בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וויפוהל חרדים זענען קאנעקטעד?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2005 22:29 לינק ישיר 
וויפוהל חרדים זענען קאנעקטעד?


דער שאלה פלאגט מיר א לאנגע צייט.

איך פערזענליך וואלט געהאלטען, אז אונזערע פרומערע חברה, וואלטען אויף דעם געברויכט צאלען אסאך געלט געוואיר צו ווערען א תשובה צו דעם.

וויפוהל פון אונזער עולם האט אקסעס צו אינטערנעט, און זיי נוצען דאס אפילו "נישט" אויף ביזנעס? (היידפארק\וועטער\ענגלישע נייעס...)

דער תשובה צו דעם, וואלט געגעבען זייער א קלארע בילד, וויפוהל אידען נעמען יא\נישט ערענסט קול קורא'ס וואס זענען אינטערגעשריבען אפילו פון די שטערקסטע רבנים.

אין א"י, קענט איר פון דא האבען א שטיקעל פיקטשור:

http://www.uwnews.org/article.asp?articleID=7108

(גענומען פון א צווייטע פורום.)

לדעתי, איז אין אמעריקא אסאך מער נפוץ פון אין א"י.

דאס וואס אין היידפארק איז בחדרי חרדים שטערקער, מיין איך אז דאס איז פשוט ווייל דער ישראלים וואס זענען אויף די אינטערנעט, זענען "אלע" גוטע עברית ליינער\שרייבער. משא"כ דאהי, איז א גרויסע חלק פון דער עולם בכלל נישט צוגעוואינט צו ליינען\שרייבען אידיש. (עיין ערך המודיע - דער איד\בלאט\צייטונג.)

לדעתכם, וויפוהל איז דער פראצענט פון אונזער היימישע ציבור (ווילי\ב"פ\מאנסי\מאנראו) וואס איז קאנעקטעד?

און פארוואס טאקע אינטרעסירט זיי נישט וואס די רבנים זאגען אין די נושא? איז עס נאר ווייל זיי קענען נישט ביישטיין דער נסיון? צו אפשר גאר ווייסען זיי עפעס וואס דער אנדערע ווייסען נישט?

און פערזענליך האלט איר אז דאס איז א פאזיטיווע ערשיינונג? (דו צדדים אויף נישט קען א יעדער חדר אינגעל זאגען - דער בילדער אויף די וואנט אין די בתי מדרשים לעצטע וואך, האבען דאך בפירוש געוויזען ווי דער גולש ווערט א גארילע... איך פרעג בעיקר פון דער וואס האלטען א יא.)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 22:32 לינק ישיר 

בחדרי חרידם איז געבויט פון צייטוונג שרייבער.

אונז האבען אויך צייטונג שרייבער אבער זיי שרייבער נאר זאכען וואס איז נוגע צו פארטיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 00:39 לינק ישיר 

זײ האבן מער פרײע צײט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 02:02 לינק ישיר 

בחדרי חרדים איז מער אנגענומען פשוט, ווייל דארט יעדער שרייבען זייערע מיינוגען וועגן אלע פארטייען,

משע''כ דא, טאמיר איינער וויל שרייבען וועגן עפעס וואס איז נישט סטמר געשטימט ווערט גלייך באפאלען און אטאקירט וכו' און אפאר מאל אפילו חוסם,

און רוב רובי אידן זענען נישט קיין סאטמארער, אפילו די באבוב'ער עולם האבן געמיזט עפנען אן אייגענע פורם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 02:06 לינק ישיר 

אזוי מיינסטו

שרייב עפעס דארט אנטי חב"ד און די וועסט דיך שנעל טרעפן אינדרויסען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 02:22 לינק ישיר 

דער חרידישער ציבור וואס רעדט העברעאיש איז מן הסתם 20-30 מאל אזוי גרויס ווי דער היימישער ציבור וואס רעדט אידיש.
העברעאיש איז די שפראך פון די לאנד און ממילא קען עס דער עולם דארטען שרייבען, דאהי קען דער עולם בעסער שרייבען ענגליש ווי אידיש, ווייל עס קומט כמעט נישט אויס צו שרייבען אידיש. איך מיין אז איך האב נישט געשריבען קיין אידיש זייט איך בין געווען א אינגעל אין קעמפ, ביז איך האב אנגעהויבען צו שרייבען אויף הייד פארק.

