איז דא א רב וואס איז מכשיר דעם ערוב? די וואס טראגן נישט דארפן נישט צי וויסען ווער די רבנים זענען , אין די וואס טראגען פאלגן אין פארלאזן זיך אויף זייער רב. וואס א טייל זענען פין די מכשירם אין טייל ווייסן אין זענען בקשר מיט די רבנים המכשירם.
קען מען עס זעהן? ניין די קענסטעס נישט זען, ווייל מ'גייט דיר עס נישט וואזען, אין פארוואס יא?
ווען האסטו די לעצעטע מאל געזעהן די לינג אדער די קישקע אין באטשער?
לאמיך דיר פרעגן א בלינדער מעג טראגן מיט א עירוב?
איז דאס דער רצון פון רוב רבני ווילי? א) יא, אין נאכאמאל יא , (די ריטב"א שרייבט אז תלמידום פון איין רבין קען מען נישט רעכענען פאר רוב)
ב) און אויב א מיעוט העיר וויל א עירוב, זענען זיי נישט בארעכטיגט
ביי הלכות עירוב פסקענט אז א מיעוט קען כופה זיין ארוב
ג) האט דען אונז דער סאטמארע רבי זי"ע נישט געלערענט, אז ס'נישט קיין נפק"מ וואס רוב ציבור וויל
ער שרייבט אז אין אמעריקע און בכלל בזמן הזה איז נישט שייך ביי קיין שום פאל דער ענין פון 'רוב' דיעות
ד) דאס איז דען אשאלה פון רוב? סזיצט דא אסנהדרי גדולה צו קטנה ווער זענען דא דער רוב?
ה) די רבי שרייבט אז דארט ווי עס איז דא טעראר קענמען נישט רעכענען קיין רוב (טייל זענען תגבות וואס די האסט פאר סאם ריזען נישט באמערקט)
און פארוואס זאל מען נישט לוחם זיין דערקעגן? לאז מיך יאזען דיין לאגיק: איז דאס דער רצון פון רוב רבני ווילי? וואזט דאס נישט אויף א היפעקריטע פונעם ערשטע קלאס .
אויף אינזערע גאסען זאגט פאיע רב אז די רבי האט עם געזאגט אז ס'זיכער נישט קיין רשות הרבים, האט עם די רבי אויך געזאגט אז הלבנת פנים איז מותר?
תוקן על ידי - findodort - 19/12/2005 17:37:25
נשלח ב-19/12/2005 17:44
עס איז אויפפאלענד און עס ציט שטארקע אויפמערקזאמקייט, ווי פון יעדע איינציגע ווארט פון דעם שרייבער " פוןדאדארט " שפריצט שנאה כבושה אויף סאטמארער רב זי"ע און אויף אלע אידן וואס האבן שייכות מיט ערליכקייט און פרומקייט.
די געבאקענע שקרים און פארקרומטע פאקטן, אבי צו צוקומען צום ציל פון אויספירן און ווייזן אז סאטמאר רב איז "נישט" בעה"ב אויף די שטאט ווילי און אוודאי נישט אויף די גאנצע וועלט.
עס איז בכלל נישט אינטערסאנט זיך אריינלאזן אין די זינלאזע וויכוחים און איבערקייען די דברי הבל ורוח, אנגעפיקעוועט מיט נקימה ונטירה ושנאת הדת.
די עצם יא עירוב נישט עירוב, לאז איך פאר אנדערע.
אבער איך וויל פארשטיין, איז טאקע צוליב די אלע דערמאנטע זאכן בארעכטיגט געווארן צו הייבן הענט אויף אידן, דער שרייער טאר ניטאמאל נישט שרייען, אבער דער טרעגער מעג אפילו שלאגן??
איז דא א היתר צו שרייען?, אויף א טרעגער טאר מען נישט שרייען, אבער אויף איינעם וואס איז מוחה מעג מען יא שרייעו?
זיי מחליט, מעג מען שרייען, מעג יענער אויך, טאר מען נישט טארסטו אויך נישט.
דערנאך הערט מען פון מענטשן איבערדערציילן מיט שטוינונג, ווי די טרעגער קענען צומאל אזוי צוזאמען שעלטן די שרייערס מיט אזוינע קללות, אז עס איז שווער צו דערהערן א איד זאל אזוי קענען רעדן בכלל.
איז בארעכטיגט צו טעראריזירן און אפשרעקן די ווייבער און קינדער פון די שרייערס?
איז דא א היתר צו אנרופן די בעלי בתים פון די שרייערס זיי קאליע צו מאכן די פרנסה?
האבן די אלע זאכן אויך א היתר פון רוב רבני העיר?
אדער איז דאס טאקע פונקט אזא רוב ווי אויפ'ן עירוב?
מ'קען נישט פרעדיגן און אין דער זעלבער צייט זיין א צוויי-פנים'דיגער.
יא, איך בין אויך קעגן עירוב, אבער ווייז מיר ווי עס שטייט אז כדאי צי וויזן בעלות אין ווילי, מעג מען טעראזירען מענטשן נאכשרייען מפרסם זיין נעמען!! הער אויף
נשלח ב-19/12/2005 18:29
מלך בבל
שקויעך גדול ועצום
קודם כל בין איך געואהר געווארן אז שו?ת דברי יציב איז אויף בר אילן
יעצט לגופו של דבר
סמיר שווער צו ליינען דיינע תגובות ווייל דו האסט אריין געסקענט אזוי געלונגען ברייטער ווי לענגער די קאפי פון ויואל משה,
איך האף סנישט בכוונה
צוויטע קשיא איז
ווער איז דער שמואל קלמן מירסקי?
איך גלייך נישט זיינע ראשי תיבות...
דריטע זאך
ווער איז דאס ספר וואס דו ברענגסט פאר יוסי718 ?
די פערטע קשיא איז
צו וואס האסטו געברענגט דעם נקודות הכסף? איז דאס צוליעב די שארפע לשונות? ער האט איהם דען גערופן מסית ומדיח און בפניהם של עמי הארצים בעלי זרוע וידי עשיו וואס דרכם לילך ולהזיק?
ברענג בעסער אראיה פון די גמרא עם הארץ מותר לקרעו כדג ביום הכיפורים שחל להיות בשבת, ומגבו
אפשר פארשטיי איך נישט דא עפעס.
וואס איז דיין מכוון? וואס ווילסטו אויפווייזען?
וואסא
איך שאץ דיין אפענקייט. אין חטפי ודידי חטפי, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אזוי: איך וואלט דיך לעבעדיגערהייט צוריסן ווי א הערינג, כי כן נצטווינו מפה קוה"ק בעל ההילולא, איך האב נאר מורא מלכות.
אשכוח פאר די ווארענונג
AJEW
דער עירוב איז אונטער דעם אחריות פון הרה"ג האדיר ר' אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א, אויב דו ווייסט נישט דערפון עיין היטיב בדרשות המילך קעסטלעך מאת הגאון מקענטאקי ר' הלל וו"ב שליט"א. ער איז דאס דער מיט די פארקרומטע מדות פון קאפ ביז פוס.
די שרייבסט >>>>> "[אלעס] אבי צו צוקומען צום ציל פון אויספירן און ווייזן אז סאטמאר רב איז "נישט" בעה"ב אויף די שטאט ווילי און אוודאי נישט אויף די גאנצע וועלט. "
און די האלטסט אז סאטמאר רב איז יא בעה"ב אין ווילי ?
ביז תשכ"ח וואס דאמאלס איז ער ל"ע נישט געזונט געווארען קען מען בשום אופן נישט טענה'ן אזא זאך אז סאטמאר איז געוועהן רוב אין ווילי. זיי זענען אפשר געוועהן דער גרעסטער קהילה אבער ווייט פון 'רוב'.
סאטמאר רב האט בפומבי געמאכט נאר איין תקנה אין אמעריקע אין דאס איז געוועהן אז מ'זאל מחמיר זיין שבת לשיטת ר"ת 72 אויף דעם האט ער געשטורמט און געמאכט א פובליק אסיפה לפני עין כל
דאך איז עס א דבר ידוע אז עס זענען געוועהן קהילות אין ווילי וואס האבען ווייטער נישט געהאלטען 72 מינוט לגבי שבת.
דער גרעסטער קהילה איז געוועהן וויזניץ וואס האלט 52 מינוט וואס דאס איז לפי סאטמאר רב חילול שבת ודאי דאורייתא.
האט ער געהאלטן אז ער איז בעה"ב אין ווילי און געמאכט א מוחאה אויף ר' מאטעלע?
איז איינער געקומען שרייען היתכן מ'פארט מיט קארס אין ווילי פאר 72?
איז שוין איינער געגאנגען זאגען פאר ר' מאטעלע אז סאטמאר רב איז זיין בעה"ב?
און דא רעדט מען פון א דבר מפורסם וואס סאטמאר רב האט געמאכט א תקנת רבים לאנשי קהילתו ולאנשים שסרים לפסקי הההתאחדות הרבנים.
אבער עס איז נישט דא (חוץ ספורי מעשיות לכאן ולכאן) קיין שום הוראה קיין שום אסיפה קיין שום כתב לגבי עירוב בווילי פון סאטמאר רב נאר להיפך עס איז געוועהן אלע מאהל אן עירוב אויף ראדני א יעדעס יאר אויף סוכות
מוזען דאך די אנטי עירוב מענשטען טענה'ן עפעס א מין טענה פון:
א) אתרא דמר.
ב) דער 'מר' האט דאס טאקע נישט גע'אסר'ט (והראי' סוכות) אבער משום תקנה האט ער דאס גע'אסר'ט
ג) א סיפור פון זיין התנגדות האט א דין 'תקנה' ממנו
ברענג איך דא א קטע פון שו"ת דברי יואל (חו"מ סי' קלח) ווי עס איז קלאר אז נישט נאר ער האט דאס נישט גע'טוהן ער האלט אז עס איז דא א קלאר'ע סדר ווי אזוי מ'מאכט א תקנה ואפילו הגדול הדור קען נישט מאכן סתם א תקנה וואס איז מחייב אלע אידען.
נשלח ב-19/12/2005 20:33
באטשי
אז דו קענסט מיר נאר ברענגען עפעס א מראה מקום פון רבי'ן וואס שטייט מ'דארף דיר רייסען ווי א הערינג, און צוגעבען דיינע פערזעהנליכע אינצעלהייטען (מעגסט מיר עס שיקען אין אישי) בין איך שוין גרייט מקיים פסק זיין.
ביז דערווייל ווייס איך נישט פון אזא פסק, אבער דו קענסט דאך די רבינו יונה אויף מעשיו מרובה מחכמתו.
נשלח ב-19/12/2005 21:27
בןמלך: דיינע תגובה'לעך זענען פעלזן פעסט צוליב כמה טעמים. וואס איך האב אבער די מערסטע הנאה איז אז מ'ברויך ניטאמאל ענטפערן אויף זיי. זיי פארענטפערן אלעס.
די שלעגער איז די געשלאגענער.
די רודף איז די נרדף.
די שעלטער איז די געשאלטענער.
שטיפת המח - נוסח סטמאר.
דיין גאנצע תגובה איז אזויוי די חידה: וואס קומט קודם די האן אדער די איי? מ'דארף אבער קיין סאך נישט קלערן לענינינו. אפילו אויב מ'וויל גלייבן דיינע געבעקס אז די טרעגערס שרייען, שעלטן, אין שלאגן, דאס איז אבער אמאל זיכער, די טרעגערס האבן קיינעם נישט אנגעשריגן, קיינעם נישט טעראראזירט, אין נישט געסטראשעט כל זמן מ'איז זיי נישט דערגאנגן די יארן. (נישט אז יעצט ווען ענקער איבעלדיגע שנאת ישראל גייט שוין אהן א לענגערע צייט טוט יא איינער עפעס צירוק).
זיי אזוי גוט, אין פארשעם נישט אונזער איטעליג'ענס. אונז ווייסן ווער עס שרייט, ווער עס שטעכט רעדר, ווער עס שלאגט, ווער עס שעלט, ווער עס קלעבט פאשקעווילן אין סטיקערס, ווער עס מאכט פואני קאלס, וכו' וכו'. נישט נאר ווייל גאנץ וויליאמסבורג איז עדות דערצו מדי שבת בשבתו, נאר ווייל מיט דעם האט זיך ענקער פאלק אייביג סימבאליזירט אין שטאלצירט.
וראי' לדברי, אין בארא פארק איז אויך געוועהן אפאר געציילטע שרייערס (פארוואס דארט איז עס סטמאר נישט אנגעגאנגן איז א נושא ארוך בפני עצמה) מ'האט זיי געלאזט הייזעריג ווערן אין פין די "קולות" איז געבליבן איין "קול." וד"ל. ס'איז שא שטיל אין די גאסן. די וואס זייערע דיינים האבן געהייסן נישט טראגן - טראגן נישט.
נ.ב.
ברענג ביטע נישט ארויף די מעשה מיט מ.ר. כל זמן מ'האט קיינעם נישט ארעסטירט אדער אפילו אנגעטאטלט מיט'ן פינגער. ס'קומט ענק טאקע גיט אויס אז די עירוב'ניקעס זאלן עם האבן געשלאגן, דערווייל איז עס אבער געזויגן פון פינגער אין פיסטע דמיונות.
נשלח ב-19/12/2005 21:28
יוחי,
נישט גוט פארשטאנען, מיין ציל איז נישט ארויסצוברענגען ווער עס דארף זיין בעל הבית אין שטאט. פון מיין זייט זאל זיין אן עירוב, אבער בתנאי עס זאל זיין שלום ושלוה.
איך ברענג ארויס אז מיט דעם וואס מען נוצט אלע מינים טעראר און צוואנגס מיטלען צו באגלייטן דעם עירוב. דאס האט נאר איין ציל, נישט קיין מנוחת שלום ושלוה השקט ובטח, נישט קיין חסד פאר די איינגעשפארטע פרויען, נישט קיין סערוויס פאר די ציבור.
נאר צו עוקר זיין די הו"א אז סאטמאר רב איז בעה"ב אויף די שטאט. דעריבער, און דאס צו פארשטארקן, איז עס באגלייט מיט כל מיני מעשי אלימות וטעראר עד כדי הכאה, ועד בכלל.
ווייל "המטרה מקדשת את האמצעים". און עס איז אויסדרוקליך דא א ציל, און דעם ציל וויל מען פאר יעדן פרייז אויספירן.
נשלח ב-19/12/2005 21:40
נישט גוט פארשטאנען, מיין ציל איז נישט ארויסצוברענגען ווער עס דארף זיין בעל הבית אין שטאט. פון מיין זייט זאל זיין אן עירוב, אבער בתנאי עס זאל זיין שלום ושלוה.
חברה עס ווערט בעסער פין מינוט צו מינוט!!
א קליין שאלה בןמלך טייערע. די שבת נאך פסח - די ערשטע שבת וואס די עירוב איז געוועהן אין קראפט. געדענקסטו וואס עס האט זיך אפגעטין אין די גאסן פין וויליאמסבורג?
עס האט אויסגעזעהן ווי א שלאכט פעלד.
די וואס האבן געטראגן האבן געשריגן? אויף וועם? אויף די וואס האט נישט געטראגן?
די גאסן זענען געוועהן אנגעפלייצט מיט פלאטשיגע ביבער היט'יגע בחורים וואס האבן נאך נישט געהאט פארענדיגט זייער בין הזמנים. די בחורים האבן נישט געטראגן אין יא געשריגן, געשטיפט, געשלאגן אין געשאלטן.
ענדליכס שפילט זיך נאך אפ יעדן שבת. אפשר ווען די וואלסט געוואוינט אין וויליאמסבורג וואלסטו געהאט בעסערע אינפארמאציע ווי דעס וואס עס ווערט געדרוקט אין די איד און אין די משמרת מוחותינו.
נשלח ב-19/12/2005 21:42
און קאמיש אינטערעסאנט איז, אז יעצט ווילן זיי צוקנאקן די אזוי גערופענע סאטמארער טעראר, אדער די סאטמארע בעלות אין א זמן וואס עס איז קיין סאטמארער בעלות שוין לאנג נישט דא, און קיין טעראר אוודאי נישט. אפשר צווישן זיך.
און פונקט יעצט זענען געקומען מענטשן מיט אלטע חשבונות און אפגעלאפענע אקאונטס, זיך אפצורעכענען...
אזויפיל טוט מען א אז מען צודריקט די פאר ערליכע וואס האלטן זיך ווי פעלזן נישט דוקא בענין עירוב ושבת, אפילו אין טאג טעגליכע פראבלעמען. און מיט א פויסט און מיט שלעק וויל מען זיי משתיק זיין.
נשלח ב-19/12/2005 22:48
אינטערסאנט אז איך האב נאך נישט געזען מען זאל שלאגען איינעם וואס שרייט.
אבער די שרייערס זאלען שטופען פרויען מיט קינדער וואס טראגען. דאס זע איך כסדר.
נשלח ב-20/12/2005 04:17
חברה, נעמטעס נישט צום הארצען, בןמלך ווייסט אויך ווי נאריש אין קינדיש זיין דיפענס איז, אין ער עקספעט די ריעקשן, סאיז נישט די ערשטע מאל וואס ער טרייט עס, נאר וואס דען, אין די מין טיים געט ער די מעגליכקייט פאר אזא צדיק ווי A_JEW אפצויאגן אין נעלם ווערן פון שטח.
צי ווערן אנגעריפן א צוויי-פנים'דיגער דארך דעם פארשוין איז ווי ווערן אנגעריפן שטינקער דארך א סקאנק.
למשל ווען ער שרייבט אז
"פון מיין זייט זאל זיין אן עירוב, אבער בתנאי עס זאל זיין שלום ושלוה."
אין אין 11.12.05 שרייבט ער אין אן אנדערע אשכול
"איך האב הנאה... דער קאמף גייט ווייטער אן. דאס איז א קידוש ה'."
בןמלך איז אויך מסכים אז ר' זלמן לייב זאל זיין רב אבער נאר בתנאי עס זאל זיין שלום ושלוה???
תוקן על ידי - findodort - 20/12/2005 4:17:51
נשלח ב-20/12/2005 04:31
אזויפיל טוט מען א אז מען צודריקט די פאר ערליכע וואס האלטן זיך ווי פעלזן נישט דוקא בענין עירוב ושבת, אפילו אין טאג טעגליכע פראבלעמען. און מיט א פויסט און מיט שלעק וויל מען זיי משתיק זיין. קאמאנטארען זענען איבעריג
נשלח ב-20/12/2005 04:57
גיי שבת נאכמיטאג ביי לי קארנער היוז וועסטו זעהן אז יעדע נישט טראגער וואס גייט אדורך ווערט באפאלען מיט קללות און קלעפ והמפורסם אין צריך ראיה