|
|
| נשלח ב-6/12/2005 01:36 |
|
| |
זיין גוטסקייט איז געווען אין לשער.
ווען ער האט געזען א רויכערער, פלעגט ער צוגיין און יענעם ממש "צווינגען" צו נעמען ביי אים א צוגערעטל. אסאך מאל האט ער נישט יוצא געווען ידי חובתו, נאר אויב דער רויכערער האט גענומען א גאנץ פעקל.
פון אלס קינד געדענק איך ווי קוני ע"ה פלעגט זאגן: "ווען איך געווין די לאטערי, גיי איך זיך שטעלן ביי לאנדאס רעסטוראנט טיילן הונדערטערס"...
יא, דאס איז געווען דער טייערער באליבטער קוני, ווי מ'האט אים גערופן בלשון חיבה. ער איז געווען א שטיק גוטסקייט, אלץ געוואלט טאן גוטס פאר אנדערע אידן, דאס וועט אים זיכער באגלייטן אין הימל, אין צוגאב צו זיין שווערן לעבן וואס אויף יענער וועלט איז דאס גאלדענע דיאמאנטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 01:37 |
|
| |
איך געדענק אז ווען א מענטש האט אים געבעטן א ציגארעט, פלעגט ער גיבן צוויי, און זאגן: איינס פאר'ן רבי'ן ז"ל און איינס פאר'ן עצי חיים...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 01:42 |
|
| |
איך געדענק:
ער פלעגסט זיך אפט מאל אראפשטעלן אין ביהמ"ד אויף ראדני סט. (ווי ער איז געווען א שטענדיגע מתפלל) און טיילן "צענערס" און "צוואנציגערס" פאר אלע נצרכים.
געווען ממש א גאלדען הארץ.
זאל ער זיין א גוטער בעיטער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 01:43 |
|
| |
איך וואלט גראדע נישט געוואלט ער זאל בעטן פאר מיר...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 01:45 |
|
| |
און די טייערע ווערטלעך: "פאפא רבי קוואטער", "אראפ פון די בענק"
רבי זכרונו לברכה, סאשא, ציונות, עברית, פוי, געוואלד.
רוב זאכן איז נישט אפצושרייבן. אוי לנו שהחסרנו מכל אלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 01:56 |
|
| |
איך געדענק נאך דעם פיינעם בחור שמואל אלקנה ראטענבערג
געווען א איידעם ביי ר' יוסל וויינשטיין
א איידעם ביי חיים שמייסר פון אינגערישע הייזער
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 02:04 |
|
| |
נעבעך יונגערהייט געווארען א יתום, דאכט זיך ער איז געווען א גרוש.
איז דא איינער וואס דענקט עם פין די טאהש'ע ישיבה?
איך געהערט אמאל אז ער איז געווען א יודע ספר
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 02:25 |
|
| |
איך גלויב אז אלע צדיקים וואס זענען גיווען רגול על לשונו, וועלן אים געוויס אנטקעגן גיין.
הגה"צ ר' שאול בראך מקאשוי זצ"ל, שאפראנער רב זצ"ל, הגה"ק בעל עצי חיים זצ"ל,
ווער עס ווייסט נאך, זאל ביטע אויסרעכענען דא.
עס וועט זיכער זיין א טובה לעילוי נשמתו הטהורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 02:49 |
|
| |
וויליאמסבורג אן עם איז בכלל נישט די זעלבע

|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 02:55 |
|
| |
איך האב עס נישט געהערט קראנט, אבער איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געהאלטן אז דוקא ר' אהרן קען פירן סאטמאר...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 03:01 |
|
| |
איך האב געהערט אז ער האט א קינד ווייסט איינער אויב ס'איז אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 03:25 |
|
| |
אויף עם איז אפשר געזאגט געווארן דער מאמר
לא נתנה נבואה אלא ל...........
ער זאל זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע
תוקן על ידי - געווינער - 06/12/2005 3:25:26
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 03:40 |
|
| |
איך האלט אז מ'האט עם אזוי פריצייטיג אוועק גענומען פין אינז אלץ עונש ווייל טיב טוב טוי הארוועיר האט געטוישט זיין סיין המסורה לנו מדור דור אין מאדענאזירט וויליאמסבורג.
מדה כנגד מדה.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 04:03 |
|
| |
אוי געוואלד!
א לב טוב ווי קוני איז שווער צו טרעפן.
יעצט געהערט אז נעכטן האט ער געלאדענט מענטשען צו זיין לווי'.
זיין נשמה איז אוודאי געווען עפעס העכער אינזערע השגות (כמבואר בספה"ק)
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר ווילאמסבורג און פאר גאנץ כלל ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 04:17 |
|
| |
ווי אלט איז ער געווען ?
דעם פארגאנגענעם דאנערשטיג כאפ איך אזוי פערצופאל א שמועס מיט אים , ער האט מיר דאן דערציילט אז אינער אין גרינס רעסטעראנט [ענדליך צו אים אביסל] האט געדארפט נייטיג האבן עפעס א בילד פון מנחת אלעזר, און ער פרעגט קני צי ער האט זאגט ער יא, וויפיל געלט דארפסטו? צוויי טויזנט דאלער, אקעי איך געב דיר יעצט 1000 ווען דו ברענגסט עס באקומסטו נאך 1000, ביז 15 מינוט איז קני געווען צוריק מיטן בילד און באקומען די אנדערע 1000.
רעדענדיג נעמט ער ארויס א קליין אלבוים און צייגט מיר עטליכע בילדער פון רביס, אזויווי משה גבאי מיט א שווארצע בארד,,, און נאך עטליכע...
ער איז אזא גוטער געווען אז יעדער וואס האט אים געבעטן א בילד האט ער אליינס געמאכט די קאפי ביי סאנשיין פאוטא אויף לי עוו. א 4-5 דאלאר.
סיפורי צדיקים.
האט מיר קני געזאגט דאן, אז ער פארמאגט א חשבון פון 2000 בילדער פון רבי'ס און רבנים, ממש אן אוצר.
הוי מי יתן לנו תמורתו.
שבר על גבי שבר.
|
|
|
|
|