אויסער דעם די אינגעלייט וואס קענען טייפען ווייל זיי האבען זיך דאס אויסגעלערענט פאר פרנסה קענען על פי רוב נאר טייפען ענגליש און נישט אידיש. און ארץ ישראל ווער עס קען טייפען טייפט העברעאיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 02:23 לינק ישיר 

עפשטיין איז גערעכט

דוד10 פון חדרי חרדים איז א פאנאטישער חב"דצקער און פירט דעם רעדל דארט בידו התקופה

איך בין קיין סאטמארער און איך פוהל מיך דא גאנץ באקוועמט.

און טאקע דערפאר בחדרי חרדים איז א פאלשע נאמען עס האט בכלל נישט קיין טעם חרדי ובכלל נישט קיין היימישער געשמאק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 02:35 לינק ישיר 

לדעתי האט מען דא פארקירעוועט דעם נושא פון דעם ארגינעלען טעמע וואס 'עליכם-שלום' האט אויפגעברענגט, דהיינו "וויפיל חרדים דרייען זיך אויף די נעט" ביז "וואס איז דער צווישנשייד צווישן בחדרי חרדים און חדשות אנ"ש".

איך האב א דעה אין ביידע סוגיות (ווער נישט? און אין וועלכע עסק האב איך נישט קיין דעה?), טא לאמיר גיין פאוואליע:

1. זייער א גרויסע פראצענט פון אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה זענען זיך משתמש מיטן אינטערנעט, און לאו דוקא לצורך פרנסה, נאר פאר שוואוילטאג. דאס איז היינט די גרעסטע און מער פארשפרייטסטע צייט פארטרייבונג מיטל, איך ווייס נישט וואס אונזערע עלטערן פלעגן טאן מיטן טאג, אבער אונזערע קינדער גייען זיצן אויף חדשות אנ"ש...

גראדע האב איך היינט געהאט א לענגערע תיבה אישית געשפרעך מיט א חשוב'ן גולש דא (עכ"פ אין מיינע אויגן איז ער חשוב), האט ער מיר געזאגט אז אדאנק חדשות אנ"ש קוקט ער מער נישט קיין גוי'אישע נייעס, און ווערט נישט נכשל מיט ראיות אסורות כמה פעמים ביום, עס איז מיר נישט געבליבן מער ווי נאכזאגן נאך אים "ואני"!

2. בנוגע די הבדל צווישן חדרי חרדים און חדשות אנ"ש, באמת קוק איך גאנץ ווינציג יענע פורום, טאקע דערפאר ווייל מיין ערשטע און לעצטע שפראך איז "אידיש"... אבער פון וויפיל איך זעה יא, מיין איך, אז מען קריגט זיך נישט דארט אזויפיל, אשר על כן איז אביסל מער ניחא פאר מענטשן צו פארברענגן דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 03:40 לינק ישיר 

ס'דא עטליכע חילוקים צווישען ח"ח מיט דא.
דארט איז זייער א געמישטע עולם, ליטוויקעס, חסידים פון פארשידענע קרייזען, פרענקען און מזרחיסטען.
ברענגט מען ארויף די פאליטיק פון יעדער קרייז און מ'שמועסט עס דורך.
אדער איין קרייז ווכח'ענט מיט א צווייטער.
דא איז דער גאנצע עולם חסידיש און די איבערוועגענדע מערהייט סאטמאר איז סאטמאר פאליטיק די הויפט טעמע.
ווען ס'וואלטען געווען דא גענוג קלויזענבערגער, בעלזער אדער גערער זיך צו שפירען באקוועם ארויפצוברענגען וואס טוט זיך ביי זיי הינטער די קוליסען..
דארטען איז געשריבען אויף העבראיש וואס איז (להבדיל בין החול ובין הטמא) דער פאלקס שפראך אזוי ווי ענגליש.
קומען צו א סאך שרייבער, פריער, מזרחיסטישער און ליטווישער וואס אין אמעריקע רעדען זיי נאר ענגליש.
דארטען לייגט מען געוויכט אויף יעדער פיפס פון יעדער פישער פאליטיקאנט. ווען דער אמעריקאנער עולם וואלט געלייגט א הונדערטעל געוויכט אויף וואס ס'זאגען די היגער קאנגרעסלייט וואלט מען געקענט דא אנפילען בלעטער לרחצה. (אבער דאס קומט אלץ פון קליינקעפיגקייט.)
צוריק צו דיין שאלה, איך שאץ אז א גרויסע מינדערהייט, ארום דרייסיג פראצענט פון היימישען עולם אין אויסלאנד איז פארבונדען צוקם נעץ. א סאך ווייניגער אין ארץ ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2005 00:28 לינק ישיר 

איך וואלט געפרעגט די שאלה אביסל אנדערש.

