בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די וויליאמסבורגע טערור גייט ווייטער אהן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2005 05:25 לינק ישיר 

אויב כ'מעג אביסל פארדרייען ווייטער דעם שמועס.

נבוכדנאצר.

כ'מיין אז די שארפסע ווערטער וואס מען קען טרעפן איז אין צוויי פלעצער:

א) משמרת הבית פון רשב"א אקעגן דעם רא"ה

ב) פון מהרש"ל אקעגן רמב"ם.

ממש שרעקעדיג.

עס איז אויך אינטערעסאנט צו זען די תשובות פון מהר"י בירב אקעגן דעם מהרלב"ח וועגן סמיכה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 06:24 לינק ישיר 

אדרבא

עס הייסט נישט פארדרייען א שמועס

איך מיין אז דער מלחמות (רמב"ן) מיט'ן בעל המאור אין מס' שבת איז ממש הפלא ופלא.

מ'דארף אפילו נישט קענען די סגי' נאר די לשונות פון אונהייב יעדעס שטיקל איז געפערליך.

איבער די לשונות פון ראב"ד בהשגותיו על הרמב"ם האב איך געזעהן אן אינטערסאנט שטיקל און דעם ספר משנת חכמים על מס' אבות פון מהר"ם חגיז (בהקדמה?).

אז ווי באלד דער רמב"ם האט געשריבען זיין ספר כאילו דאס דארף זיין דער הלכה פאר כל ישראל בלי שום חולק כנתינתה מסיני . כדי צו קענען זיין א חולק האט דער ראב"ד געמוזט נוצן לשונות להקטין קצת ההערצה לספר היד כאלו כביכול אסור לחלוק עליו. וזה אינו

און דאס איז אויך דער טעם פארוואס מ'זעט שארפע לשונות בין תנאים ואמוראים כגון "שיננא" ועוד כאלו. אלס כדי להוציא מדעתן של אנשים שאסור לחלוק

(אין הספר תח"י איך שרייב פון זכרון)

והנני להמליץ בעד באטשי היקר, ער נוצט די לשונות בנוגע די שיטה נאר ווייל ער וויל דאס זעלבע זאל מען קלערען בנוגע הספר ויואל משה.

אז דער סאטמאר רב שטייט נישט העכער פונעם רמב"ם ועוד און אין תורה מוז מען קענען חולק זיין...

פארשטייט זיך מיט גוטע ריאות וסברות כיד ה' הטובה

איך שרייב עס ווייל עס איז דאך א מצוה מפורשת לדון את חברינו לכף זכות

אדער איז בעסער דער אייקון? >>>>



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2005 08:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ



רבותי, קודם א הקדמה קטנה. איך בין א סאטמארער חסיד, איך טראג נישט מיטן עירוב אין וויליאמסבורג, ווייל אויב עס איז דא א חשש אז מרן מסאטמאר זי"ע האט גהאלטען אז נישט, האב איך מורא יא צו טראגען.

אבער בכל זאת, וויל איך אייך פרעגען, אחינו לדעה חסידי סאטמאר, עס איז דאך נישט קלאר 100 פראצענט, וואס פונקטליך איז גוועהן דעת קדשו פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, עס זענען דאך דא גאונים מפורסמים שליט"א וואס זאגן קלאר אז זיין שיטה איז גוועהן להיתר (זעה בייגלייגט די תשובה פון הגאון המפורסם האבדק"ק אונגוואר שליט"א).

אויב אזוי פון ווי נעמט זיך דער היתר אויף נאכצושרייען אנדערע וואס האלטען אז דעת קדשו של רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז גוועהן להיתר ?

מבזה זיין יענעם איז דאך אן איסור דאורייתא ממש (ומאידך דער איסור אויפן עירוב איז "אפשר" א דרבנן), און ווי חז"ל זאגן מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש, ואל ילבין פני חברו ברבים. רבותי מאכט א חשבון איז נישטא דא קיין יצא שכרו בהפסדו ?






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 08:46 לינק ישיר 

מצורף קובץ

המשך:





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 09:09 לינק ישיר 



שטעלט זיך נאר פאר, וויאזוי וואלט גוועהן ווען עס דא אזא סארט בריעף קעגן איינעם פון די קינדער פון רבי'ן שליט"א. עס וואלט דאך ווען גדריקט גווארען יעדע וואך און דער בלאט אדער דער איד...

