פאריסוב'ער רבי אין ניו יארק
זייט מיר מוחל אז איך ברענג נייעס וואס איז שוין אלט עטליכע וואכן, נאר וואס זאל איך טוהן אז דער איד איז נישט אריינגעטאן אין היימישע פאליטיק, נאר מיינט אלעס בלתי לה' לבדו האט ער נישט זוכה געווען אז דאס זאל דא געמאלדן און באשריבן ווערן.
איך האב שוין לאנג געהערט פון האי גאון וצדיק ר' עקיבא ראבינוביץ שליט"א, און היינט האט דער פון אויבן צוגעפירט און איך האב באמערקט א פלאקאט אויף די וואנט פון א ביהמ"ד מעלדנדיג אז דעם קומענדיגן שבת וועט ער זיין אין וויליאמסבורג.
איך האב נישט די צייט אים צו באשרייבן, וכל שכן אז איך קען אים נישט פערזענליך און אלעס וואס איך ווייס איבער אים איז נאר מפי השמועה, און דאס קען מען הערן אויף אסאך רעבעס היינט. דעריבער בעט איך ווער עס ווייסט אביסל זיין סדר היום אוןאויב ער נעמט אויף מענטשן און ווי, זאל עס דא מעלדן לתועלת הציבור.
|
|