| נשלח ב-16/12/2005 18:28 |
|
| |
אידישע געשעפטן: חזיר צום פארקויפן
א איד פרעגט מיך נעכטן, אפשר זאגסטו מיר, אין וועלכע גראסערי קען מען קויפען ביליג חזיר פלייש?
איך קוק אים אן מיט צוויי אפענע אויגן ווי איינער וואס איז נעבעך געטאטשט אביסל, א חסידישע איד מיט שמונה בגדים און זוכט צו קויפען חזיר...
ער לאזט מיך נישט לאנג טראכטען, ער געבט מיר צו פארשטיין, ער איז אין די לעצטע טעג ארום געגאנגען אין אסאך אידישע גראסעריס און סופערמארקעטס אין מערערע שטעט, און ער זעעט אז שוין איבער א וואך נאך א גרויסע קול קורא פון רבנים פון אלע קרייזן חסידישע אשכנזישע און ליטווישע, אז אלע ראומעין לעטוס איז ווערעמיג, און ער זעעט נאך פיל דעפון אין די שעלווס און פריזשערעיטארס פון די סטארס.
]אפילו א בעל מכשיר אליין האט אראפגענומען זיין השגחה פון אלע מינים ראמעין, און דער בעל מכשיל אליינס געבט ווייטער א זיין השגחה אויף גיוויסע ראמעין הארטס. כאילו ער געדענקט נישט אז נעכטן האט ער אונטערגעשריבן אז סאיז נישט מעגליך צו געבן אויף דעם א הכשר[
און דאס ווערט געהעריג פארקויפט אין אסאך כשרע סטארס.
אויך איז דער בעל הבית וואס פארשפרייט און פראדעצירט די אלע ווערעמיגע סחורה ארויסגעקומען מיט א נייע קאמפאני ראמעין סעלעדס במזיד מכשיל צו זיין אידן, און ער האט געטראפען עפעס א השגחה אזוי ווייט ווי סט. לואיס מיזורי, (וואס זיי האבן שוין אויך אראפגענומען די השגחה- אבער ביי אונז פארקויפט זיך עס געהעריג ווייטער מיט זייער חותם)
דערציילט ער, איך בין צוגעגאנגען צו די סטאר מענידשערס און בעלי בתים און פארגעהאלטן אויף דעם מכשיל זיין דעם רבים, האבן זיי געענטפערט, דאס איז די דאגה פון דעם קאסטומער...
פרעגט ער זיי, נו, אפשר פארקויפט איר אויך חזיר פלייש וואס איז ווייניגער לאווין ווי בלויז איין ווארים!
און אפשר טריפה טשיקן, דאס איז סאך ביליגער ווי די כשרע, און זאל זיך דער קאסטומער קראצן..
האבן זיי פון מיר אפגעלאכט אויפן קול, און מיך אנגעקוקט ווי א שוטה און םפאנאטיק וואס פארשטייט נישט צו ביזנעס.
גיי איך יעצט ארום אין די גאסן פרעגן יעדן איינעם פארוואס חזיר איז ערגער ווי צענדליגער און הונדערטער ווערים אין יעדע איינציגע פעקל פון די ראמעין?
וואס האב איך אים געענטפערט?
איך האב אים געגעבן גערעכט! ליידער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 19:28 |
|
| |
ער איז טויזענט פערסענט גערעכט
א פאפיולער בעל מכשיר האט די וואך געשטורעמט אויף די אונזעריגע סטארס פון וויליבורג און ב.פ. אז זיי האבן די ווייניגסטע ריספאנדעט צו די רוף פון די רבנים, אנטקעגן די סטארס פון פלעטבוש מאנסי און קווינס וואס כמעט אלע האבן אוועקגעטראסקעט די שמוציגע ווערעמדיגע סחורה.
סע איז זייער דיסעפוינטינג ווי גרינג מען נעמט אויף אזא ערנסטע זאך ווי אנשטאפן די אייגענע קאנסומער מיט ווערעם, פאר א קליינע פראפיט פון אפאר טאללער, סאיז א שעים!
די קאסטומערס אליינס דארפן אויפשטעלן א ווידערשטעלונג אנטקעגן די נידעריגקייט, אזוי וועט עס סטאפען.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 19:43 |
|
| |
יעצט וועקט מען זיך ענדליך אויף, ווען משטאפט זיך מיט ווערים,
דא זעט מען אביסל א סעמפל ווי גרינג די שוואכע השגחה ארגאנאזאציעס געבן השגחות אויף צווייפלהאפטיגע זאכן,
מדארף זיך לערנען א מוסר השכל פין דא נישט צי זיין תמימותדיג אין זיך לאזן שפייען אין די קאשע, יודן דארפן זיך נאכפרעגן אויף וועלעכע השגחות זענען גארנישט מיט נישט, אין וועם מקען כאטשיג עפעס געטרויען
אין נאר קויפן די גיטע פארלעסליכע, וועלן די קאמפאניס זעהן אז דער עולם וויל שטרענגע השגחות, נישט קיין שמאטעס,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 19:57 |
|
| |
די צוויי זענען בכלל נישט גלייך, חזיר איז בעצם טריפה, לעטעס זענען בעצם כשר נאר אויב עס האט ווערים טאר מען דאס נישט עסען.
און נאך וואס מען קויפט די לעטעס קען מען דאס אליין באקוקן, קלויבן און רייניגען, און עסן. נאך דערצו ווען די מעגליכע פראבלעמן דערפון זענען אזוי מפורסם ווייסן דאך מענטשן אז מען דארף זיך באווארנען.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 20:17 |
|
| |
אסאך מענטשן ווייסן נשיט ציפיל בפרט די עקרת הבית די פרוי, מזעט א כשר סערטיפיקעישאן, איז מען ציפרידן,
אין איין וועג איז דאס ערגער ווי חזיר, ווייל חזיר וועט קיין יוד נישט קויפן קיינמאל, ער איז פרוש דערפין, משא"כ לעטעס, מיינט מען אז סאיז גענצליך כשר, סאיז נאך נאטירליך אויכעט,
דערווייל קען מען מיט איין פעקל לעטעס עובר זיין אויף צען מאל מער איסורים ווי חזיר
בדרך אגב, מיין גראסערי האט יא תיכף ארויס געווארפן די גאנצע סחורה פין פרעש עקספרעס, קען זיין אנדערע נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 20:20 |
|
| |
אין וואס טוט זיך מיט די רעסטעראנטן אין ווילי און אין ב"פ וואס האבן אן השגחה. אין מען פארקויפט דארט ווערם אין גרויסן.
ווער עס איז מוחה זאג איך צי גיטע קינדער!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 20:25 |
|
| |
פונ-דא-דארט,
אפשר טאקע כאפסטו די מצוה, וועסט האבן א זכות הרבים,
די זאכן זענען ווי א מת מצוה שאין לה דורשין
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 20:41 |
|
| |
מען טאר עס נישט זאגען הויעך, אבער עס איז דא א פשוטע סיבה צווישען אונזער אידען דא ווי די אנדערע קרייזען.
עס איז א ארויסגעקומען א איסור אויף די סאלאט'ן פון כל מיני רבנים, רובה דרובה פון זיי זענען נישט קיין בעלי מכשירים, נאר די סארט רבנים וואס מען זעט אויף יעדער צעטל, אין אויף יעדען אבן הפינה.
איינער וואס ליינט דער צעטל נעמט עס נישט אן צו ערנסט נאר ווי פאליטיק, מצד שני א פלעטבושער איד וואס קען נישט די רבנים נעמט עס אן ווי זיי זענען בעלי מכשירים.
אידן אזא סארט צעטל באלאנגט צו מומחים אין נישט צו סתם רבנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 20:57 |
|
| |
ביי אינז האט מען געוויסט אז א יוד דארף מען דן זיין לכף
זכות אין נישט באשמוצען.
