בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וואס מיינט די קונטערס 'צדק צדק תרדוף'?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/12/2005 08:30 לינק ישיר 

דא האט איר א לינק פארן קונטרוס
http://s52.yousendit.com/d.aspx?id=38XGD6JUHIKQC174Y80GZMTJIE



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 20:16 לינק ישיר 

איינע פון די וועד העסקנים האט מיר פארציילט היינט אז
אין די לעצטע וואך זייט עס איז ארויס געקימען די קונטרס צדק צדק תרדוף האבן אסאך מענטשן אריין געשיקט צו די וועד העסקנים זייער אסאך עדות'שאפטן אין דאקאמענטען פין כמה וכמה עדים אין מענטשן וואס זענען אויף סיי וואספארא ענין געווען פארמישט מיט משפט שלום ווי דין תורות הזמנות והיתר לערכאות וכדומה

האט ער געבעטן אז אזוי ווי מ'האלט שוין יעצט אינמיטן ארבטען אויף א חלק ב' אויב קען איך זאל איך מודיע אז ווער עס האט אליין מיטגעהאלטן אדער האט נאך הערות אדער עדות'שאפטן איבער משפט שלום'ס עיוות הדין וכדומה ווערט געבעטן אריין צו רופן

צום נומבער 718-362-4842

אדער שיקן א אימעל צו [email protected]


תוקן על ידי - askonim - 20/12/2005 21:01:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 23:19 לינק ישיר 

לויט די קונטרס "צדק צדק תרדוף" קוקט אויס אז די עסקנים וועלן קענען ארויסגעבן מער ווי א חלק ב' פון די עולות און שוחד.

אפשר גאר א 10 בענדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 23:24 לינק ישיר 

און זאלען זיי אויך צולייגען איין באנד פאר די אנדערע קאראפטעד טוען/בורר/סירוב/בית דין אין זעלבען שטאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2005 00:54 לינק ישיר 

דער דיין וועמען מ'באשולדיגט מיט שוחד (ש.מ. לאנדא) האט געשיקט שארפע בריוו פאר יחזקאל בראך און פאר די אנדערע און זאגט אז ער וועט שרעקליך נקמה נעמען קעגן זיי און זיי וועלן אלע האבן א ביטערן סוף און וועלן חרטה האבן.

ווער האט דעם בריוו זאל עס ביטע אריינסקענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 20:11 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער בריוו וואס שמעון מאיר לאנדא שיקט ארום און סטראשעט די גענז.

ער איז מכלומרשט זייער העפי אז מ'האט אים מבזה געווען.
איך האב מורא אז מ'וועט אים מאכן נאכאמאל העפי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 21:54 לינק ישיר 

איך האב פאריגע וואך געקויפט אויל מיט די הכשר פון משפט שלום אין די קונטרס שרייבן זיי וועגן דעם הכשר אז עס האט קיין נאמנות בכלל וויל איך וויסן אויב איך קען עס ניצן אויף חנוכה

נ.ב. אויך מיין ד' מינים האט געהאט די זייער הכשר האב איך יוצא געווען אדער איך דארף תשובה טאהן אז סקען זיין איך האב געהאט א אתרוג מורכב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 02:22 לינק ישיר 

איך הער אז חלק ב' גייט ארויסקומען גאר בקרוב.
דארט איז דא טרענסקריפס פון טעיפס ווי מ'הערט שמעון מאיר לאנדא רעדן און אז ער בעט שוחד.

איך וואלט געוואלט הערן דעם טעיפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2005 02:54 לינק ישיר 

איין נארישקייט איז דא אין דעם קונטרס, אז עס איז דא א בריוו פון אורחות משפט קעגען משפט שלום.

GIVE ME A BRAKE!!!!

אורחות משפט שטייט טויזענט מאל ערגער ווי משפט שלום.

אין גאס הערט מען צען מאל ערגערע מעשיות אויף זיי, עס איז א פריוואטע ביזנעס פון ר' יודל גרובער, אין זיי זענען די מבינים?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2005 06:34 לינק ישיר 

איך האב בכלל נישט געוואלט מגיב זיין ווייל אונזער מערכה אויף "אורחות משפט" ווערט נישט געפירט אויף די אינטערנעט. אבער אזוווי איך זעה אז עפשטיין האט מעורר געווען וויל איך יא דא אויפקלערן פאר די עולם: די גאנצע מערכה אויף "משפט שלום" ווערט געפירט יעצט דורך צוויי באוויסטע קארופירטע יונגען, נעמליך: יודל גרובער און שמואל פריעד. די גאנצע קונטרס ווער עס ליינט עס וואלט ווען געווינען די סימפאטיע ביים עולם ווען נישט זיי שטעלן זיך בראש פון די מערכה, ליידער איז "אורחות משפט" נישט די איינציגע אין די ביזנעס, און ווי עס קוקט אויס פונם קונטרס ווערט אין "משפט שלום" אפגעטוהן מער ווייניגער די זעלבע מעשים, אבער ווי עס זעהט אויס איז יעצט נישט מער ווי א פארמעסט צווישן צוויי קאמפיטיניג קאמפעניס וואס זענען ביידע ווערט דאס געלט, און וואלטען ביידע געדארפט אפגעווישט ווערן פונם האריזאנט..

אט איז א לינק צו די אשכול וועגן אורחות משפט:
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=1562716

רבותי! אפשר איז שוין די צייט אז עכטע ערנסטע מענטשען זאלן זיך צוזאמנעמען און באיזה אופן מאכן אן עק און א סוף צי דעם שרעקליכען מצב. אונזער מערכה קעגן "אורחות משפט" האט אויפגעטוהן א געוואלד, מיר האבן געארבייט שטילערהייט און עס האט אסאך נושא פירות געוועהן. אבער ווי יעדער זעהט זענען זיי נאך גאנץ גוט בתוקפם, און עס וואלט זיך פארלאנגט א געוואלדיגע פאראייניגטע כח פטור צו ווערן פון די פאלשע קאמפעניס אוןאוועקשטעלן געהעריגע בתי דין וואס יעדער וואלט געטראסט און יעדער וואלט אנגענומען. איך בין זיכער אז ווען עס וואלט זיך געעפענט אזא זאך וואלט זיך יעדער צוגעכאפט דערצו.

אדרבה זאל דער עולם קאמענטירן מיט זאכליכע עצות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2005 18:24 לינק ישיר 

און מאנסי האט איינער געשטעטנער צוליב די שרעקליכע מצב אויפגישטעלט א אייגענע בי"ד וואס איז דו בחנם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2005 20:14 לינק ישיר 

קלירוואי

וואס פארגלייכסטו ר' שמואל פריד צו ר' יודל גרובער?

ר' שמואל פריד איז א טוען- לאיער וואס טוט וואס איז גוט פאר זיין קליענט, אבער איז זיך נישט מתיימר צו זיין קיין דיין.

ר' יודל גרובער שטעלט זיך אהער פאר א דיין, אין קען צושטעלן פאר זיין קליענט וואס האט אים גענומען פאר א טוען אלע סערוויסעס פון א בית דין שטיבל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2005 03:28 לינק ישיר 

הרב עפשטיין,
די ביזט גערעכט מיט דיין אויפפאסונג אז מ' קען נישט צושטעלן פריד וואס שטעלט זיך אהער אלץ טוען, און גרובער וואס באצאלט זיך אלץ טוען און סערווירד דיינים סערוויסעס פאר די זעלבע פרייז. פאר די וואס האבן פארגעסן: נעמטס א ביזנעס דירעקטארי און זעהטס אים אדווערטייזד אלץ טוען רבני און א קאפיטשקע שפעטער אלץ בי"ד. און ביידע מיט די זעלבע נומבער!

די פאקט איז אבער אז די מערכה קעגן משפט שלום ווערט געפירט דורך די צוויי.

איך וואלט אייך געראטען זיך נאכפרעגן אין די גאס אויף ר' שמואל פריד, איך בין נישט אינטערסירט דא אים אויסצושמיסען.

הרב געשטעטנער איז א יוד א בעל פרנסה וואס דארף נישט אנקומען צי קיינעם, און אזוי פירט ער זיין בי"ד. איך קען נישט קיין פרטים פון דארט, אבער דאס וואלט זיכער געווען א גוטע אנהייב אין א נייע בי"ד, דהיינו די רבנים זאלן נישט זיין אנגעוויזען אויף די פאר דאלאר וואס מ'רוקט זיי אריין במישרים או בעקיפין.

א גוטע וואך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2005 22:14 לינק ישיר 

דעם שבת האט מ.ש. זופניק באוואשן דעם גאון ר' משולם פאלאטשקעק שליט"א אוף די גאס.

עס איז געווארן אן אנלויף. און הגאון ר' מ. פאלאטשעק האט געזאגט פאר דעם מיליאנער זופניק: טוה תשובה און גיי ארויס פון קאורט, אפילו די האסט מיליאנען טארסטו נישט עובר זיין אויף די תורה הקדושה.

זופניק האט צוריקגעשריגן ביסט א שייגעץ גיי אין בי ענד עיטש ארבעטען. איך וועל דיר ווייסן.

זופניק איז געווען שומיג און געשריגן ווי א עגלה ערופה, ער האט גערעדט ניבול פה און קללות אויף דעם דיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2005 22:40 לינק ישיר 

אין נאכדעם האסטו זיך אויפגעוועקט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וואס מיינט די קונטערס 'צדק צדק תרדוף'?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.