בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ברוך דין אמת קני ראטענבערג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2005 05:05 לינק ישיר 

פאליש, די הערסט אויף מיט דיינע מעשיות!
איך הער אז ר שלום לאנדא האט טאקע גערעדט ביי די לוי,
איינער איז דארט געוועהן וואס קען איבער געבען א באריכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 05:37 לינק ישיר 

?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 06:04 לינק ישיר 

ר' שלום לאנדא פראוועט געהעריג אבילות, ער שטייט אין רעסטוראנט פארביטערט, הערשט צוריק פין די לוי', אין ער איז אויף א אמת ציבראכן לשברי שברים,

אינטרעסאנט, פאריגע וואך סוף וואך האט קני ע"ה ארום געוויזן אין ביהמ"ד ראדני א אלבום מיט גאר אינטרעסאנטע בילדער פין רביה"ק זי"ע פין להבחל"ח די רבי אין נאך אסאך אידישע געקליבענע בילדער

יהי זכרו ברוך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 07:47 לינק ישיר 

פאליש אפשר הערסטו שוין אויף מיט דיינע תגובות דא אויף אים !
ער איז געווען א ציבראכענע נשמה מיט א גאלדנעם הארץ מיט א גיט ווערטל אייביג ער האט ליב געהאט יעדעם צומאכן שמייכלען , ער איז געווען א רחמנות מיט אלע פירושים נעבעך , זאל ער רוהן אין לעכטיגען גן עדן אין זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע אין ער זאל אויספוילען אויבן אז משיח זאל שוין קומען נאך אין 2005 ווי ראזענוואסער האט געזאגט ,
שנשמע ונתבשר בשורות טובות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2005 08:28 לינק ישיר 

ר' שלום לאנדא האט מספיד געווען און אנגעהויבן מיט'ן פסוק: "זה ספר תולדות איוב". יעצט האט זיך געשלאסן א ספר פון איוב. דא שטייט א נפטר וואס האט מיטגעלעבט נעבעך א לעבן פון יסורים ומכאובים, היינט נאכט גייט ער צו זיין אייביגע רו. יהי זכרו ברוך.

עס האט אויך מספיד געווען הגה"צ דער גאלאנטער רב. ער האט געזאגט אז די תורה וואס קנה ע"ה האט געלערנט יונגערהייט וועט אים זיכער באגלייטן און שיצן. מ'קען אים נישט דן זיין פון קיין שום זאך פון שפעטער, ווען ער האט שוין נעבעך נישט געהאט קיין שליטה אויף זיך, אויסער זיין גאלדענע הארץ און זיינע מדות טובות וואס דאס איז אים געבליבן ביז צום לעצטן טאג.

אויך די משפחה האבן גערעדט. המקום ינחם אותם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 10:14 לינק ישיר 


ווען איך האב געזעהן די אשכול אויבן אויף האב איך נישט געגלייט וואס איך זעה, אבער זעהנדיג וויפל פאסט'ס ס'איז דא האב איך געטראכט צו מיר גיי ווייס.

חבר'ה ס'רינט מיר טרערן יעצט פון די אויגן פון די ביטערע בשורה.

איך האב אסאך פארברענגט מיט דעם מענטש, יעצט ווען איך בין געווען אין נ"י האב איך אויך פארברענגט מיט עם אינאיינעם מיט מיין ווייב, צווישן די ווערטער וואס ער האט אונז געזאגט, "אויב וועל איך דערלעבן קום איך אי"ה דעם ווינטער א שבת צו ענק"

זאל זיין נשמה זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע, יא ער קען זיין א מליץ יושר, און זאל ער האבן א לעכטיגן גן עדן.

ת.נ.צ.ב.ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 18:11 לינק ישיר 

אזעלעכע נשמות גייען אפילו נישט אדורך בי"ד של מעלה
נאכן דורך גיין די גיהנם דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 18:39 לינק ישיר 

נעכטן נאכט שטייענדיג פאר יראים טשאפעל ווי איך האב געווארט אויף די לוויה האט איינער דארט דערציילט

נעכטןנאכט (זינטאג) האט ער געבעטן פין קני א צוגערעטל ,קני האט אים געהייסען נעמען דאס גאנצע באקס צוגעבענדיג אז דאס איז דאס לעצטע מאל די באקומסט פין מיר א ציגערעטל ווייל מארגען גיי איך שטארבן, און אפילו די זעהסט מיר מארגען זאלסטו וויסן אז דאס איז מיין צווילינג.

אזוי פלעגט מען זעהן ביי די אלע צדיקים זיי פלעגן שוין וויסן פון פאראויס.

יהא זכרו ברוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 19:08 לינק ישיר 

ווי האט מען עם געלייגט?
און ווי זיצט מען שבעה?
און ווער זיצט אלס שבעה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 19:26 לינק ישיר 

די היימישע וויליאמסבורגער ציבור קוקט אויס צו זיין זייער באטראפן פונעם פרישן פארלוסט, עס איז דא וויניג אזעלעכע וואס האבן געקענט יעדן אויפלעבן אין זיכער מאכן אז יעדער ארום איהם זאל האבן א שמייכל, זיין כיבוד אם איז געווען אין לשער..

די משפחה זיצט אויף היוז סט. אין זיין מאמעס הויז, דארט ווי די קעטערינג איז . אנטקעגן איבער גאלאנטע ביהמ"ד.............


נישט פארגעסן צו לערנען לעילו נשמתו שמואל אלקנה בן ר' ארי' ע"ה ת.נ.צ.ב.ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 23:21 לינק ישיר 

ווי אלט איז ער געווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 23:30 לינק ישיר 

ברוך דיין האמת

יאך פערזענליך פלעג זייער ציטערן פון איהם, זעהט אויס יאך האב נישט געוואוסט, וואס פאר א גוט הארץ ער טוט פארמאגן, חבל על דאבדין, יאך העט ווען אסאך געקענט נהנה זיין פון איהם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2005 23:31 לינק ישיר 

46



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 00:00 לינק ישיר 

ער פלעגט אלץ צו זאגן "אינמיטן מיין לויה טאנץ איך ארויס פון ארון"

ליידער איז דאס נישט געשען.

"קוואטער!פאפא רב!!"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 02:57 לינק ישיר 

איך האב געהערט היינט א מעשה נורא פון איינער וואס האט עס געהערט פון ר' שלום לאנדא ני"ו:

ר' שמואל אלקנה - אויך באקאנט מיט דעם לשון חיבה אויסדרוק ווי מען פלעגט אים אנרופן "קוני" - איז אריינגעקומען דעם זונטאג צו ר' שלום לאנדא (איך ווייס נישט אויב אין רעסטוראנט אדער אין שטוב) מיט פארוויינטע אויגן.

אויף די אנפראגע פון ר' שלום פארוואס ער וויינט, האט אים ר' אלקנה געזאגט: מיין טאטע האט מיר געזאגט אז איך גיי די וואך שטארבן!

ר' אלקנה האט אים דאן געזאגט אז ער איז שוין געווען אין אפיס פון כולל שומרי החומות און אראפגעלייגט א סכום געלט אז מען זאל לערנען משניות לעילוי נשמתו די גאנצע ערשטע יאר!

ווער עס ווייסט מער פרטים, זאל ביטע פאוסטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ברוך דין אמת קני ראטענבערג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.