קיינער וואלט נישט גהאט קיין שום שאלות אויפן בריעף !


איז אויף אזוי פיל איז דאס נישט ווערט, אז ס'זאל לפחות מונע זיין עובר צו זיין אויף איסורי דאורייתא ממש ???




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 17:09 לינק ישיר 

A_jid נאך עפעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 17:31 לינק ישיר 

שמחהלע היקר

מוזר מאוד!

צו הערן די ריכטיגע דעת קדשו פון הגה"ק מסאטמאר גייט מען צו דעם קלויזענבורגען הרב מנשה קליין...

צחוק מכאיב...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 18:33 לינק ישיר 

מאהלע

וואס זאל מען טוהן?

ר' ח"ל קאטץ האט דאך געפרעגט דעם סיגעטער אליין, און ער האט אויך גענפערט די זעלבע זאך.

איהר ווילט דאך נישט הארכן דעם סיגעטער ווייל איהר האלט אלע סאטמערער זענען שקרנים, מוזט איהר דער פאר אנקומען צום דעם אונגווארער.

אילו זכיתם, ווען איהר וואלט געהאט אביסל שכל, וואלט איהר תיכף פון אנפאנג איבער גענומען דעם עירוב און אריין געלייגט אפאהר "אזוי איז געוועהן דעת קדשו'ס" כנהוג, און מיט אייערע כוחות וואלט איהר געבויט איין עירוב לתפארת בית סאטמאר, און אלע שונאים וואלט געגאנגן קטנען אויפן גרינעם ים ...

עכשיו שלא זכיתם, האט מען אייך צוגענומען דעם שכל, דעם עירוב האבן געמאכט קל"ב, ליבאוויטשער, פאפער מיט בעלזר,

און איהר שוטים לא די איהר האט זיך נישט ארויף געכאפט באצייטנס אויפן וואגן, און לא די איהר האט נאכגעשריגן דעם וואגן, האט איהר נאך געווארפן דעם אלטן רבין און פראנט פון די פערד, און וויפיל דער וואגן האט געפרווט איהם אויס צוקרויזן האט איהר געשלעפט דעם אלטן מען זאל איהם דיקא איבער פארן, און יעצט שרייט איהר אז דער גאנצער וואגן פארט נאר כדי איבערצופארן דעם אלטן.

די וועלט האט אמאהל געמיינט איהר זענט אסאך קלוגער

תוקן על ידי - baachi - 20/12/2005 18:49:34



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 19:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

באטשי: אט איז דער בריוו. די פראבלעם איז נאר אז די מנגדי העירוב זענען מער מחשיב דער בעל מכשיר פין אולד וויליאמסבורג ווי זייער אייגענע רבי.

די סיבה איז א פשוטע, ווייל דער בעל מכשיר סערווירט בעסער צו זייער היציגקייט אין קאכעדיגע בלוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 19:11 לינק ישיר 

ניין קוטשמע

איך מיין מען האט זיי פון הימעל צוגענומען דעם שכל

זיי זענען אזוי פארנומען געוועהן צו געבן דעם באשעפםער פוקנטליכע אדרעעסן - מיט די CROSS STREETS - ביי ולמלשינים, האבן זיי פארגעסן איבערצולאזן זייער אייגענעם אדרעסס ביי אתה חונן לאדם דעת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 19:45 לינק ישיר 

דאס איז זיכער אז ר' יחזקאל ראטה אין אודווארי רב מיטן טאקיער רב מיט הרב יוסף אשכנזי זאגען אז סאטמארער רב איז געווען ממש יא פאר אזא סארט עירוב.

די עדות אז נישט זענען שוואכערע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 19:55 לינק ישיר 

די גרעסטע ראיה וואס סאטמר רב האט געהאלטן, קענסטו זעהן וער ווער ס'זענען די וואס טראגן יא.

ווי ווייטער פון סאטמר, ווי גרויסערע שונאים פון סאטמאר רב די מער וועלן זיי טראגן.

ס'איז זייער ווילד פרעמד אז די קלויזנבורגע און בעלזע זענען די וואס ווילן טאקע מיט כח אויספירן סאטמאר רב'ס ווינש צו מ מאכן א עירוב.

די סאטמערע גייען גאר נגד רצון רבם ומנהיגם, און זיי זענען מנגד להעירוב




צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 20:27 לינק ישיר 

חכם
ער זאגט אז די סאטמארע האבען נישט קיין רעכט צו שרייען ווייל עס איז דא וואס האלטען אז רצון קדשו פאר א עירוב
אבער די קל"ב בעלזא און פאפאנע טראגען אדרבה צו צוברעכען די כח פון סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 20:56 לינק ישיר 

מאהאחוז

פארגעס פון די בעלזער אין פאפאנער לאמיר זאגען זיי זענען גוים.

סאטמארער אינטערסירט זיי בעיקר וואס די צייטונגען שרייבען.

אין סאטמאר איז א צייטונג קודש קדשים.

פארגעס נישט אז נאר מיט א צייטונג האט מען געקענט צוברעכן משה'ס טעראר אויף פיצלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 06:12 לינק ישיר 

מאה_אחוז:
ס'קען זיין אז די קלויזנבורגע און בעלזע אין פאפאנע ווילען וואזן אז זיי לאזן זיך נישט טרעטן פין די סאקמערע, און זיי ווילן וואזען אז ניין סאטמער איז נישט בעה"ב און ווילי, און אויב זייער רב זאגט אז מותר איז מותר, אין זיי לאכן זיך אויס פון די אלע מוחים. אין זיי טראגן דווקא יא אין ווי מער, וואס באמת איז דאס א געפעליכע פארברעך, טא , אז מיר האלטן מיר זענען בעה"ב ווער זענען זיי צי וואזן אז נישט. אין ווי גייט דער לשון "ווער האט דיך געפרעגט וואספארא רעכט האסטו צו זאגן א דעה"

אבער אויב מיינען זיי מיט דעם צו ברעכן זיי די כוח פינם רעבען האבן זיי א גרויסע מיסטעק.
ווייל ווי קען זיין אז די רבי האט געהאלטן אז ס'איז אסור אין די צייט וואס די פריערדיגע וואס זענען געווען פון בית דינו של רבינו האבן שטארק געשטיצט די עירוב ווי
הגה"צ מפאפא, משארמאש, מסאמבאטהעלי, מטשאקאווע, מאראד, זצ"ל. האבן זיי נישט געוויסט תשל"ג-תשל"ד אז די רבי קאכט א קעגן דעם עירוב?

אזוי לאנג ווי די רבי האט געלעבט האט קיינער נישט געוואגט זיך ציפאריפען אויפן רעבען אז ער איז געגען די עירוב חאטש ס'איז געווען דעלמאס אויך וואס האבן געוואלט שטערן.

ווי קען מען קומען און זיך נישט שעמען אין זאגן אז די רבי האט געהאלטן אז עס איז דא א חשש פון רה"ר ווי די חכמי ליטא, ווען די רבי האט געזאגט פאר הגרנ"י מייזעלס און פאר פאיע רב אז וויליאמסבורג איז זיכער ז י כ ע ר נישט קיין רשות הרבים דאורייתא.

ווי קען זיין אז די רבי האט געהאלטן אז ס'איז אסור אין שאפראנע רב געט א ווארעמע הסכמה פאר צ.ה.ג. פון יא צו מאכן א עירוב אין שטאט. דאס איז א צחוק מכאיב...

וואס ברענגט אפשר יא אינטער די כוח פין רבה"ק איז ווען זיין עדה ווערט א פארטיי ווי אלע פארטייען, און זענען גרייט אן בושה צו פארקוקען אויפן אמת ווייל אזוי לוינט זיך , אדער קוקט אויס אז עס לוינט זיך.

די רבי האט אינז געלערענט אז אפילה אויב ער וועט קימען אין זאגן אז מיר זאלן עובר זאן אויף רצון ה' זאלן מיר נישט פאלגן. דאס הייסט אויב די רבי זאל אליין הייסן נאכלויפן פרויען אין די גאסן, אדער נאך שרייען א צווייטע איד, חאטש ער פאלגט זיין רב,דארף מען אראנפאפען, זענען מיר טאקע יא א פארטיי ווי יעדע פארטיי ?



איז טאקע סוף סוף יא געלינגען פאר די קלויזנבורגע צי וואזען אז רבה"ק לעבט נישט?!?!







תוקן על ידי - findodort - 21/12/2005 6:32:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די וויליאמסבורגע טערור גייט ווייטער אהן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.