| נשלח ב-18/12/2005 01:38 |
|
| |
איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט טעראר? איז דא א רב וואס איז מכשיר דעם ערוב? קען מען עס זעהן? איז דאס דער רצון פון רוב תושבי וויליאמסבורג? אויב דער ענטפער אויף די אלע דרי שאלות איז ניין, וויאזוי וואגט זיך איינער צו מאכען אן עירוב? און פארוואס זאל מען נישט לוחם זיין דערקעגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 02:09 |
|
| |
ממש אבסורד אין א חילול ה'
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 02:15 |
|
| |
עי דשזוי, א קליינע שאלה: נעמען געלט, פארקויפן, געשטיצט ווערן, מעג מען יא פין די וואס טראגן מיט די עירוב אדער דאס אויך נישט?
אין אז די ענפערסט שוין, זאג נאר, האלטסטו טאקע אז יינם פין די וואס טראגן האט א דין פין יין נסך?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 02:36 |
|
| |
JEW,
רוב העיר דארף וועלען א עירוב?
און אויב א מיעוט העיר וויל א עירוב, זענען זיי נישט בארעכטיגט?
און חוץ מזה, האט דער אונז דער סאטמארע רבי זי"ע נישט געלערענט, אז ס'נישט קיין נפק"מ וואס רוב ציבור וויל?
אחד היה אברהם!!!
וואס איז ריכטיג איז ריכטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 04:33 |
|
| |
קוטשמע
וואו זעהסט דו דא טעראר? שטייט דא מ'זאל איינעם שלאגען אין קאפ מיט א אייזען? אדער סיי וואס?
בסך הכל שטייט מ'זאל זיך אויפפיהרען דעמאקראטיש, נישט גיין וואו מ'וויל נישט, נישט אויפנעהמען מענטשען וואס מ'וויל נישט, און מודיע זיין מונדליך אז ס'טוט וויי. וואו איז דער טעראר?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 04:50 |
|
| |
נישט גיין וואו מ'וויל נישט, נישט אויפנעהמען מענטשען וואס מ'וויל נישט,
נעקסטע וואך וועט מען שיקען צעטלעך אז מען זאל נישט עסען וואס מען וויל נישט און נישט טרינקען וואס מען וויל נישט
מ'זאל זיך אויפפיהרען דעמאקראטיש,
תוקן על ידי - worldwar - 18/12/2005 4:59:00
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 08:08 |
|
| |
ווען להבדיל א גויאישע קאמפעני איז נישט ציפריעדן למשל מיט וואס א רעדיא טאלק שוי האוסט האט געזאגט אדער וואס ער האלט, נעמען זיי גראד אראפ זייער אדווערטייזמענט פין די פראגראם, אין דאס איז זייער נארמאל אין דעמאקראטיש.
פארוואס זאל דא זיין אנדערש?!
אז זיי הערען נישט אויף צי טראגען, וועט מען מפרסם זיין ווער פינקטלעך זיי זענען, אז מען זאל זיי נישט שטיצען, אין מען זאל נאר שטיצען שומרי שבת!
וואס איז ראנג מיט דעם?
אין אז זיי לאכען זיך אויס, אין זאגען "אינז האמיר געניג שטיצערס", פיין, נא פראבלעם, איז דאך גיט.
די שמיעס, וואס דער רבי זי"ע האט געהאלטען, האט מען שוין געניג מאל ארויס געברענגט, אין מען דארף דאס נישט איבער קייען, יעדער ווייסט.
דאס וואס דער רבי האט געזאגט אז מען קיקט נישט אויף רוב, איז נאר ווען זיי זענען ראנג, אבער דא האמיר סיי רוב, אין סיי די גירעכטיקייט, סוי איז דער אמת אין הלכה זיכער מיט אינז!
אין אז מיר האלטען אז זיי זענען מחלל שבת בפרהסיא, יא, איז זייער וויין "יין נסך".
אין זיי האבען א ברירה צי אויף הערען מחלל שבת צי זיין, אין אויף הערען אינז וויי צי טאן, אין אויף הערען די מחלוקה, וועט זיין שלום על ישרא-ל.
BTW די שבת האב איך אסאך ארים געוואקט, אין איך קען זאגען, ב"ה, איך האב געזעהן אפשר 2-3 טראגערס, דעטס איט!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 08:39 |
|
| |
איך שריי שוין לאנג אז פאר צוויי דריי טרעגערס דארף מען נישט ארויס שיקן אזעלכע בריוון צו גאנץ וויליאמסבורג.
עפעס שטימט דא נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 08:41 |
|
| |
השאלה הוא האם נורמל הוא כ"כ טיפש שהוא מאמין בעצמו במה שהוא אמר?
או שהוא כותב ויושב ליד המקלדת וצוחק בעצמו על השטויות שלו?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 08:47 |
|
| |
מיט נארמאל אלץ אדוואקאט ווערט די נושא טאקע קלארער. קען גאר זיין אז עס האנדלט זיך דא פין וויסטע משוגעים אין טיפשים, נישט בייזוויליגע טערוריסטן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 09:43 |
|
| |
גוטע וואך
מחמת איזה סיבה זעה איך אין דעם עירוב איין התגלמות פון שיטת סאטמער, די סיבה וואס האט מיך באוואיגן זיך אפצושאקלען פון זייער מהלך המחשבה,
פארדרייען די פאקטן
נוצן גראנדיוזע לאזונגען,
מתיר זין יענעם'ס בלוט
אנשטעלן אפרום פנים פון א נרדף
AJEW
דיינע פערל ווערטער אין גרין
איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט טעראר?
איז דא א רב וואס איז מכשיר דעם ערוב?
קען מען עס זעהן?
איז דאס דער רצון פון רוב תושבי וויליאמסבורג?
אויב דער ענטפער אויף די אלע דרי שאלות איז ניין, וויאזוי וואגט זיך איינער צו מאכען אן עירוב? און פארוואס זאל מען נישט לוחם זיין דערקעגן?
דער ענטפער אויף די שאלות איז: וואס איז דיינע קאטן פיקן ביזנעס? דער עירוב איז נישט געמאכט ביי דיר און אויך נישט פאר דיר. דו ווילסט נישט טראגן? טראג נישט! ווער פרעגט דיך? דאס איז דען אשאלה פון רוב? סזיצט דא אסנהדרי גדולה צו קטנה, צו אפילו א בית דין פון טובי העיר? ווער זענען דא דער רוב? דער רוב המון?
אויב אזוי? ליהוי ידיע לך אז רוב תושבי ניו יארק רבתי האלטן אז דו זאלסט דיך שמד'ן דעם קומעדיגן זונטיג און ווערן א גוי, אזוי האלטן אויך רוב תושבי אמעריקע און אויך רוב תושבי כדור הארץ בעולם השפל? זייט ווען טוט אייד וואס רוב באפעלקערונג וויל? יידישקייט איז א דעמאקראטיע?
לשיטתך זענען דאך אלע שונאי ישראל פון אלע דורות אנגעהויבן פון פרעה מיט די יוונים דורך די נוצרים אין שפאניע, סטאלין אין דער רשע ימ"ש געוועהן גערעכט. רוב שפאניע האט נישט געוואלט סזאלען זיין יידן!
דיין מלכות של חסד האט טאקע יא פארשטאנען צו פארהיטן די רעליגיעזע רעכטן פון דעם מיעוט. אבער די עסטערהאזיס אונזערע מיט דעם אנגעזאפטן אונגערישן דיקטאטורישן גויישקיט האלטן נישט דערפון.
וויאזוי וועסטו זאגן דעם חנוכה על הנסים "מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים", זיי זענען דאך גערעכט געווען די יוונים, די יידן האבן זיך נישט צו געשטעלט צום רוב,
זיי האבן עובר געוועהן אויף דיינע דריי עבירות
1) זיי האבן אויך נישט געוואלט אויסזאגן ווער זייערע רבנים זענען, (מאותו חשש מוועט זיי הארגענען)
2) "לא גילו מסתורין שלהם"
3) און אויך געווען עובדי השם קעגן רצון פון רוב יוונים.
האט מען לוחם געוועהן קעגן זיי.
וואסא_דיף
וואו זעהסט דו דא טעראר? שטייט דא מ'זאל איינעם שלאגען אין קאפ מיט א אייזען? אדער סיי וואס?
בסך הכל שטייט מ'זאל זיך אויפפיהרען דעמאקראטיש, נישט גיין וואו מ'וויל נישט, נישט אויפנעהמען מענטשען וואס מ'וויל נישט, און מודיע זיין מונדליך אז ס'טוט וויי. וואו איז דער טעראר?
איך האלט דיך פאר קלוגער,
דו רוף נאר אויס אז יענער איז א מחלל שבת בפרהסיא ודינו כגוי, און אוך א מכשיל את הרבים, א מיצר לרבים, מכשיל מיט גילוי עריות, מצער אידן, שופך דם, א רודף מיט אנדערע אייערע מרגליות, וואס האב איך דען געזאגט???
דער רבי זי"ע פלעגט ארבעטן אויך דעם וועג, אנגערופן יענעם א גוי א רשע, א מסית ומדיח, אין עובד ע"ז וכו'. אבער קיינאהל נישט געזאגט אז מזאל שלאגן אייד!
ביי א צוויטן שיעור האט מען געלערט אז מסית ומדיח און איין אגוי וכו' דארף מען עוקר מן השורש זיין.
די קעלבלעך האבן שוין פארשטאנען וואס צו טוהן. אבער ער אליין? קיינמאהל חלילה נישט געזאגט מזאל יענעם שלאגן. וואס פארא איין איידל לשון האט ער זי"ע געהאט?
נארמאל
דו מיינסט דאך נישט מזכה צו זיין די קל"ב מיט בעלזער, דו האסט דאך מורא אז דיינע המונים וועלן זיך צוכאפן!
דו האסט דאך רוב, הלכה, גירעכטיקייט, אלעס.
נו פארוואס מוזטו סטראשן דיינע אייגנע מענשטן מיט ארויס ווארפן קינדער פון חדר, פארוואס איז נישט גענוג אז די "גירעכטיקייט" געט ארויס איין איסור? פארוואס האסטו אזוי מורא אז דיינע חברה וועלן טראגן?
BTW
איין עם הארץ ביזטו ב"ה אריזיגער, ביי הלכות עירוב פסקענט אז א מיעוט קען כופה זיין ארוב. וויאזוי ווערט מען דא אמחלל שבת?
אפילו סזאל א מלאכה דאורייתא גמורה, ווען איינער פאלגט זיין רב, איז ער נישט קיין מחלל שבת!
לערן די גמרא במקומו של ר' אליעזר היו כורתין עצים וגו'. בעט איינער זאל דיר דאס איבערטייטשען אויף מעכטיג וו"ב יידיש. נאכדעם וועסטו שרייבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 16:20 |
|
| |
באטשי
הערליך! האסט זיך אליין איבערגעשטיגען דאסמאל.
איך האלט דיך פאר קלוגער,
דו רוף נאר אויס אז יענער איז א מחלל שבת בפרהסיא ודינו כגוי, און אוך א מכשיל את הרבים, א מיצר לרבים, מכשיל מיט גילוי עריות, מצער אידן, שופך דם, א רודף מיט אנדערע אייערע מרגליות, וואס האב איך דען געזאגט???
דער רבי זי"ע פלעגט ארבעטן אויך דעם וועג, אנגערופן יענעם א גוי א רשע, א מסית ומדיח, אין עובד ע"ז וכו'. אבער קיינאהל נישט געזאגט אז מזאל שלאגן אייד!
ביי א צוויטן שיעור האט מען געלערט אז מסית ומדיח און איין אגוי וכו' דארף מען עוקר מן השורש זיין.
די קעלבלעך האבן שוין פארשטאנען וואס צו טוהן. אבער ער אליין? קיינמאהל חלילה נישט געזאגט מזאל יענעם שלאגן. וואס פארא איין איידל לשון האט ער זי"ע געהאט?
זאג, דא ווייזט דו ארויס דיין וויסטען שנאה צו'ם רבי'ן זי"ע צו דו טרייבסט סתם ליצנות?
איך האף אז דו מיינסט עס ערנסט,ווייל אויב מ'קען ארויסנעמען פון דיין פערל ווערטער אז דאס איז געווען דער רבי'ןס וועג, דאן דארף איך מער גארנישט. ביטע זאג נאכאמאל, קלאר און דייטליך אז דאס איז געווען דער רבי'ןס וועג, אז ממנו נלמד וכן נעשה.
און צו דיינע איבריגע שטותים. יא, דא איז א דעמאקראטישע לאנד. דיינע רבנים (הרוצים בעילום שמם) האבען אייך מתיר געווען "חילול שבת,און אויך זיין א מכשיל את הרבים, א מיצר לרבים, מכשיל מיט גילוי עריות, מצער אידן, שופך דם, א רודף מיט אנדערע אייערע מרגליות" טא וואשזע איז? זיי דו ווייטער מחלל שבת געזונטערהייט, דא איז א דעמאקראטיע.
אונזערע רבנים פארגינען אונז נישט מתיר זיין אזעלכע גראבע עבירות אבער קלייניגקייטען ווי נישט שטיצען, ארויסווארפען פון חדר וכו' האבען זיי יא. וועלען מיר אונז אויפפיהרען דעמאקראטיש לויט אונזערע רבנים, דו לויט דיינער, נהרא נהרא ופשטיה, אלו ואלו דברי אלוקים חיים והכל על מקומו יבא בשלום.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 17:35 |
|
| |
wassa
מיט וועלכעם פרט לגבי דיין רבין האלטסטו נישט מיט מיר
1) אז ער האט אנגערופן זיינע פאליטישע געגנער מיט די אלע שיינע נעמען
2) אז ער האט געהאלטן אז א דין מסית איז לא תחמול ולא תכסה עליו וגו'
3) אז ער האט אפען קיינמאל נישט געזאגט מען זאל איינען שלאגן
לידיעתך דעמאקראטיע איז נישט מתיר
TO YELL FIRE IN A CROWDED THEATER
כללי הדברים דיינע רעכטן ענדיגן זיך ווען יענעם'ס רעכטן הייבן זיך אהן.
און אנדערע ווערטער מה דעלך שנאי לחברך לא תעביד?
דיינע התאחדות קאלעגעס האבן גאנץ גוט געשוויצט ווען אפאהר אידען האבן געוואלט באיקאטירן זייערע פראדוקטן צוליעב זייערע פאליטישע מיינונגען.
די עגלה משולשת פון אייערע צייטונגען זענען געווען פול מיט שמן זיתדיגע ארטיקלען ווי רבינו הקוה"ט האט מקפיד געווען נישט "מקפח זיין פרנסות".
פארשטייט זיך דאס איז די שיטה הקדושה, אנוכי ולא יהיה לך. איך מעג אלעס, נאר דו טארסט נישט.
איך האב נישט קיין "וויסטע שנאה" צו אייער רבין זי"ע, נאר איך בין א גרויסער מתנגד צו זיין שיטה וואס ער האט אויסגעלערנט זיינע חסידים, בעיקר דאס וואס ער האט אויסגעלערנט וויאזוי נישט צו נוצן דעם שכל נאר אויף צו מאכן געלט.
BTW די שנאה פון וועלכע דו רעדסט איז נישט קיין וויסטע? זי איז זעהר א באוואוינטע.
תוקן על ידי - baachi - 18/12/2005 17:47:24
 |
|
|
|
|
|