איך האב דאס באקומען און די פאסט דעם שבת קודש איך טראכט אז עס קען זיין אז אסאך מענטשען האבן דאס נישט באקומען ממילא האב איך עס געסקענט פארן עולם דא.
און אזויווי איך בין אביסעל באקענט מיט די הייליגע פעולות פון דעם בית התבשיל "משביע" וויל איך אביסעל דא אינפארמירן דעם חשובען ציבור.
משביע איז אזויווי עס הייסט עס מאכט זאט די צענדליגע היימישע טאטעס\ מאמעס\קינדער וואס קומען אריין דארט טעגליך פשוט און גראד היימישע בארא פארקער מענטשען וואס האבן נעבעך נישט וואס צו עסן איך קען אסאך פון זיי, וואס זאגן מיר אז משביע האט זיי ממש געראטוועט ווען נישט משביע וואלטען זיי געגיינגען שלאפען אנע עסן, אזויווי מען ליינט און די מעשה ביכלעך אז מען האט אמאל און דערהיים געהאט נאר ברויט מיט וואסער ליידער און בארא פארק איז דא די זעלבע זאך מענטשען האבן נישט וואס צו עסן.
עס איז אפען טעגליך פון 4 נאכמיטאג ביז 9 ביינאכט open to the public און ווער עס וויל אריינשיקן געלט דארט איז וועלקאם.
אויך איז יזכר לטוב דער גרינדער פון משביע, הר"ר מרדכי מאנדלבוים הי"ו וואס האט עס אויף געפענט און מייסד געווען.
מי כעמך ישראל!!!!!!!!!!
צו דעם איז געווען כסדר צו עסען אין שומרי שבת (נישט צו אפעטיטלעך)...
דעס איז געווען נאר פאר מענער און נישט פאר פרויען און קינדער און די זאגסט אליין אז דאס נישט אפעטיטלך
למעשה משביע איז א פלאץ ווי כל דכפין ייתי וייכול אנע קשיות
יעדער איז Welcome מען פרעגט נישט קיין שאלות
און מען געט צו עסן יעדען טאג פון 4- ביז 9 יעדן טאג פרישע עסן
און א ריינע לעכטיגע זויבערע פלאץ
נשלח ב-12/12/2005 21:46
אגדיסט
לגבי רובאשקין ביזטו נישט גערעכט, דער בעה"ב איז קיינמאהל נישט דארט נאר די בעה"בסטע, מרס רובאשקין א אידענע א צדיקת וואס גיט מיטן גאנצן הארץ,
דארט איז א פלאץ פאר דער וואס שעמט זיך צו עסען ווי א שנארער אבער נישט צו בעטן
ביי אייך איז א פלאץ פאר דעהם וואס שעמט זיך צו בעטן ווי אשנארער אבער נישט צו עסען
אימא לכו מילתא דשוויא לתרוויכו
בעהט דעם חשובן עולם ווי אברכי כולל השכנים צו קומען עסען אהין פון מאהל צו צאהל און באצאלן איש כמתנת ידו. וועט דאס אוועק נעמן די בושה פון די וואס עסען פאר בחנם
נשלח ב-13/12/2005 00:14
קודם כל איך בין נישט משביע (ביי אייך) איך קען נאר דער זאך פון דערנאנט
צווייטנס און Crown האסטו מיך געכאפט אויפן ווארט איך האב געמיינט מיס. רובאשקין ווען זי איז דארט געט מען צו עסן און ווען נישט נישט. און לויט מיין ידיעה האט מען נאר געגעבן דארט שפעט ביינאכט
דריטנס ליידער ליידער זענען שוין געווען און זענען דא און משביע יעדען טאג היימישע בארא פארקער איינוואוינער וואס קומען עסן זייער אפט און משביע און ווער עס שעמט זיך איז דא מחיצות צו זיצן אונטער זיי אז קיינער זאל דיך נישט זעהן
Thank you very much
און יעצט אז די האסט שוין איינגעזען די געוואלדיגע טוהעטען פון משביע געב איבער פאר אלע דיינע פריינט און ידידים
און מען זאל אנפאנגען אריין צו שיקן די נדבות
נשלח ב-13/12/2005 00:25
משביע איז א חשובע זאך.
איך גיי דארט אריבער, אין איך זע פון מאל צו מאל היימישע אידען {לכאורה משולחים} קומען ארויס מיט זעקלעך עסען.