איך האף אז ער ליינט נישט יעצט מיינע שורות, ווייל דאן וועט דאס זיין מיין לעצטע שטיקל... (אונטער דעם ניק...)
וואס טוט זיך ווען א איד איז אויפגעוואקסן און באקומען א חינוך כדבעי, און יארן שפעטער ווען ער ווערט שוין בא'גדול'ט טראכט ער זיך אז ער וויל נאכלאזן א געוויסע נקודה אין אידישקייט, למשל, ער איז ביי דער מיינונג אז אין כשרות פארשטייט ער בעסער ווי מען האט אים אויסגעלערנט. ער וויל זיך האלטן קלוגער ווי זיינע עלטערן און מחנכים וואס האבן אריינגלייגט אן עקל צו א געוויסע השגחה. ער, מיט זיין גרויס קעפל האלט אז עס דארף נישט זיין קיין שום פראבלעם דערמיט.
איך וועל געבן א בעסערע דוגמה, וואס איז געווען דער נושא פונעם שמועס. יענעם'ס טאטע האט אין אים אריינגלייגט א שנאה צו אלעם וואס האט נישט מיט די שיטה, און ער איז שוין אין די יארן, און שטייט שוין אויף די אייגענע פיס, מיט א שטוב פון קינדער, און אין זיין מח האט זיך ליידער אריינגעכאפט שווערע ספיקות אין די גאנצע מעשה, און איז פול מיט סתירות אין דעם ענין.
האט ער א רעכט דאס אוועקצומאכן, און לערנען זיינע קינדער אז דאס אלעס איז שטויות? אדער מוז ער גיין אין די וועגן פון זיינע עלטערן, און וועט זיך מוזן שטיקן מיט זיינע אומריינע מחשבות?
אלזא, ווי שטעלט זיך דער גבול וואס קינדער מוזן פאלגן די עלטערן?
עס איז זעלבסט פארשטענליך אז אן קיין מסורה צווישן טאטע און זון קען זיך אונזער אידישקייט נישט האלטן. די שאלה איז ביז וויפיל מוז א קינד נאכגיין זיין טאטן?
א בן אחר בן פון א שיגץ איז דאך מסתמא א תינוק שנשבה (א נושא בפני עצמו ווער עס גייט אריין אין דעם כלל, ווייל אויב האט ער שכל און וויל בזדון נישט לערנען וואס איז ריכטיג, גלייב איך נישט אז דאס איז א תירוץ) אבער איינער וואס איז מיט זיין אייגן פארשטאנד צוגעקומען אז לא זו הדרך, וואס גייט טאקע זיין מיט אים?
נשלח ב-21/12/2005 23:23
אין כשרות מעג מען האלטן אנדערש ווי די עלטערן האבן מחנך געוועהן. אבער בנוגע די שיטה, איז זייער האקל צו טוישן. ווארט נאר אויף די תגובות וועסטו זעהן.
נשלח ב-21/12/2005 23:39
מיין שכל זאגט אז ווען א קינד וויל טוהן אנדערש ווי די עלטערן אפילו ער זאגט אז נאר ביי איין זאך ווי למשל כשרות איז עס אין פאקט אז ס'שמעקט אים נישט נאך פארשידענע זאכן וואס ער האט געזען ביי זיין טאטן יעצט צו די פראגע צו מעג דען נישט א קינד וואס איז שוין געקומען צום שכל פארשטיין אנדערש ווי דער טאטע איז דער תירוץ ער מעג ער זאל אבער נישט איינרעדן נישט זיך אליין און אויך נישט קיין חבר אז טאקע נאר ביי די ספעסיפיק זאך גייט ער זיך טוישן ווייל אויב איז אים קודם אנגעקומען אביסל שווער עפעס צו טוישן ביים ערשטן מאל וועט עס זיין פיל גרינגער ביים צווייטן מאל און די זאכן האבן נישט קיין עק און נאך איין זאך זאל ער זיך נעמען אין קאפ אז זיינע קינדער וועלן דאך זיין קלוגער פון אים און זיי וועלן פארשטיין אז איין דרגה ווייניגער איז אויך נישט געפערליך און איך בין נישט זיכער צו ער וועט דעמאלטס קענען האבן א השפעה אויף זיי חוץ אויב ער וועט קענען אנצייגן אז אין פאקט האט ער זיך אויך געהאלטן קלוגער פון זיין טאטע (זייער זיידע) אבער ער האט זיך נישט אוועק געריקט פון זיין טאטעס שיטה אנטשולדיגט פארן מאריך זיין אבער איך האלט אז לתועלת הענין איז עס ווערט
נשלח ב-21/12/2005 23:58
דיין שאלה איז נישט לגבי כיבוד הורים נאר ענדערש לגבי אַל תיטוש תורת אימך;
איך האב שוין כמה פעמים געהערט אז דער ענין פון אַל תיטוש גייט נאר אָן ביז מען האט חתונה:
נאך דעם ווען מען פירט שוין אַן אייגענע שטוב מעג מען טוישן און זיך פירען וויא מען וויל:
פארשטיט זיך אז עס מוז זיין אויסגעהאלטען מיט א מקור אדער מנהג פון גדולי ישראל
נשלח ב-22/12/2005 01:07
דיפלאמאט
"א בן אחר בן פון א שיגץ איז דאך מסתמא א תינוק שנשבה (א נושא בפני עצמו ווער עס גייט אריין אין דעם כלל, ווייל אויב האט ער שכל און וויל בזדון נישט לערנען וואס איז ריכטיג, גלייב איך נישט אז דאס איז א תירוץ)"
דער פראבלעם איז והיה כי ישאלך מחר השייגעץ בן שייגעץ לאמור, פארוואס מוז איך נאך קלערן מיינע עלטערן, און דו נישט?
קוטשמע
ווער ווי דו ווייסט אז כשרות/פלייש איז עיקרי הדת. לפי בעלי השיטה
וואסנייעס
וואס וועט זיין ווען דער זוהן איז טאקע קלוגער פון טאטן?
דער טאטע איז א באטשי בן באטשי בו בנו של אותו באטשי און דער זוהן וויל ווערן א סאטעמער, ס'הערט זיך מיט א באבאווער? ברעסלעווער? געהערט אמאהל א רבי זאל נישט לאזן א בחור ווערן זיין חסיד?
ווי שטעלט זיך דאס אפ?
Knowitall
עיין לעיל. א בחור טאהר נישט טוישן א חסידות? אליטוואק מעג ווערן א חסיד? וואו שטייט אין די תורת אמיך א חתונה? איין מצוה איז פארהאנען וואס ווענדט זיך אין חתונה האבן. דעטס אלל!
נשלח ב-22/12/2005 01:38
באטשי בן באטשי בן בנו של אותו באטשי (איך האף אז איך געדענק די ריכטיגע טיטל)
אויב האסטו פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז מ'טאר נישט טוישן חסידות האסטו מיך ראנג פארשטאנען און אפילו ווען איך האב געשריבן די ווארט שיטה איז די כוונה געווען נישט חסידות נאר מנהגים חומרות וכדומה קען זיין איך וואלט געדארפט שרייבן דעם טאטן'ס דרך און אפילו ביי חומרות צוצילייגן קען לכאורה נישט שאטן חוץ ווען ער לייגט צו ביי איין פלאץ זיך צו פילן גוט ווען ער נעמט אראף ביי א צווייטע
נשלח ב-22/12/2005 08:04
איך ווייס נישט צו מען מעג צו מען טאר נישט, איין זאך ווייס איך יא, אז דער וואס טוהט דאס שטעלט זיך אויף זייער א slippery slope צו עס וועט איהם געלונגען צו בלייבען ביי אידישקייט צו נישט ווייס איך נישט, אבער די ריזיקע וואס ער נעמט איז גאר גרויס, און געווענליך איז עס נישט ווערט, עס איז יצא שכרו בהפסידו.
די שווערסטע זאך אין לעבען (פאר מיר, און איך שטעל מיך פאר אז איך בין נישט דער איינציגסטער) איז צו מאכען החלטות, מען דארף האבען מנוחת הנפש ומנוחת הגוף דערצו און די ביידע איז א זעלטענהייט אין די היינטיגע לעבענס שטייגער. עס איז הכל ריוח וואס מען דארף נישט מאכען קיין אייגענע החלטות און מען קען נאכגיין בלינדערהייט די עלטערענס גאנג און זיך פארלאזען בלינדערהייט אז מן הסתם האבען זיי עס דורך געטראכט און עס וועט נישט זיין קיין קאטאסטראפע בעז"ה טאמער מען וועט נאכגיין פונקטליך בעקבי הצאן..
