טאטי אז די רעדס שוין יא פון דעם קול מבשר וויל איך דיר דא זאגן מיין פערזענליכער מיינונג איבער דעם די סיסטעם אין די נייעס אלעס איז פיין אין וואויל, ער לייגט עס גיט אראפ, ער האט אלץ פרישע סחורה.
אבער פארוואס ברויכט ער מעלדן מיט אזא שמחה "ברוך דיין אמת", די פלאץ פאר לוויות איז בכלל נישט אויף קול מבשר, פארגאנגענעם זומער האט ער געמאלדן דעם שווערע עקסידענט אויפן 17 וואס אסאך האבן נישט פארשטאנען וואס ער ברויכט דאס, וואס ברענגט איהם עס, לדעתי ווערט קול מבשר געהערט אויך דורך יונגלעך, פרויען אין אויך סתם מענטשן וואס האבן שוואכע הערצער, וואס איז דאס געשרייעריי טעגליך
" ב ר ו ך ד י י ן א מ ת " ????
|
|