אין מוחה זיין:
דאס קענט עטס לאזען פאר די רבנים וואס ס' איז ב"ה דא
געניג אין יעדע קהילה אין נישט פאר די פאר מחוצפים אין
גראבע יונגען
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 21:01 |
|
| |
בוש,
ווי איז דאס "ביי אונז"?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 21:40 |
|
| |
אפשר טאקע כאפסטו די מצוה, וועסט האבן א זכות הרבים,
נישט פארדעם איז די רבי געקימען קאן אמעריקע.!!!
כשריקע וואס רעדסטו, איז נישט מוחה זאן אויפן עירוב אדער די המודיע וויכטיגער?
ווי לאנג האט גענימען פאר אינזערע דיינים דן צו זאן אויף די ווערמיגע וואסער?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 22:27 |
|
| |
פונ-דא-דארט,
דו ביסט אפשר
ONE TRACK MINDED ?
דו טראכסט טאקע אגאנצען טאג נאר פין עירוב? פין וואס מרעדט קימסטו אלעמאל אן צוריק צים עירוב, קאממאן,
מרעדט דא פין ווערים אין לעטעס, נישט וועגן עירוב אין נישט וועגן סאטמאר, וועגן עירוב שרייב פליז אין די עירובדיגע אשכולות
יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 23:12 |
|
| |
אנאליזירער
on your question בוש,
ווי איז דאס "ביי אונז"?
You can't ''analyze'' it yourselve?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 20:52 |
|
| |
נישט אלע נקודות זענען גערעכט, למשל, די חתימות אויף די קול קורא זענען רובם יא בעלי מכשירים, ווי למשל הרב בעלסקי, הרב גיסינגער, הרב וויינבערגער, ועוד, ועוד.
די צווייטע זאך, פארוואס ווען ס'קומט ארויס א נייע פראדוקט מיט א נייע השגחה, קויפט מען עס אין גרויסען, מ'ווייסט דאך ניט אפילו ווער דער בעל מכשיר איז, און צו ס'איז בכלל דא אזא נאמען אין טעלעפאן בוק,
ווען ס'קומט ארויס א קול קורא פרעגט מען ווער זענען שוין די רבנים וואס שרייבן אונטער, אבער ביי השגחות ווען ס'קומט צום עסן, דעמאלט גלייבט מען יעדעם און דעמאלט איז יעדער גוט, און דעמאלט איז מען יעדעם דן לכף זכות
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2005 19:28 |
|
| |
דאס איז טאקע די טענות.
עס איז באמת דא אריינגערוקט אפאר בעלי מכשירים צווישען די סטעדש רבנים ממילא פארשטיי איך אז עס איז ריכטיג.
אבער זייער נעמען שטעקן זיך קוים ארויס, רוב זענען קול קורא בנים וואס אסר'ן דינע שטרימפ אין אזוי נעמט עס אונזער המון עם אן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2005 23:23 |
|
| |
דער פראבלעם גייט ווייטער אן, כאטשיג ס'האט געכאפט א גוטן היק אפ, ס'האט גוט אראפ געסלאוט די פארקויפאכץ פון די ווערעמיגע לעטעס, זייער אסאך האבן אויפגעהערט דאס צו נוצן.
אבער דאך, פלענטי סטארס האבן נאך פון די אלט נייע סחורה, ווי למשל ענדי בוי וואס פארקויפט זיך געהעריג ווייטער מיט א גלאטן תמ'ישן פנים כאילו לא היה.
ווען מ'קאלט די בעל מכשיר זאגט ער ס'שטייט דאך אויפן לעיבל אז מ'דארף עס גוט אפוואשען.. דאס אז וואשען העלפט אויך נישט איז אחוץ א מעשה, אבער די הפקירות הערשט שרעקלעך אין די זאכן.
און דער שטרויזאק דער בעל בית פון די ווערעם קאמפעני, ווארפט ארום צווישן איין בעל מכשיר צום צווייטן, פון נ.י. צו סט. לואיס, א.א.וו.
דער עולם זאל געווארנט זיין, ס'זאל נישט ח"ו זיין ונטמתם בם, נאר ונקדשתם.
|
|
|
|
|