נשלח ב-22/12/2005 17:24
כ'האב נישט ליב צן שרייבן דבריח הלכה דא אבער אמאל פלאץ איך פון עמהארצות
עיין יו"ד סימן ר"מ סכ"ה
מען רעדט מען רעדט און מען רעדט און מען קען נישט קיין סעיף אין שלחן ערוך ס'געשעהט דא זייער אפט
נשלח ב-22/12/2005 19:05
נבוכדנצר
דו האלטס זיך טאקע פאר דעם גרעסטן למדן דא
דו האסט נעבעך געמוזט עובר זיין אויף דיין גדר נישט צו מגיב זיין חלילה מיט קיין דברי תורה נאר מיט הוילע דברים בטלים
וויל איך דיר מבשר זיין אז דו האסט נישט עובר געוועהן אויף דיין גדר.
דיין תגובה האט גארנישט צוטוהן מיט דעם נושא
דאס האסטו צוגעצייכנט
יור"ד ר"מ סכ"ה
ובאם האב רוצה לשרת את הבן מותר לקבל ממנו אלא א"כ האב בן תורה תלמיד שרוצה ללכת למקום אחר שהוא בוטח שיראה סימן ברכה בתלמודו לפני הרב ששם ואביו מוחה בו לפי שדואג שבאותה העיר העובדי כוכבים מ עלילים אינו צריך לשמוע לאביו בזה: הגה וכן אם האב מוחה בבן שישא איזו אשה שיחפוץ בה הבן א"צ לשמוע אל האב (מהרי"ק שורש קס"ז):
דאס איז בכלל נישט דער מדובר.
ווער רעדט דא פון כבוד אב?
דער מדובר איז ואל תטוש תורת אמיך. איך האב געמיינט אז דו וועסט ברענגען די תשובות פון ישמח משה, חתם סופר, מהר"ם שיק, דברי חיים, אגרות משה ועוד. וועגן משנה זיין נוסח התפלה פון מנהגי אבותיו.
דער אנדערע מדובר איז צו א זוהן מוז נאכקלערן צו דער טאטע איז גערעכט.
כדי דו זאלסט דיך נישט איין רעדן אז ווייל קיינער ברענגט נאך נישט קיין ראיות מו התורה, איז א סימן אז דו ביזט דער איינציגער וואס קען א ארון קודש דארט אין די גלילות,
כדי זאלסט ח"ו נישט נכשל ווערן בעוון שמינית שבשמינית
האסטו: בעל העיקרים
...וראוי שנעיר בכאן על ספק אחד אפשר שיסופק על האמונה הנופלת בדתות והוא זה:
אם הבעל דת מצד היותו בעל דת רשאי או מחוייב לחקור על עקרי דתו ואמונתו - אם הם אמתיים ומסכימים למה שהנחנו מעקרי הדת האלהית אם לאו?
ואם הוא רשאי לחקור האם הרשות נתונה בידו לבחור הדת שיראה לו יותר אמתית מזולתה אם לאו?
והנה יתחייבו לשני חלקי הסותר הרחקות עצומות,
ראשונה: שאם נאמר שהבעל דת מחויב לחקור על עקרי דתו או רשאי להבחין בין עקרי דתו ובין עקרי דת אחרת, יתחייב שלא יהיה שום בעל דת קיים באמונתו, ולא יהיה א"כ ראוי לקבל שכר על האמונה אם לא יהיה קיים בה ובלתי מסופק בהכלל אחר שלא תקרא אמונה - אלא כשלא תשער הנפש בסתירתה כמו שבארנו (לעיל בפי"ט), ואם יחקור הרי זה מראה שהוא מסופק בהֱ.
ואם נניח שהוא רשאי לחקור, הנה כשחקר והבחין בין עקרי דתו ועקרי דת אחרת ומצא עקרי הדת האחרת יותר אמתיים - האם הוא רשאי להמיר דתו בזולתה? ואם הוא רשאי - יתחייב שלא יהיה שום בעל דת מצליח ולא נושע באמונתו?
וזה כי כשיבחין בין עקרי דתו ועקרי הדת האחרת - וימצאם יותר אמתיים מעקרי דתו - וימיר דתו בדת האחרת' עדיין אי אפשר לו להיות קיים באמונת הדת ההיא האחרת אשר בחר לנחלה לו, כי אפשר כשיחקור ויבחין בין אותה הדת השנית ובין דת שלישית אחר שימצא עקריה יותר אמתיים ויצטרך להמיר השנית בשלישית וכן ע"ז הדרך השלישית ברביעית והרביעית בחמישית וכן לבלתי תכלית ולא יהיה א"כ שום בעל דת קיים באמונתו עד שתשלם חקירתו בכל הדתות שבעולם ויבחר אחת מהן על כלן.
ואולי תהיה דת אחרת בקצוות הישוב אשר לא תודע אליו והיא תהיה היותר אמתית מכולן? ולא יהיה לפי זה שום בעל דת נושע באמונתו, אחרי שאי אפשר לו להיות מאמין אמונה שלמה עד יחקור על כל הדתות, ואי אפשר לו לחקור על כלן כמו שאמרנו. ולזה יתחייב שלא יהיה שום בעל דת רשאי לחקור על עקרי דתו ואמונתו כדי שיאמין אמונה בלתי מסופקת.
ואם נאמר שלא יהיה הבעל דת רשאי לחקור על עקרי דתו ואמונתו, יתחייב מזה אחד משני דברים:
1) אם שיהיו כל הדתות מביאות אל ההצלחה האנושית ולא יהיה יתרון לאחת מהן על האחרת בשכר והעונש. אחר שאין שום בעל דת יכול לחקור עקרי דתו ולא להמיר אותה בזולתה.
וזה מגונה מאד שיהיו הדתות שהן חולקות האמת והשקר כחיוב והשלילה בשניות והיחוד מביאות אל ההצלחה בשווי.
2) ואם נאמר שלא יביאו שתיהן אל ההצלחה אלא האחת מהם בלבד, יתחייב שקר עצום! והוא שיהיה האל מעות משפט להעניש בעלי הדת המזוייפת המתדמה באלהית עם שאין רשות ביד המאמין בה לזוז הימנה ולא להמיר אותה בזולתה ולא לספק בה כלל. חלילה לאל מרשע ושדי מעול.
וזהו הספק שאפשר שיסופק בכל הדתות הנקראות אלהיות, וראוי שנשתדל בהתרתו ונאמר, כי אם היו כל הדתות הנועדות בעולם חולקות זו על זו בשכל, אחת תאמר על חברתה שאינה אלהית, היה הספק הזה חזק מאד קשה ההסרה,ואולם אחר היות כל הדתות מסכימות באחת מהן שהיא אלהית, אלא שהן חולקות עליה בשיאמרו שהיתה זמנית וכבר עבר זמנה, הנה נאמר שהוא ראוי לכל בעל דת לחקור על עקרי דתו ואמונתו.
וזה אם בדתות החולקות על הדת האלהית - זה מבואר מאד בהן, כי אין ראוי לשום אדם להתפתות להאמין דבר כנגד הדת שהוא מוסכם עליה היותה אלהית - אלא אחרי חקרו על הדת ההיא בדת האלהית ג"כ ראוי לבעל הדת ההיא לחקור עליה אם היא זמנית או נצחית ובאיזה דבר ממנה אפשר שיבא השנוי אם יתבאר שאינה נצחית,
ובעבור זה כתב הרמב"ם ז"ל בפרק החקירה הזאת היא משני צדדין אם מצד הדת בעצמה וזה כשיעיין בצוויה ואזהרותיה אם הם להסיר העול והחמס ולסדר עניני המדינה בלבד ראוי לו שידע שזו היא דת נימוסית ולא אלהית וכשתמצא הדת שהיא עם שתכוין אל הסרת העול והחמס מבין אנשי המדינה תעיין ג"כ לתת דעות אמתיות בשם יתברך ובמלאכים... עיי"ש ותמצא מעדנים
עוד חזון למועד
נשלח ב-22/12/2005 20:01
שעפעלע
כ'פארשטיי אז דו ביזט אנגעווייטאגט אין אזא געהויבענעם טאג ווי כ"א כסליו (אדער aftermath פון כ' כסליו) אבער כדרכך ביזטו א מומחה צו זאגן אויף טאג אז עס איז נאכט
וזה לשון דיפלאמאט
אלזא, ווי שטעלט זיך דער גבול וואס קינדער מוזן פאלגן די עלטערן?
עס איז זעלבסט פארשטענליך אז אן קיין מסורה צווישן טאטע און זון קען זיך אונזער אידישקייט נישט האלטן. די שאלה איז ביז וויפיל מוז א קינד נאכגיין זיין טאטן?
