| נשלח ב-19/12/2005 21:02 |
|
| |
ר' ישעילע קערעסטירער זי"ע אין חלום
א מעשה וואס האט פאסירט לעצטענס ממש.
פאריאר איז נפטר געווארן א אייניקל פון ר' ישעילע קערעסטירער זי"ע, הרה"ח ר' הערשל לאנדא ע"ה נישט איבעלאזענדיג קיין קינדער ל"ע.
ר' יחזקאל ראזענבערג בן ר' יודל ע"ה, וועלעכער איז עוסק אין חליצות האט זיך אריין געלייגט אין דעם ענין, און 3 וואכן צוריק האט ער דורך געפירט די חליצה פאר די אלמנה כדת וכדין.
אפאר טעג דערנאך חלומט זיך ר' יחזקאל ווי 2 אלטע יודן קומען צו אים, איינעם האט ער דערקענט איז געווען הרה"ח ר' אלטר ישעי' ראזענוואסער ע"ה וועלעכער איז נפטר געווארן אפאר יאר צוריק, אבער דער אנדערער, א איד מיט א ברייטע ביבער היט האט ער נישט דערקענט.
יענער איד האט געזאגט "א גרויסן יישר כח פאר העלפן מיין אייניקל" ווען ער האט געפרעגט ווער זענט איר?, האט ר' אלטר ישעי' (וועלעכער האט נאך זיך מסתופף געווען ביי ר' ישעילע קערעסטירער זי"ע) אים געגעבין א קלאפ און געזאגט "דאס איז דאך ר' ישעילע קערעסטירער".עד כאן המעשה.
גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהון.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2005 21:37 |
|
| |
ר' יחזאל האט דאס זיכער געח'לומט אין די נייע קליימער מקוה.
דארט קען מען גוט שלאפן.
זאל די נשמה האבן א עליה. (אין קליימער וועט עס נאר האבן א גערוך) א חליצה האט עס דאך שוין.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2005 21:39 |
|
| |
איך האב נישט קיין מושג וואס די שרייבסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2005 21:41 |
|
| |
באקומען אין אישי
If Mr. Rosenberg would have been in my Bungalow Colony, he would have recognized the Holy Rebbe. His photo hangs on all the outside doors. BTW, maybe they should put the picture in Kol Haolom Kilo, I wonder what will happen to the Cat & Mouse game that goes on over there. I dont have Ishur to write here , Thanks.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2005 23:15 |
|
| |
איך האב אויך גהערט די מעשה צוויי וואכען צרויק
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2005 05:51 |
|
| |
אן אינטרעסאנטע מעשה.
לאכען פין א מעשה ווי דאס, שמעקט מיט אפיקרוסות, גאר נישט מער.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2005 06:07 |
|
| |
שלוםשטוב
אין אז מען לאכט פין די מעשה פין די פיש וואס האט גערעדט אין סקווירא... איז מען אוך אן אפיקורס ?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2005 18:28 |
|
| |
אפשר?
עס שמעקט זיכער, ווייל פין ווי ווייסט איינער אז די מעשה איז נישט אמת? ביסט דאך נישט דארט געווען, אלא מאי די האלטס אז אזא מעשה קען נישט פארקומען, און דאס קומט נישט פין קיין אמונה.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2005 18:52 |
|
| |
ווער עס גלייבט נישט די מעשה איז נישט קיין אפיקורס
יא, עס קען געשען, עס מוז אבער נישט זיין אז עס איז געשען,
איך קען מענטשן, {זיי ריפן זיך תלמידי רבינו זי"ע} זיי זעען דען רבין זי"ע יעדן מאנטאג אין דארנשטאג,
א טייל זעען עם בהקיץ, א טייל זעען עם אין חלום.. אבער זיי זעען!!
איך וויל דערמאנען פארן עולם אז פאר 3 יאר צוריק בערך האט זיך געדרייט א מעשה אז דער רבי שליט"א האט געזען דעם עצי חיים אין חלום,אין דער עצי חיים האט אים געהייסן אפשפארן דעם סקול דיסטריקט,
אזוי אויך האט עזריאל גליק געזען דעם רבי זי"ע {אין חלום..}אין האט אים געהייסן די זעלבע,
תוקן על ידי - שלום_משה - 20/12/2005 18:54:53
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 05:51 |
|
| |
אויסשווארץ! מעגס תשובה טין
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 16:10 |
|
| |
אינטערסאנט איז, ווייל ר' אלטר ישעי' ראזענוואסער ע"ה איז אמאל געפארן צו ר' ישעילע קערעסטירער זי"ע איז ער אויבען געווארן זיין שמש און ער קומעט אין חלום צוזאמען מיט ר' ישעילע.
איך מיין אז ווער עס גלייבט די מעשה איז א טיפש.
איינער קען מיר פארשטייען געבען עפ''י אידשקייט פארוואס מען דארף גלייבען די מעשה?
און אויב נישט איז מען אפיקורס!
אין די 13 אני מאמין'ס איז עס זיכער נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 16:35 |
|
| |
איך גלייב נישט די מעשה, ווייל ר' ישעי' ראזענוואסער ז"ל האט כמעט נישט געקענט וואקן, ער האט זיך קוים געשלעפט, ער איז נישטאמאל אריין געקומען פון קרית יואל צו זיינע קינדערס שמחות, און דאן איז ער נאך געווען אינגער פון היינט, אלזא גלייב איך נישט אז ער איז געקומען פון יענע וועלט, אין דעם עלטער און פון אזוי ווייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 19:17 |
|
| |
ר' אלטר ישעי' איז מיטגעקומען (אין חלום) ןןייל אים האט ר' יחזקאל רז"ב געקענט.
און ניין, איר מנזט נישט גלייבן די מעשה, אזוי ווי מ' מוז נישט גלייבן אנדערע מעשיות, אבער פארוואס קען עס נישט זיין אמת? איז עס קעגן די תורה, קעגן די הלכה. אלץ איינער וואס ווייסט אביסל דעם גרויסן כח פון הצה"ק ר' ישעילע זי"ע גלייבט זיך עס, און איך האב עס דא נאר געשריבן פאר די וואס ווילן עס גלייבן כדי צו ווייזן די כח פון צדיקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 19:26 |
|
| |
חלומות שוא ידברון,
פתי יאמין לכל דבר,
ניין, איך גלייב נישט אלעס וואס הער,
דאס מיינט נישט אז ס'קען נישט זיין אמת,
דאס מיינט נישט אז ס'איז ליגענט,
נאר פשוט מאוד, איך גלייב נישט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|