אבער האלט דעם בוך און פארקויף עס נישט אפילו ווען דיר זעט אויס אז איצט איז די צייט. ווייל מיט די צייט וועסטו דאס קענען פארקויפען פאר סאך מער, אזוי ווי ריעל עסטעט
נשלח ב-8/12/2005 19:19
lekish becuse thay did not hire jewboy
נשלח ב-8/12/2005 21:44
לעקיש אויב האב איך נישט קיין טעות ובמחולת כבודך, וואלט איך דיר געזאגט אז דיין מיינונג, מיט משיח השם'ס (ווער געדענקט אים נאך?) מיינונג איז די זעלבע, פון ווי ווייס איך? ווייל ער פלעגט אויך ספעלן אידיש מיט א י' אנשטאט אן א' יידיש, וואס אזוי שרייבן מער ווייניגער די יידישיסטן, וואס איך האלט אז דו ביסט איינע פון די, און ממילא וויל איך דיר מודיע זיין אז די זאלסט גיין פון דאנעט ווי שנעלער, איידער מהעט דיך ארויס שייגעצן
ולידועתך בעלמא, אז העברעש וועט אינטערגיין נאך סך שנעלער ווי אידיש, ווייל אין רוב ישיבות ווי מפלעגט ביז יעצט לערנען העברעיש, האט מען לעצטענס געטוישט צו אידיש, ואידך זיל גמור
תוקן על ידי - טאגליכט - 08/12/2005 21:45:58
נשלח ב-8/12/2005 21:47
טאגליכט, דו רעדסט ווי איינער וואס איז איינגערעדט אז ווייל עברית איז אסור לשיטת רביה"ק וועט דאס אונטערגיין אין גלות.
בדרך הטבע ביז משיחס אנקום, וועט ליידער עברית שוין זיין שטערקער ווי יידיש
נשלח ב-8/12/2005 22:36
טאגליכט
זיי נישט נאיוו
נישט יעדער וואס שרייבט ייודיש איז א משכיל
נשלח ב-9/12/2005 02:14
גיבוי אפשר בריינגסטע א בילד דערפון, רצונינו לראות את הספר, אפשר קאן מען דאס ערגעץ וואו קויפן אויף איבעי