רס"ג מורה און עיקרים זאלסטו מיר ביטע נישט אויסלערנען, כ'קען זיי גוט און כ'מיין אז איך פארשטיי זייערע שיטות, למעשה היינט זענען רוב מיינונגען פון די ראשונים בפירוש נישט אנגענומען, סיי לגבי גשמות - אחדות - השגחה - אגדות חז"ל - חכמת הנסתר - וכהנה וכהנה, דעת חכמי ספרד איז כמעט נישט אנגענומען, אפשר ביי יוסף אלקאפח (רמב"ם בדורנו...) וסיעתו
מען רעדט פון היינט מאכסט חשבונות אין *דיפלאמאטס* ווערטער אשר לא עלה על דעתו
איך פליה צום עירפארט זייטס מיר געזונט
נשלח ב-22/12/2005 20:48
דאס וואס מען רעדט שוין יא פון משנה זיין תורת אמך איז ביי א מצוה למשל די נוסח התפילה אין וועלעכע ישיבה צו לערנען לגבי חסידות אבער נאכלאזן מאן דכר שמי-ה
נשלח ב-22/12/2005 21:03
מלך בבל דער פליעדיגער
דאס איז דיפלאמאטס שאלה
איך וועל געבן א בעסערע דוגמה, וואס איז געווען דער נושא פונעם שמועס. יענעם'ס טאטע האט אין אים אריינגלייגט א שנאה צו אלעם וואס האט נישט מיט די שיטה, און ער איז שוין אין די יארן, און שטייט שוין אויף די אייגענע פיס, מיט א שטוב פון קינדער, און אין זיין מח האט זיך ליידער אריינגעכאפט שווערע ספיקות אין די גאנצע מעשה, און איז פול מיט סתירות אין דעם ענין.
האט ער א רעכט דאס אוועקצומאכן, און לערנען זיינע קינדער אז דאס אלעס איז שטויות? אדער מוז ער גיין אין די וועגן פון זיינע עלטערן, און וועט זיך מוזן שטיקן מיט זיינע אומריינע מחשבות?
אלזא, ווי שטעלט זיך דער גבול וואס קינדער מוזן פאלגן די עלטערן?
עס איז זעלבסט פארשטענליך אז אן קיין מסורה צווישן טאטע און זון קען זיך אונזער אידישקייט נישט האלטן. די שאלה איז ביז וויפיל מוז א קינד נאכגיין זיין טאטן?
און כדי אזעלכע קלוגע אידן ווי דו זאלעם פארשטיין דעםן מדובר איז געקומען ר KNOWIT ALL
אין מוסיף געוועהן מדיליה
דיין שאלה איז נישט לגבי כיבוד הורים נאר ענדערש לגבי אַל תיטוש תורת אימך;
איך האב שוין כמה פעמים געהערט אז דער ענין פון אַל תיטוש גייט נאר אָן ביז מען האט חתונה:
נאך דעם ווען מען פירט שוין אַן אייגענע שטוב מעג מען טוישן און זיך פירען וויא מען וויל:
פארשטיט זיך אז עס מוז זיין אויסגעהאלטען מיט א מקור אדער מנהג פון גדולי ישראל
נאר ווייל דיין נפש היפה קען נישט סובל זיין קיין עמי הארצות האסטו פורץ גדר געוועהן אין געשריבן דברי תורה רח"ל
און כדי צו פארענפערן זיך אז דו ביזט נישט געוועהן קיין משיב כהלכה זינגסטו דעם הויכען פאל פון בך בטחו.
ביסט אויך תיכף מוסיף לזכר נשמתו של בעל ההצלה (כדרכו בויוא"מ) א האלבע ציטאט, פארשטייט זיך נאר דעם חלק פון דיפלאמאט'ס שאלה וואס איז מסייע לך, דו ערשטע העלפט האסטו אויגעלאזט (אישמטתיה?)
און איך בין נאך דער מסלף?
אזוי ווי דו ביזט דער נרדף!
די מצוות מדברי סופרים האב איך אלטע, נישט ה' אייר און נישט כ"א כסליו.
BTW אין דעם יום ההצלה פון קל"ב האט ער נישט געטאנצט. ווען זעקס מיליאן קדושים זענען אומגעקומען און איינער געראטעוועט...,
דיין צווייטע תגובה ווייזט באמת אויף א קלארקייט
למעשה היינט זענען רוב מיינונגען פון די ראשונים בפירוש נישט אנגענומען, סיי לגבי גשמות - אחדות - השגחה - אגדות חז"ל - חכמת הנסתר - וכהנה וכהנה, דעת חכמי ספרד איז כמעט נישט אנגענומען, אפשר ביי יוסף אלקאפח (רמב"ם בדורנו...) וסיעתו
וועמען ווילסטו דא פארדרייען דעם ספאדיק?
ווער רעדט פון די אלע זאכען יעצט?
דו כאפסט אלעס אריין בחדא מחתי,
אם אין דעת הבדלה מנין?
מען רעדט צו צריך אדם לחקור אחרי אמונת אבותיו?
דער בעל העיקרים רעדט דאך פון א זעהר א לאגישע קשיא, וואס חסידישע ספרים און אוודאי דער חתם סופר מוטשעט זיך מיט דעהם