בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ציוניזם, וואס איז עס נוגע למעשה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/12/2005 05:49 לינק ישיר 
ציוניזם, וואס איז עס נוגע למעשה?

אין אן אנדער אשכול האט מען שוין דורכגעשמועסט דעם ענין ווי זיי זענען נאך היינט פעסט אקטיוו... און מען מוז זיך על כל צעד ושעל שלאגן און קעמפן קעגן זיי מיט אן אומגעהויערע שטרענגקייט, אזש קאליע מאכן פרנסות פון אידן.

מיר איז נאר אינטערעסאנט צו וויסן וואס פונקטליך איז דאס? וואס האט דאס א שייכות מיט אונזער טאג טעגליכע אידישקייט?

איז נאך בכלל דא היינט דער סארט ציוני וואס איז געווען מיט יארן צוריק? אדער האבן עס די אגודאים איבערגענומען און וועגן דעם דארף מען פארברענען זייערע צייטונגען?

איך ווייס אז דא איז דא אסאך סאטמארע אידן, בעט איך א קורצער הסבר וואס דאס איז. נישט קיין לאנגע מאמרים און געדרייטע ערקלערונגען. קורץ און שארף.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 06:13 לינק ישיר 

אין קורצן,

בכל שבת קודש בשעת פתיחת הארון אנו מתפללים ומבקשים מה'

"אב הרחמים הטיבה ברצונך את ציון תבנה חומות ירושלים כי """בך לבד""" בטחנו מלך קל רם ונשא אדון העולמים"

הנה כל העתונות האגודאים בכל שם וכינוי שיש להם הם מלאים בתחבולות והשארות איפה ואיה ואימתי להטיב את ציון ולבנות חומות ירושלים בשילול הבטחון במלך קל רם ונשא אדון העולמים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 18:39 לינק ישיר 

90pct

דו האסט עס קלאהר ארויס

די תורה הייסט זיך פירען בדרך הטבע אבער דו פאר שטייסט בעסער.

עירובין מד

אמר רב יהודה אמר רב נכרים שצרו על עיירות ישראל אין יוצאין עליהם בכלי זיינן ואין מחללין עליהן את השבת תניא נמי הכי נכרים שצרו וכו' במה דברים אמורים כשבאו על עסקי ממון אבל באו על עסקי נפשות יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו על עסקי נפשות אלא על עסקי תבן וקש יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את השבת אמר רב יוסף בר מניומי אמר רב נחמן ובבל כעיר הסמוכה לספר דמיא ותרגומא נהרדעא

אין הכי נמי, דאס איז דאך אין מס' עירובין וואס כידוע די ציונים האבן אויסגעטראפן

אבער אזוי ווערט געפסקענט אין שו"ע או"ח שכ"ט


(ו) עכו"ם שצרו על עיירות ישראל אם באו על עסקי ממון אין מחללין עליהם את השבת באו על עסקי נפשות ואפילו סתם יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו אלא על עסקי תבן וקש מחללין עליהם את השבת: הגה ואפילו לא באו עדיין אלא רוצים לבא (א"ז):
(ז) יש מי שאומר שבזמן הזה אפילו באו על עסקי ממון מחללין שאם לא יניחנו ישראל לשלול ולבוז ממונו יהרגנו והוי עסקי נפשות (ומ"מ הכל לפי הענין)

דו אליין

לייג נישט קיין שלעסער אויף דיינע טירן און אויב דו הערסט איינברעכן רוף נישט קיין פאליציי

כמאמר הכתוב
אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר

דיפלאמאט

ציוניזם איז זעהר נוגע למעשה, ספעציעל פאר אונזער היימישן עולם
וויאזוי דען קען א גרויסער עולם אידען שלא קראו לא שנו אלא שמשו(!) זיך האלטן גרעסער פון אלע תלמידי חכמים בדור.

ציוניזם!

וואדעווער דעט איז



תוקן על ידי - baachi - 15/12/2005 18:42:29



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 18:11 לינק ישיר 

קבלתי באישי א שטיקל פון ר' אביגדור מילר ז"ל

איך קלער לכבוד כ"א כסליו, דבר בעתו מה טוב

ש. מה נענה לעם הפלסטיני הטוען שהעם היהודי "זרק" אותם ממולדתם?


ת. מה תענה לאדם שמגרש אותך מביתך באיום של אקדח, ולאכר מכן הוא טוען: זה ביתי, עתה אני גר כאן. הרוצה אתה לגרשני?...

יש לנו היהודים, שטר בעלות מפורש על ארץ ישראל. התורה אומרת בפירוש שהארץ שייכת לנו. העובדה שגורשנו מארצנו באיום של סכין אינה אומרתת שאיבדנו את זכותנו לחיות בארץ. השאלה אם עלינו להשתלט על הארץ בכח הזרוע, היא נושא בפני עצמו ולא ניכנס אליו, אולם בהחלט וללא שום ספק מוצדק לומר שהארץ שייכת לנו. זו מולדתנו, בארץ זו גרנו והרומאים גירשונו ממנה בכח הזרוע. ארץ ישראל היא ארץ היהודים. אם פלסטיני מעוניין לגור בארץ, איש לא מונע זאת ממנו אבל אם הוא עושה צרות ומאיים על חיי התושבים יש להעניש ולגרשו. אין לפלסטינים טענה מוצדקת נגד היהודים, כיון שאילו הם לא היו מציקים ומסכנים את חיי האזרחים, הרי שהיו יכולים לגור בשלום בארץ ישראל.


ע"כ גענומען פון ספר אור עולם, נאכגעשריבן פון די טעיפס פון ראביי מילר ע"ה. איך שיק עס פאר אינטערעסאנטקייט אז אין סאטמאר איז אנגענומען אז ער איז אינגאנצען לויט זייער שיטה, וואס אין פאקט איז עס נישט אזוי.

עכ"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 18:44 לינק ישיר 

מצורף קובץ

כ'האב פונקט ביי מיר אן אלטן ספר געדרוקט אין אמעריקע נאך פאר די קריג, עפעב שטייט דארט אויך אז ארץ ישראל געהער צו אידן, לאמיר הערן דיין מיינונג, איז דער בעל הספר געווען א סאטמערער אדער אנטי סאטמער? ילמדנו רבינו!

כ'האב דאפלט אונטערגעשטראכן דער מקום הספק מפני הנכנסים והיוצאים ועמי הארץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 18:46 לינק ישיר 

לדעתי זענען די קלויזנבערגער חסידים פון די געבליבענע ציוניסטן וואס ביי זי ענגט מען א "דגל" און "יום העצמאות".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 20:10 לינק ישיר 

נבוכדנאצר,

ליין די ווערטער:

אבל אם הוא עושה צרות ומאיים על חיי התושבים יש להעניש ולגרשו

סאטמאר האט טאקע אויך אזוי געהאלטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 21:07 לינק ישיר 

נבוכדנצר

איך האב מורא איך ווייס ווער דו ביזט

דו ביזט מיין צווייטער שוואגער! פון די ממשלה'ס זייט.

ער קען אויך פירען די גאנצע וועלט אבער ער קען זיך נישט אויסלערנען אריין שטעקן דאס העמד אין די הויזען.די נאז אונטער די בריללען אדער די פאות ארום די אויערן, ער זאגט אז ספעלט איהם דער כוח המצמצם

אפשר לערנסטו דיך אויס פאר אגוט יאהר ארויף צושטעלן א פאסט ווי א בן אדם?

נישט אלל אווער דע פלעיס- ווילסט אויף יידיש: כל העולם כולו...

כקען נישט לייענען,נישט נאר דיינע תגובות, די ביזט אפילו א חב לאחריני

לאט לך (טעיק איט איזי בלע"ז)

יוסףתשעים

מיר "ענגען" נישט קיין דגל אין יום העצמאות פון מדינת ישראל

און מיר "ענגען" נישט קיין אידן וואס האלטן נישט ווי אונז

דער טעם פארוואס מיר "ענגען" נישט קיין פאהן פון מדינת ישראל איז פונקט דערזעלבער פארוואס נבוכדנצר "ענגט" נישט קיין פאהן פון זיין מלכות של חסד אין פערטן יולי.

די אייציגע זאך וואס מ"ענגט" אין קל"ב
איז א מקוה האנטוך צו טרוקענען אויפן פלויט פון ביהמ"ד אין שב"ק.
נבוכדנצר וועט טרעפן די תשובה אין דברי יציב



תוקן על ידי - baachi - 19/12/2005 21:13:57



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 22:48 לינק ישיר 

כ'האב נישט געטראפן קיין איין ווארט אין ר' אביגדור'ס ווערטער וואס כ'זאל זיך דערמיט נישט אידענטיפיצירן.

כאטש איך בין אויך מסופק צו ער האט געהאלטן ממש ווי סאטמאר אין די שיטה, איז אבער קלאר אז די דאזיגע ווערטער זענען כלל נישט מנגד די תורה הקדושה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 23:02 לינק ישיר 

באטשי, האסט אומזיסטע שרעק!

חלמא בישא חזית, חלמא בישא חזית, חלמא בישא חזית

דו ווייסט נישט ווער איך בין ווייל ווען יא וואלסטו געזעהן דעם ריזן פאהן פלאטערן פאר מיין דירה פון דעם ערשטן יולי ביזן זיבעטן בו (שלשה ימים לפני אידיהם ושלשה לאחריהם) איך בין מתפלל לשלומה של מלכות, ממילא קענסט שוין רופן די חרטומים פון שכנות'דיגן עגיפטן און פותר חלום זיין, א סגולה בדוקה ומנוסה כנגד "מורא"

און איך בין אויך מתפלל דריי מאל אין טאג ומלכות הרשעה מהרה תעקר ותשבר ותמגר, דוכט זיך אז אין צאנז פעהלט נישט די ברכה פון יבנה

לפי שאיבוד המינים גדול מכל צרכי בני אדם - רמב"ם (פאר די וועלכע עס זענען נישט בגדר בני אדם איז עס נישט פון זייערע צרכים)

דו באשולדיגסט די גאנצע וועלט ווייל דיין סקרין איז פיצל? טוט דיר א טובה פארקלענער דעם סקרין וועסטו נישט דארפן קוקן ווי א האן אין בני אדם און קרייען אז איך מאך דיר בלינד און שטום

פארגעס נישט צו שיקן א קוויטל צום זוועהיל'ער און גיב א פופציגער פאר די נייע מאנסי'ער קהילה זאלסט האבן וואו צו טרינקען קאווע נאך 8 פארטאגס

כ'ליין צווישן דיינע שורות אז עס טוט דיר באנג אז נאך איינער קוקט דברי יציב, האב נישט מורא, איך וועל נישט מאכן קיין אשכולות ערב ט' תמוז "דברי יציב תמוה מאוד" ווייל פון מיין זייט זאל דער גאנצער דברי יציב זיין איין שטיק פירכא, וועמען קימערט דאס? נישט מיר און נישט טויזנטער אנדערע אידן יראים ושלמים איבער דער וועלט

כ'האב געהערט אז דעם ספר וואס איך האב געסקענט האט מען שוין איבערגעדרוקט, כ'מיין אז ר' אביגדור האט עס אויך געהאט, אפשר האט ער גענומען זיין מיינונג פון דארט? מ'דארף זעצן א בית דין של שבעים ואחד דאס מברר צו זיין

**

חאכאם דיפלאמאט,

יש להעניש ולגרשו

ווער? מען רעדט פון א "אידישע" ממשלה? אפשר פריער אדער שפעטער, אין דעם שטיקל איז נישטא קיין זכר דערפון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 23:21 לינק ישיר 

נבוכדנצר

1) מיט דעם פאהן פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט

2) אין צאנז איז מען מתפלל ברכת המינים אבער מגיט נישט דעם באשעפער קיין אדרעססען, מיר האלטן אז דער רבש"ע איז גענוג בהאוונט און די היינטיגע נייעס צו וויסן אליין.

3) מיין סקרין איז נישט פיצל, דו קענסט נישט סקענען

4) קאווע טרינק איך אין בית לואיס ( היינטיגע ויואל משה) נישט ח"ו וועגען ואכלת שלל אויביך, נאר ווייל סאיז בעסערע קאווע.

5) קענסט פרעגן אויפן דברי יציב וויפיל דו ווילסט, אדרבה יגדיל תורה ויאדיר, נאכאמאהל אשיינעם דאנק פאר דעם מראי מקום.

6) סקימערט נישט קיינעם ווייל סאיז פונקט ווי אלע חלקים פון די הייליקע תורה וועלכער זענען נתחבר געווארן נאכן חתימת התלמוד או השו"ע, די קל"ב זענען קיינעם נישט מחייב, ק"ו נישט טעראריזירן אין רופן מסית ומדיח ולמעלה מזה, משא"כ דעם ספר פון דעם קוה"ט דער בעל ההילולא דכ"א כסליו, ולכן מצוה להקשות.

7) מיט ר' אביגדור האב איך גארנישט איינגעלייגט, ער איז געוועהן א ליטוואק אין א קנאי, דער סקען איז געוועהן לשיטתכם.

זיי געזונט אין שטארק אין דערלעב ווי אלע היינטיגע מחלוקתלעך ווען שלום און סברעכן אויס נייע, פון די היינטיגע שלום'ס


עיקר שכחתי

חאכאם דיפלאמאט,

יש להעניש ולגרשו

ווער? מען רעדט פון א "אידישע" ממשלה? אפשר פריער אדער שפעטער, אין דעם שטיקל איז נישטא קיין זכר דערפון.




דאס האסטו געשריבן?

דער ר' אביגדור האט גערעט צו די גויים WOW!
ווער האט אים געפרעגט די שאלה? ראמספעלד? קיסינדשזער? מן הסתם קאספער ווינבערגער? (NO RELATION)

ער איז געווען בשעת דעם שיעור? יעצט פארשטיי איך פארוואס ער האט גערעט ענגליש

אגב ער הייבט אהן זיינע ווערטער "לנו היהודים"

אבער זאג נאר טייערער, דאס איז איידישע ממשלה דארט?
אינטערסאנט אז די מזרחי האלט אויך פונקט אזוי,
ווען ביזטו געווארן אויס סאטמערער?

לשיטתך אז א ממשלה וואס זיצען דארט יידען הייסט א יידישע ממשלה, איז דאך אין מאנראו די זעלבע זאך

ג-----י-----ו-----ו------א------ל-----ד!!!!!

תוקן על ידי - baachi - 19/12/2005 23:37:01



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/12/2005 23:24 לינק ישיר 

תשעים יוסל שרייבט:
לדעתי זענען די קלויזנבערגער חסידים פון די געבליבענע ציוניסטן וואס ביי זי ענגט מען א "דגל" און "יום העצמאות".

וויאזוי קען דאס זיין א "לדעתי?" דא האנדלט מען מיט א פאקט! אדער הענגן זיי אדער נישט. דאס האט נישט מיט קיין דעה.

חוץ טאמער גייסטו דא מיט א "לשיטתכם" אז אויב איז עס נישט אמת מאכט מען דערפון א "לדעתי" אין פין דארט מאכט עץ שוין זיכער אז די עולם גלייבט אז ס'איז א פאקט.

תוקן על ידי - Kutchma - 20/12/2005 0:15:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 00:17 לינק ישיר 

באטשי טייערער ביזסטו געווען ביי די גע'אסר'טע שבע ברכות אין וויליאמסבורג?


לכבוד כ"א כסלו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 00:49 לינק ישיר 

דער ג-ע-ו-ו-א-ל-ד-י-ג-ע-ר ג-ע-ש-ר-י-י האט מיר אזש אויפגעוועקט פונעם נאכמיטאג דרימל, עס שיינט אז איך האב דיר ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט, א קלייניגקייט! שבוע שחל בו כ"א כסליו!!

דער הייליגער לובלינער האט געזאגט אז אין זיין יאהרצייט וועלן די מתנגדים נישט קענען געבן קיין טרונק וואסער

פון דעם קוה"ט איז אונז געבליבן צוויי יומא דפגרא'ס, כ"ו אב און כ"א כסליו, און די תלמידים און תלמידי תלמידים פרייען זיך מיט דעם תורת אמת, קענסט קומען אין איינע פון די סאטמערע צענטערן נעמען א גלעזל בראנפן און זיך דערווארימען לכבודו פונעם בעל הנס אום כ"א כסליו, אדער זיך אפקיהלן מיט א קאלטן געטראנק אין דעם הייסן כ"ו אב, קיינער וועט דיר נישט שטערן, אין מאנסי זיכער נישט

בית לואי איז שוין היינט דוכט זיך א ישיבה, זעהט אויס אז דו ביזט נישט באהאוונט מיט די סאטמערער נייעס זינט דו ביסט ארויס פון דארט, דער עיקר אז ר' י"ט דרוקט אייערע פלאקאטן איבער דעם בונים היכל דאס איבריגע דארף דיר נישט אנגיין

ווען איך זאג ברכת המינים דערמאן איך זיך פון די ווערטער פונעם הייליגן רמב"ם (נישט דער פונעם אגרת תימן, א צווייטער, תרי רמב"ם הוי):

בימי רבן גמליאל רבו האפיקורוסין בישראל והיו מצירים לישראל ומסיתין אותן לשוב מאחרי השם, וכיון שראה שזו גדולה מכל צרכי בני אדם עמד הוא ובית דינו והתקין ברכה אחת שתהיה בה שאלה מלפני השם לאבד האפיקורוסין וקבע אותה בתפלה כדי שתהיה ערוכה בפי הכל

כ'קלער אז דו האסט אינזינען ביי על הצדיקים דיין צדיק און ביי ברך עלינו דעם פולן טייסטער, וויאזוי טרייבסטו אוועק די מחשבות און אדרעס ביי ולמלשינים? האסט א בעסערן טייטש? וויאזוי האט מען געטייטשט אין קלויזנבורגער חדר יכרתו? אפיקורוס איז אפיקורוס, דער ראש הממשלה פון מדינת ישראל מיט נאך צוויי דריי זענען מצירים לישראל ומסיתין אותן לשוב מאחרי השם, די אנדערע מיליאנען פרייע אידן זענען נעבעך כתינוקות שנשבו, אויף זיי האט דער קוה"ט געשריגן מיט בכיות ביי די נשא תורה וויפיהל יתומים און אלמנות זענען געבליבן! אבער די ראשי הכת זענען ווי די מתיונים און קראים וואס האבן געריסן שטיקער אידישקייט, אז דו האסט רחמנות אויף די ראשי הרשעים ביסטו עובר אויף א לאו פון לא תחמול ולא תכסה עליו לשיטת דברי יציב, וקשיא באטשי אדברי יציב

מסית ומדיח האט דער קוה"ט נישט געשריבן אויף עהרליכע אידן, אבער אלטער באקָ האט דער רודניקער עילוי געזאגט אויף יעקב אבינו'ן, עיין מכון תורה טעיפס ודו"ק

חלילה צו זאגן אויביך איין איד אויפן צווייטן, איך האב נישט פיינט קיין איד אין דער וועלט, חוץ פון די וועלכע עס גלייבן נישט אין איינע פון די י"ג עיקרי הדת וואס דער רמב"ם זאגט מצוה לשנאו, כ'קען נישט אזא איינעם אין דער גאנצער וועלט! דער שרון און לפיד זענען מסיתים און מסיתים טראצדעם וואס זיי גלייבן מעגליך אין די עיקרי הדת, איז עס ממילא נישט מאסגעבנד, און מען דארף אויף זיי מלמד חובה זיין ווייל זיי זענען נישט עושה מעשה עמך און טוען עבירות בפרהסיא און ווען זיי שטארבן דארף ען זיך מתעטף זיין בלבנים עיין יו"ד סימן שמ"ה

טענו בחטים והודו לזכר למקדש, ר' אביגדור באציהט זיך נישט צו קיין אידישע ממשלה, ער האט געזאגט אז מען קען פארטרייבן א מוסלמענער וואס מאכט צרות, ווי די שומרים פון בארא פארק

ווי פלעגט דער אב"ד ספרדים אויספיהרן בעידן חדוותא: "דאס איז תורת אמת".

נאכאמאל, קען זיין אז ווען איך וועל זעהן מה לפנים ומה לאחור וועסטו זיין גערעכט, ד ע ר שטיקל זאגט אבסאלוט גארנישט.

געדענק: האלבערשטאם תחת האלבערשטאם, נפש תחת נפש, און טאקע אויפן פיאקער, ר' ישעיה'לע טשעחויבער איז אויך א נפש, מענינא דיומא וק"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 05:49 לינק ישיר 

עס איז פשוט אז ר' אביגדור רעדט נישט כלפי די מדינה אז זיי האבען א רעכט צו פאררטייבען אראבער, ער רעדט אז כלפי די פאליסטענער אז זיי, דוקא זיי, האבען נישט קיין טענה, ווייל ווען איינער שטערט די אנדערע איינוואינער, אידען, וואס האבען אויך א רעכט דארט צו וואינען, דארף מען נישט טאלערירען. אבער דאס מיינט נישט אז אידען האבען א רעכט זיי צו פארטרייבען מצד די אידישע הלכה.

דוגמה לדבר, שרון'ס גיין אויף'ן הר הבית, לדעתינו האט ער זיך גערייצט מיט די אראבער, און האט דאס נישט געדארפט טוהן, אבער מיינט דאס אז די אראבער זענען גערעכט אז שרון האט נישט געטארט דארט גיין? אוודאי נישט, זיי זענען נישט בעלי בתים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2005 06:36 לינק ישיר 



קוק אריין וואס רש"י הק' שרייבט אין ערשטן פסוק חומש.

"בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ..." (בראשית א, א)

פירוש רש"י:

א"ר יצחק: הלא היה צריך להתחיל את התורה מ"החודש הזה לכם" שהיא מצווה ראשונה שנצטוו בנ"י, ומה טעם פתח ב"בראשית"?
משום "כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גויים". שאם יאמרו אומות העולם לישראל: ליסטים אתם, שכבשתם ארצות שבעה גויים, הם אומרים להם: כל הארץ של הקב"ה. ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו.


די אנשי כנסת הגדולה ווייס איך שוין ווי זיי זענען געשטאנען, אבער מיט רש"י הק' וואס טיט זיך איז ער אויך געווען פון די אנטי...?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ציוניזם, וואס איז עס נוגע למעשה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext