איי פאלעדשייס ! ביטע ווער נישט אנגעצויגן אזוי שנעל, א אמת'ן ייש"כ פאר זיך אנשטרענגן צו ענפערן איך האף אי"ה היינט נאכמיטאג צו פרובירן דיין עצה און איך וועל דיר אי"ה געבן תשובה באלד דערנאך, (איך בין יעצט ביי א צווייטע קאמפיוטער)
נשלח ב-22/6/2006 23:22
איך וויל נישט אז דו זאלסט עס נעמען די ראנג וועי, באט די איינציגסטע סיבה פארוואס איך האב דיר געענטפערט איז אז איך זאל מיך
קענען פיהלן ווי א פיינע מענטש, איך זאל מיר קענען פאטשען די בויך אז איך האב געהאלפן נאך איינעם.
איך ווער נישט אנגעצויגן אזוי שנעל פון דעם, איך האב עס יעדען טאג.
נשלח ב-28/6/2006 06:16
איך זעה אז רוב סידי'ס קומט יא ארויף די אלע אפשענס אבער DVD's נישט ווצב"ש ווען איך האב אריינגעלייגט "א געשעפט" אדער אפילו מרדכי בן דוד'ס "אפשר לתקן" וואס האט אנפאנג א קליינע ווידיאו קליפ דאמאלט'ס צינדט זיך עס יא אטאמאטיש אן, וואס איז דער חילוק ?
נשלח ב-7/2/2007 17:56
די DVD's וואס עפענט זיך אויטאמאטיש האט מן הסתם אריינגעלייגט א autorun.inf פייל וואס מאכט אז ס'זאל זיך אויטאמאטיש אנצינדען און עס קען זיין אז דער autorun.inf פייל איז פראגראמירט צו איבערטרענגען (אווער-ריידען) דיינע ווינדאס סעטינגס
ווי אזוי צו מאכן א סי-די ס'זאל זיך אויטאמאטיש אנצינדען, און ווי אזוי צו מאכן א סימפל autorun.inf פייל וואס מאכט אז ס'זאל זיך אויטאמאטיש אנצינדען
http://www.computerhope.com/issues/ch000670.htm
נשלח ב-7/2/2007 18:11
דער מנהל איז גערעכט
מ'דארף עפענען א נייע אשכול אין דעם ענין זאלן אנדערע אידן אויך הנאה האבן