דער דאשיקל איז נישט קיין שבת'דיגער מלבוש? טויזנטער אידן גייען בכלל נישט מער ווי מיטן יארמולקע שבת אויך! ואת"ל אז למעשה זענען מיר "חסידים", און מען צאהלט דעם פרייז, פאהרט דאך דער ביליגער קאר נאך אזוי גוט ווי דער לוקסוסריעזער, איז נישט קיין MP3, איז דאס ווערט אפאר מאות א חודש? ואת"ל אז יא, איז דאך הכל מודים אז א מזוזה איז א מזוזה, נאכוואס ברויך מען צאהלן אן עקסטערן פופציגער פאר הידור מצוה? ואת"ל אז הידור מצוה פופציג טאלער איז נישט געפערליך, א מזוזה קויפט מען נישט יעדן שני וחמישי, אבער דער אמעריקאנער אידל וועלכער קויפט דעם "ארבעה מינים סעט" פאר 39.99 איז דאך פונקט אזוי מקיים מצות ארבעה מינים, א "עכט"... פסול'ער אתרוג טרעפט זיך נישט אזוי גרינג, אויב אזוי צואוואס צאהלט איהר די איבריגע הונדערטערס? ואת"ל אז עס שטייט "ענינים" אויף אן אתרוג דומה ללב וכו' וכו', וואס טוט זיך מיט שחיטה? טויזנטער אידן עסן דאך OU און שוואכערס, עסן זיי דען נבילה חלילה?
אלא על כרחך, אז דו האסט מורא פארן "דומה" ללב, און פארן "טמטום הלב" און ביסט מקפיד אויף מילי דחסידי, און פאר לוקסוס האסטו אן אקאונט פון וואו צו נעמען עטליכע הונדערט דאלאר א חודש (ווען דער מוסד הייבט דעם שכר לימוד מיט פופצן צוואנציג דאלאר - וואס איז דיין רעאקציע?), און וואס איז מיט א זאך וואס נישט שכיח הזיקא והזיקו מצוי, נאר איז אבי אבות הטומאה והמזיקים, דארט פארשטאפן זיך די קוועלער? דארט ביסטו פלוצים געווארן א "מסתפק במועט" און א "מלמד זכות" אז אויב "יעדער" טו אזוי קען איך אויך? לאמיר זאגן הידור מצוה, נישט א חוב מעיקרא דדינא, איז עס נישט ווערט? מוזט האבן א מיליאן קילאבייטס א שעה?
חוץ פון דעם אלעם, א ביסל "מסירות נפש" שאדט נישט, איי וויי, אמאל איז געווען מסירות נפש צו שלעפן זיך פון דארף אין שטאט אריין שאפן ואטע פאר קנייטלעך חנוכה, היינט אין אמעריקע, ווער עס פאסט אריין דעם קנויט אין דעם שוועמל, און באנוצט זיך נישט מיט די "רעדי טו לייט" גלעזלעך, איז דאס אליין מסירות נפש
היום קצר והמלאכה מרובה ואני את נפשי הצלתי
נשלח ב-20/12/2005 17:46
ביי אינז אין די ביזנעס האבן אלע דזשעי נעט, אין מיר זענען גאר שטארק ציפרידן, גיטע סערוויס, פראפעשענעל קאסטאמער קער, און א גיטע קאנעקשען
סעמאן פיש, איך בין דיסעפוינטעד אין דיין תגובה, סאיז נישט צי שטארק גערעדט צי די זאך
דו פארשטייסט אז דזשעי נעט דארף עפענען א פאנד רעיזינג סיסטעם צי דעקן אז דו אין איך זאלן קענען האבן ביליגע סערוויס, אפשר זאלן מיר געבן די פאר דאלער פאר אינזער אייגענע יודישקייט?
די אלע חשבונות דיינע זענען לופט, אין געבויט אויף אייגענע השערות, איך ווייס פאר פאקט אז זיי מיטשענען זיך נאך זייער
נשלח ב-20/12/2005 18:29
שלוםשטוב
סעלמאןפיש
ביי מיר אין ביזנעס איז דא דשעי נעט DSL פון ערשטן טאג
העכסט צופרידן, סיי מיט די שנעלקייט און זיי ניט די סערוויס!
די שנעלקייט איז אייביד 1.5 MPPS זעהר סטאביל
די סיבה פארוואס סאיז טייער האט מיר מסביר געוועהן איינער פון די עסקנים איז ווי פאלגענד: וז"ל
VERIZON און אנדערע אפערען רעזידענשל DSL מיט א DYNAMIC IP וואס איז ווי א רעהר מיט וואסער וואס צו שפרייט זיך לכמה צנורות, פארדעהם יעדן ערב שבת ווען יעדער נוצט וואסער צוזאמען, פאלט דער פרעשור. משא"ב JNET איז COMMERCIAL GRADE DSL ווי יעדער האט אייגענעם STATIC IP אין סאיז ווי יעדער איינער האט א צנור מיט וואסער פאר זיך אליין גלייך צו דעם רעזערוואר, דער טרעפיק איז נישט משפיע.
פארוואס מדארף דאס אזוי? ווייל דער אויפן ווי זיי פילטערן איז אויף דעם IP LEVEL פאר דעהם האט דאס פילטערן קיין שום השפםעה נישט אויף דעם ספיד פון דעם סורפן. א פשוטער פילטער אין דעם קאפיוטער שטערט דעם מהלך הספיד פון די DATA