהוּ רָעָה
6)וְחֶרְפָּה לא נָשָׂא עַל קְרובוֹ:
7) נִבְזֶה בְּעֵינָיו נִמְאָס
8) וְאֶת יִרְאֵי ה' יכַבֵּד
9( נִשְׁבַּע לְהָרַע וְלא יָמִר:
10) כַּסְפּוֹ לא נָתַן בְּנֶשֶׁךְ
11) וְשׁחַד עַל נָקִי לא לָקָח

עושֵׂה אֵלֶּה לא יִמּוֹט לְעוֹלָם:


נוץ דעהם טשעק ליסט, יו קענט גאו ראנג

יענקעלע
וויאזוי דו האסט "באמערקט" אז סאיז אידענע?

האסט אמאהל געהערט דאס ווערטל: א גאנץ חלומט זיך פון קוקעריץ

ראצער

קיין שום זאך וואס מענטשן טוהן איז נישט בשלימות, שלימות איז נאר דא ביי בוכ"ע.

אומעטום ווי סאיז פארהאן ליכטיקייט זענען פארהאנען שאטענס, די שאלה איז וועלכעס איז מעהר... ווען נישט די רבישע קינדער מיט די שיפע טאשן וואלטן מיר נישט געהאט קיין חסידישע מוסדות ווי אויך שטיבלעך מיט בתי מדרשים און מקוואות, זיי ערפילען א זעהר א וויכטיגע פונקציע אין כלל ישראל,

ווען נישט זיי וואלטן מיר אויסגעזעהן ווי די וועסט סייד, איך נעם זיי ענדערש מיט אלע זייערע חסרונות.

פארשטייט זיך אז דו ראצער ביזט א כליל המעלות, ווער קען זיך צו דיר גלייכן, מיר אין ברוקלין זענען פלעינע בשר ודגים'ס מיט אפאהר קליינע חסרונולעך אזוי ווי דיין רבי, דער רבי ר' שלמהלע האט געהאט.
.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וועלעכע חסיד זאל איך ווערען ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext