בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וואס מיינט די קונטערס 'צדק צדק תרדוף'?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2005 23:18 לינק ישיר 

עס איז אינטרעסאנט וויאזוי אלעס פארקירעוועט זיך צו איין אייצעלנן פאל.

מען רעדט בכלליות פון קארופציע ביי בתי דינים.

ביז היינט זענען שוין ארויסגעקומען קונטרסים קעגן ר' מענדל זילבער, קעגן ר' יודל גרובער און קעגן ר' שמעון מאיר לאנדא.

וועמען זאל מען גלייבן? איך ווייס נישט.

נאר איין זאך איז זיכער. אז די אלע קונטרסים האבן גענצליך אונטערגעברענגט דעם כח הדיינות וכח הבתי דינים. און ווי א איד האט מיר געזאגט די וואך אז אויב איז נישטא קיין "לפניהם", דעמאלט איז נישטא קיין "ולא לפני עכו"ם" ליידער.

יעדעס ווארט איז איבעריג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2005 23:46 לינק ישיר 

אמת_זיגט

לויט ווי אזוי איך ווייס איז קעגו ר'מענדל זילבער נישט געווען קיין קונטרוס!!!!!!
ניין, מיש נישט אריין ר' מענדל זילבער אין ענקער תינופות

אז די ווילסט גיין צי דין תורה קענסטע גיין צי

מכון להוראה
זבל"א
שבט הלוי
ביד"צ קר"י
רב געשטעטנער-מאנסי
טארטיקוב
בית יוסף

גיין אין קארט איז נישט קיין אויסוואל, נאר פאר איינער וואס איז נישט שומר תורה ומצוות


תוקן על ידי - שלום_משה - 25/12/2005 23:45:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 00:05 לינק ישיר 

שלום_משה, דא האסטו די קונטרס קעגן ר' מענדל זילבער:

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1733181



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 00:14 לינק ישיר 

ליוט ווי איך געדענק איך האלט עס יעצט אינמיטן אפיר קראצען אין מיינע ארכייוען איז געווען א פרשה פין אהרן טייטלבוים וואס געעוען דאן פינעם בי"ד מיט הרה"ח ר יעקב יודא לאנדא ווי עס ארויסגעקומען דאן א גאנץ קונטרס אפשר דאס ערשטע געגן אהרן אינעם בי"ד וואס איז האט דאן גענומען שוחד אין געווען אינטערגעקויפט אין אלעס דאקומענטירט עס אלעמאל געווען לוזערס וואס האבן זיך הבאן פארלוירען דין תורהס אין געטראפען פערזענליכע וועגן ווי אזוי זיך אפצורעכענען מיטן בית דין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 00:18 לינק ישיר 

אויב מעג איך זאגן מיין פוינט אוו וויו.
פון אלע טענות ומענות קוקט נישט אויס גארנישט אינטרעסאנט. יעדער מענטש וואס וועט פארלירן א דין תורה וועט שרייבן קעגן דעם בית דין וואו ער האט פארלוירן.

נאר איין זאך וואס האט מיך יא געכאפט און ווייזט אויף א שרעקליכע קארופשען, איז דאס וואס ביד"צ אורחות משפט איז סיי א בי"ד און סיי א טוען. און ווי איינער שרייבט דא אז אויב קאלט מען אן אורחות משפט אים צו הייערן אלס טוען גיט ער באלד דעם לעטער-העד פון ביד"צ און מען ווארפט אפ סירובים, מען מאכט אויס עיקולים, השם ישמרנו. אזוי צו מאכן פון די תורה פלסתר. רחמנא ליצלן.

דוכט זיך אז אזוי סארט בי"ד איז נישטא אין די גאנצע וועלט!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 18:05 לינק ישיר 

חס וחלילה

הנה אנכי עמך, איך האב פינקט די זעלבע געקלערט נאר זיך נישט געקענט געהעריג ארויסברענגען,

די קונטרס למשל פין משפט שלום - לאנדא, איז א טיפיקעל משל פין איינעם וואס האט פארלוירן א דין תורה ביי זיי אין ער זיכט ציציפיקסען די בי"ד,

אזוי ווי כמעט יעדער וואס פארלירט א דין תורה שימפט אויף זיין בי"ד

אורחות משפט - גרובער קיקט אויס ווי סתם א פעיק פאוני בי"ד, דער איז א פשוטער טוען ווי ש. פריד אין ז. גראס,

נאר ער פאפט אפ די וועלט מיט זיינע לעדערהעדס כאילו ער איז ווען א בי"ד, אין ער ברענגט אינטער מיט דעם די ערנסטקייט פין א בי"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 18:20 לינק ישיר 

אמת_זיגט

כ'האב אדורוך געליינט יענע קונטורס צוויי דריי מאל
אין איך זע נישט דארט קיין איין ערענסטע טענה!!

איך זע דארט אז מענטשן האבן געטראסט מיט ריזיגע געלטער איינעם א גרוש, מיט א אידישע שטר וואס מענדל זילבער האט געשריבען אלץ א פריוואטע לויער פין יענעם,
זיי שרייבן קלאר דארט אז מענדל זילבער האט געזאגט פין אנפאנג אז ער נעמט פין זיי נישט קיין געלט ווייל ער נעמט פין די אנדערע זייט,

נו, מה כל הרעש???
ער טאר נישט שרייבן פריוואט קיין שטרות???
איז דען געווען דארט א בורר משני הצדדים??
זיי האבן געהאט אלע ברירות צי ליינען דעם שטר פאר זיי חתמנ'ן עס,!!!
אין זיי האבן געהאט אלע רעכטן עס צי נעמען צי א אייגענם מענטש וואס פארשטייט שטרות אז ער זאל עס אדורוך קיקן אין זאגן צי עס איז גיט!!!!

די שרייבער פין יענע קונטורס קיקן אויס ווי אפאר לוזערס וואס גיבן נישט אכטונג וואס זיי טיען,אין דערנאך ווען עס גייט שלעכט האבן זיי טענות אויף די גאנצע וועלט


אדרבא ליינטס דורוך יענע קונטורוס אין גיטס א שמייכעל צי זען ווי נעריש מענטשן קענענן זיין


תוקן על ידי - שלום_משה - 26/12/2005 18:28:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 19:24 לינק ישיר 

אהא.

נעמען טשעקס און האבן קאפיעס דערפון איז שוין אמאל געווען אין די וועלט ביי א בית דין?

דאס איז קארופציע מיט באווייזן.

ס'איז שרעקליך ביזן הימל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 19:59 לינק ישיר 

סקען זיין אז די קונטרס אויף משפט שלום איז אמת,

אבער די וועד פין פינף מענטשן וואס זענען אליין מודה אז זיי האבן פארלוירן ביי זיי, זענען נישט צי שטארק באגלייבט, יעדער וואס פארלירט א דין תורה איז מלא כעס אויף די דיינים,

אין די קאפיס פין די טשעקס קען זיין די באצאלונג פארען בי"ד פאר די קאסטן פין די פארצויגענע דין תורה,

מזעט דאך אז די דין תורה האט זיך געצויגן זייער לאנג, אין משפט שלום נעמט אויך אויף די שעה אזוי ווי אלע בתי דינים,

נאר די ערשטע פינף שעה האט א פלעט רעיט פין 300 דאלער, דערנאך זענען זיי אויך ביליגער פין די אנדערע בתי דינים וווואס נעמען בערך 200 א שעה

חוץ פין דעם וואס די טשעקס זענען געמעקט אין געפאטשקעט,
אין די כלומרשטע שכר לימוד טשעק צי יו טי עי, איז געדעיטעד איבער א חודש בעפאר די דין תורה האט זיך בכלל אנגעהויבן

כהאב עס גיט אדורך געליינט אין סאיז דא ציפיל קשיות דערויף,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 21:25 לינק ישיר 

איך האב געליינט דעם קונטרס און איך זע נישט קיין קיין הוכחה אויף שוחד.

אינטערסאנט אז דער בית משפט האט עס מקבל געווען, עס קען זיין אז זיי פארשטייען נישט אז מען קען ביי אונז באצאלען נארמאל פאר א בית דין צו שמות נרדפים ווי יטב לב אין אנדערע מוסדות.

מצד שני די אנדערע חלק פון מתיר זיין ערכאות גרינגערהייט כדי צו ווערן א נתבע איז שוין א גרויסע עוולה, און איז א פלעק קעגען משפט שלום.

אבער עס קומט אויך נישט צו קעגען וואס עס דרייט זיך און גאס מעשיות קעגען גרובער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 20:38 לינק ישיר 

איין זאך איז זיכער אז רוב בתי דינים פון גרעטער ניו יארק, זעען ארויסגעקומען קעגן זופניק און משפט שלום, זענען די רוב בתי דינים גערעכט, און אז מען האט מכבד געווען זופניק צו קבלת שבת אין סאטמאר איז עס א עון פלילי וחילול התורה הק'.

די אלע בתי דינים זענען ארויסגעקומען קעגן זופניק אז ער איז א מסור און ער איז בנידוי ובחרם, "התאחדות הרבנים", רבי מענדל זילבער רבי משולם פאלאטשעק רבי נתן דוד ראזענבערג, "נאווארדיק", "איגוד הרבנים" הרב גינזבערג, רבי יחזקאל ראטה - "קאלסבורג", רבי יודל גרובער "ארחות המשפט", "איגוד הרבנים באמעריקא", "שבט הלוי" בן כ"ק פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 21:39 לינק ישיר 

רבי יונה

לדעתי וויבאלד ר' יודל גרובער איז אין יענע קונטרס גלייבען נישט מענטשען דעם קונטרס.

די אנדערע נעמען וואס די שרייבסט זענען נישט אין דעם קונטרס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2005 22:10 לינק ישיר 

Braking news

איך הער אז די בתי דינים האבן ארויסגעגבען א שארפע עיקול קעגן "דער איד", אז זיי טארן נישט אריין לייגן די וואך קיין שום בריוו פאר זופניק.

יעצט וועט מען זעהן צו דער איד וועט עובר זיין אויפן עיקול.

עפשטיין

די אלע שארפע בריוון פון די בתי דינים איז געווען די פארגאנגענע וואך אין דער בלאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2005 02:45 לינק ישיר 

רבי יונה

גלייב מיר אויב דער איד גייט צו ר יודל גרובער נעמט ער אראפ דעם נייער עיקול אין א שעה.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 03:25 לינק ישיר 

עס געפעלט מיר זייער ווי געוויסע גולשים... פרובירן מיט אלע מיטלען אז עס זאל ווערן געטוישט

פון
7 בתי דינים, התאחדות, שבט הלוי, אגודת רבנים, טארטיקוב, ר' יחזקאל ראטה, נאווארדאק

אקעגן

שמעון מאיר לאנדא פון משפט שלום

ווילן זיי עס טוישן צו
אורחות משפט פון ר' יודל גרובער

אקעגן

שמעון מאיר לאנדא פון משפט שלום

אפשר קען מיר איינער געבן צו פארשטיין, פארוואס די אנדערע 6 בתי דינים, האלטן פונקט וויאזוי ר' יודל גרובער האלט, און מען קוקט אויף די דאטום'ס איז אורחות משפט נישט געווען די ערשטער

און נאכמער, פארוואס קומען די אנדערע בתי דינים נישט ארויס קעגן אורחות משפט, אזויווי זיי זענען ארויסגעקומען קעגן משפט שלום

?????????????.

תוקן על ידי - ווארהייט - 29/12/2005 3:28:33



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וואס מיינט די קונטערס 'צדק צדק תרדוף'?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.