די ראש ישיבה פון תורת חסד לאנדאן איז ליידער אוועק געריסען געווארען נאכען זיך שטארך מיטשענען מיט יסורים, אין עלטער פון 58 יאר אלט איבערגעלאזט אן אלמנה קינדער און אייניקלעך
ומחה ה' דמה מעל כל פנים ובלע המוות לנצח מען זאל קיינמאל נישט וויסען פון קיין צער. אמן
נשלח ב-5/12/2005 17:48
איך בין אמאל געוועהן אין לאנדאן אויף א וויזיט בין איך אריין אין ישיבה דארט איך האב געברענגט א פעקל פאר א בחור, האב איך געזעהן איין זאך ער איז געוועהן מוראדיג באליבט ביי די בחורים, ביי די מגידי שיעורים.
נשלח ב-5/12/2005 17:51
פון ווי גייט ארויס די לווי'.
ווי גייט זיין זיין מנוחה נכונה
מער איינצלעהייטן?
נשלח ב-5/12/2005 17:53
אבידה שאין לה תמורה!
נישטא אין היינטיגן עולם התורה א ראש ישיבה וואס זאל זיין גרייט אריינצונעמען א שוואכן בחור און זיך פערזענליך אפגעבן מיט אים און דערצו צאלן פון אייגן טאש — וואס ער האט ליידער נישט געהאט קיין סאך — צו לערנען מיט אזא בחור!
על האי שופרא דבלי בארעא קא בכינא!
נשלח ב-5/12/2005 18:07
וואס איז זיין נאמען ?
נשלח ב-5/12/2005 18:10
הגה"צ ר' אברהם שמואל שטערן זצ"ל
נשלח ב-5/12/2005 18:25
זיך זייער געמיטשעט בערך א יאר צייט
נשלח ב-5/12/2005 19:21
ברוך דיין אמת.
אזא מוצלח, און אזוי יונג אוועק נעבעך.
נשלח ב-5/12/2005 20:09
די לווי' וועט זיין מארגן ווייל ער געפונט זיך אין דייטשלאנד