"וויפיל חרדים דרייען זיך אויף די נעט" בשעת זיי זענען ביי זיך אין שטוב.

איינער וואס גייט אויפן אינטערנעט אין אפיס, אפילו ער גייט פאר שוואוילטאג, איז נאך נישט אזא מחוצף ווי איינער וואס ברענגט דאס אריין צו זיך אין שטוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2005 06:15 לינק ישיר 

איך בין מסכים מיט יוסי718

איך בין טיןך נישט קיין צו גרויסער סאקמערער און כ'פיהל מיך גאנץ באקוועם דא

לדעתי איז בח"ח מערה נפןץ צוליעב דריי טעמים

א) עברית איז אסאך א רייכערע שפראך ווי אידיש, די שיינקייט פון אידיש איז אין שמועסן, קהל'עצן, אויפציהן קינדערלעך, אפשר א געשמאק לשון הרע'לע. א חסידישע עובדא, אוויץ אויף זיך צו קאלערן, און נישט צו שטארק אויף אינטיליגענטע שרייבעכצן.

וואס ברענגט מיך צו דעם צווייטן טעם

ב) מיינסטנס אינטילעגענטע מענטשן דא קענען עברית, אפילו די וואס שעלטן טויטע קללות דעם העברעאיש, טוען דאס בעסער אויף עברית (וואסא ויוסף90 יוכיחו) משא"כ ס'רוב ליידיגייער פון בח"ח ברעכן זיך די ציין אויף רעדען אידיש, ווער רעדט נאך פון שרייבן און לייענען.

ג) דער עולם און א"י זענען מעהר אפענע קעפ און באהאוונט אין הויות העולם ווי דא. א פאקט!

נאך א מעלה פון דעם
ארץ חמדה טובה ורחבה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2005 06:52 לינק ישיר 

yohcee דערמאנט מיר פון די פרעסע אין אמעריקע, אלע קאנסערוויטיווער מענטשען זענען "עקסטרעמע", אזוי אויך ער מיט ליובאוויטש

וכהנה רבות דא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2005 16:27 לינק ישיר 

מצורף קובץ

לאמיר רעדען נומבערס....

איך האלט אז פון די אלע טויזענטער חסידישער אידען אויפן גארע וועלט.

איז אין הייד פארק נישט דא מער ווי 300 צו 600 רעגיולער היימישער חסידישער גולשים, דאס הייסט וואס ניצען עס מער ווי 2 מאל א טאג.

פון ווי קומט מיין חשבון?

אדרבה קוקט ווען עס קומט אהן א נייע אינטערסאנטע אשכול, אין די ערשטע פאר מינוטען איז נישט דא מער ווי הונדערט צפיות - און שפעטער אויב עס קומט צו פרישע תגובות גייט עס ארויף אין די הייעך גייען די זעלבע מענטשען נאך אמאל אריין און אזוי אגאנצען טאג, על כן איז ביי מיר גאנץ קלאר אז עס געפונט זיך נישט מער ווי אפאר הונדערט חסידישע אינגעלייט וואס ניצען עס כסדר.

מלבד אז מען שמועסט און ביהמ"ד אז עס איז דא סחורה אויף "הייד פארק" וכדו' דאן קען זיין קומען צי פרישע היימישע צו פון זיי און אפיס אדער פון "נעט קאפעס" וכדו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2005 18:14 לינק ישיר 

איך מיין אז אויף יעדע הונדערט גולשים איז דא איין מגיב.

גענומען די סטאטיסטיק פון מיין רעכטן ארבעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2005 18:57 לינק ישיר 

א חרדי איז נישט קאנעקטעד...

ווייל א חריד מיינט א פרומער און א אמתער פרומער איד וועלעכער ציטערט פארען אייבירשטען איז נישט אויפען נעט.

דאס ארבעט נישט אינאיינעם.

באלד וועלען קומען די גולשים און טענהען אז איך זאל רעדען פאר מיר, אבער ניין איך רעד פאר אלעמען.

איינער וועלעכער זיצט אויפען נעט זעט מואיסע בילדער (נישט ער קוקט) און דאס איז נישט טייטש א "חרדי"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2005 19:09 לינק ישיר 

לעקיש

פון JNET האסטו געהערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וויפוהל חרדים זענען קאנעקטעד?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext