בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אוצר נפלא געפונט זיך ביי אלע סופרים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/12/2005 16:21 לינק ישיר 
אוצר נפלא געפונט זיך ביי אלע סופרים

דאס האט מיר א חשובער ידיד אריינגעפיטערט אין אימעיל, בעטנדיג איך זאל עס ארויפשטעלן אויף אונזער נייעס וועלטל:


אוצר נפלא געפונט זיך ביי אלע סופרים די בכל אתר ואתר.

כידוע ליגט אנגעלייגט ביי יעדער סופר פילע קעסטלעך און גרויסע בעגס מיט "שמות", פון הונדעטער אנגעזאמעלטע אלטע מזוזות און תפילין פרשיות, וואס זענען געברענגט געווארן צום סופר בודק צו זיין, און זענען דעקלערט געווארן אלס "פסול". כדי פטור צו ווערין דערפון, מוז מען באצאלן פאר יעדען בעג, פאר די "גניזה" סוחרים וואס באוייזן זיך פאר פסח מיט זייערע טראקס.

סאיז דאך ממש אשאד גונז זיין אזא חשוב'ן אוצר. אויב 22 מזוזות פסולות ווערן פארקויפט אויף אי-בעי פאר 103.19$, שטעלט אייך פאר וויפיל טויזנער דאלערס קען מען פארדינען פון פארקויפן דעם גאנצן "שמות" אוצר. און ווער ווייסט אפשר זענען אלטע געניצטע רצועות אויך אן ארטיקל אויף אי-בעי, פונקט ווי די געניצטע עצי חיים טערלעך וואס זענען פארקויפט געווארן דורך דעם זעלבן פערשוין אויף אי-בעי.

אויך איר אליין קענט אייך נישט אויס מיט די אי-בעי מארקעט, קענט איר זיך פארשטענדיגן מיט אייער וויליאמסבורגער פארשטייער וואס שוין דערין אסאך 5 יאר עקספירייענס, ער וועט זיך טיילן מיט אייך פיפטי פיפטי.

http://cgi.ebay.com/ws/eBayISAPI.dll?ViewItem&item=6230040696&ssPageName=

MERC_VIC_ReBay_Pr4_PcY_BID_IT



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 18:34 לינק ישיר 

חכמים הזהרו בדבריהם! זייט מוחל אין פארשפרייט נישט אזעלעכע עצות, עס פעלט נישט קיין "סופר ומונה"ס, אדער נשים סופר'טעס (http://soferet.com/aboutme.html) וואס וועלן זיך כאפן אויף די געוואלדיגע מציאה, און וועלן דערמיט מכשיל זיין את הרבים פון די פשוטי תמימי אחינו בני ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2005 19:27 לינק ישיר 

גערעכט!!!!!


נישט יעדער קען שמעקן דיין סארקאזעם.

תוקן על ידי - ליכטיג - 05/12/2005 19:27:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אוצר נפלא געפונט זיך ביי אלע סופרים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext