| נשלח ב-15/12/2005 21:03 |
|
| |
דיפלאמאט - א נייע מנהל
איך זע אז מען האט מוסיף געווען דיפלאמאט'ס נאמען די צי רשימה פון מנהלים.
לך בכוח זה והושע את ישראל!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 21:05 |
|
| |
כיון שעלה לגדולה מוחלין לו כל עוונותיו....
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 21:47 |
|
| |
JEWBOY
איך האלט אז נאר א סאטמארער איז כשר צו זיין דא מנהל.
פינקט ווי נאר איינער וואס פרעסט פון סאטמאר פעיראלל, מעג זיין דיין אפילו ער האט שוין געלאזט הערן זיין מיינונג.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 16/12/2005 0:34:31
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 21:49 |
|
| |
ניין.
איך האלט אז א מנהל אויף הייד פארק קען זיין נאר א "בלאט" שרייבער, אדער א "וויליעדזש" ארבייטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 21:52 |
|
| |
לדעתי מעג נאר א ליובאוויטשער זיין מנהל דא, ווייל ער בלייבט נייטראל אין די גאנצע סכסוך......
לדעתו זאלען זיי זיך שלאגען לעולם ועד............

|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 22:03 |
|
| |
מ'קען זאגן כמעט יעדע חסידות האט א נציג דא אלס מנהלשאפט , עס איז דא מער מנהלי משנה ווי ס'שטייט אויבן, נאר מ'קען נישט צולייגן אזויפיהל נעמען דארט אויבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 22:15 |
|
| |
איך ווינטש הצלחה פאר דעם נייעם מנהל משנה " דיפלאמאט " דער באשעפער זאל דיר העלפען אז די זאלסט זיין מיט יושר מיט א יעדען סיי מיט סאטמער אין סיי מיט די זאלונים
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 22:16 |
|
| |
דיפלאמאט איז גאנץ א ארענטליכע שרייבער, ער האט זיינע מיינונגען פינקט ווי יעדן איינעם,
ער קיקט אבער נישט אויס ווי קיין פארביסענער,
עלה והצלח!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 22:28 |
|
| |
דיפלאמאט איז יא פארביסן, קעגן סאטמאר און די שיטה הק'
קוקטס זיינע פריערדיגע תגובות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 22:32 |
|
| |
אייןסאטמאר
לערן זיך אויס אז נישט יעדער איינער וואס שרייבט קעגען עירוב איז א סאטמארער שונא.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 22:36 |
|
| |
ברוך הבא הרב דיפלאמאט אלס מנהל המשנה.
איך האלט אז נאך אזויפיל וואס מ'שנידט זיך דא די הויט מעגן מיר זיך לערנען אביסל "דיפלאמאט-יע".
דיפלאמאט, מיר ענטפאגן דיך מיט כבוד.
ברוכים הבאים.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 23:00 |
|
| |
מזל טוב!
צו מיין אלטן גוטן פריינט דיפלאמאט, זייער שיין דיך צו זען אויבן אן, מלך ביופיו תחזינה...
איך האף אז יעצט אז דו האסט עולה געווען לגדולה וועסטו מיך נאך וועלן ווייטער קענען...
בהצלחה!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 23:17 |
|
| |
מזל טוב דיפלאמאט!!!
ווען קומט פאר די ערשטע גענעראל פארזאמלונג פון אלע מנהלים פון היימישע פורומים? איך קען שוין קוים ווארטן דיר צו טרעפן...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 23:19 |
|
| |
מז"ט נייער מנהל. דער אויבערשטער זאל דיר העלפן אין אלעם וואס דו ווילסט.
איין קליינע טובה, מיינע תגובות, מעק נישט...
דיין קנעכט וועלכער איז נכנע אונטער דיינע עפר רגלים הטהורים, פויליש...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 23:24 |
|
| |
פאר דיר - מיין פריינט דיפלאמאט - טוה איך אלעס, אפילו אריינקומען דא מיט מיין אלטע אויסגעדראשענע אויסגעוועפטע ניק.
מזל טוב, מזל טוב, סאך אידיש נחת...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 00:34 |
|
| |
א גוטע אויסוועל!!!!!
אפילו איך בין נישט מסכים צו אלע זיינע דעות, אבער עס איז קלאר אז ער אוז קרוץ מחומר פון א גוטע מנהל.
א רואיגער מענטש מיט א שכל הישר.
|
|
|
|
|