בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אלעס אויסגעמעקט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2005 03:42 לינק ישיר 

דזובוי צי וועלכען חאכאם ביסטי לעצטענס געווען ?
פרעג עיהם אפשר צי די זאלסט ענדערשט נאר ארויפברענגען די קוואליטי פין די תגובהס מיט נישט לאזען קיין קללה'ס מנוולה'ס אין אפענע ליגענט

אויך קען דאס געטיען ווערען ציביסלעך נישט פין איין מוניט צום אנדערען
ביז אין א קורצע צייט זאלסטי אויך נישט לאזען אפילו באליידיגען איינעם דעם אנדערען

דעמאלס וועט עס זיין א פארום וואס עס וועט זיין נאר א פלאץ פאר אינפארמאציע אין פארשידענע מיינונגען וואס עס וועט זיין א פלעזשער צי ליינען אין שרייבען אין מען וועט דיר זייער דאנקבאר זיין פאר דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 03:56 לינק ישיר 

חדשות נו יארק ז"ל האט אויך געפלאצט צום סוך הגם עס איז געווען זייער געלונגען.

זעט אויס אז דאס איז ארבעט וואס נעמט 24-7.

איין צודרייטער וואס מאכט גילוי קען אראפברענגען דעם גאנצע פורום ווייל קיינער האלט זיך נישט איין פון ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 04:09 לינק ישיר 

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איך גלייך אזוי שטארק סעמאן-פיש.

סעמאן-פיש! ציקער זיס יעדע ווארט וואס דו שרייבסט אויפן פריערדיגן בלאט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 06:09 לינק ישיר 

JEWBOY

איך האב געהאלטען אז די האלסט דעם פורום ריין ביז יעצט אויך.

איך דערמאן מיך ימים מקדם ווען מען האט דא באשמוצט רבנים מיט כל מיני כינוים.

בכל אופן זאג אך דיר בכל אפשר תפנה תצליח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 12:53 לינק ישיר 


איך האב אפגעליינט וואס סעלמאן-פיש שרייבט, האט עס מיר א האק געגעבן און געשטעלט מיין מח היינט איינמאל אין פלאץ.

איך וועל רעדן נאר פון מיר: לאמיר זיך נישט נארן. קיין ירא שמים שרייבט נישט אויף הייד-פארק, ווייל ווער עס גלייבט נאר אין העכערס, קען זיך נישט זעצן בדחילו ורחימו און שרייבן לשון הרע, רכילות און מלבין חבירו זיין צענדליגער מאל אין טאג.

ווער עס גלייבט אין חז"ל קען נישט אנווערן זיין עולם הבא יעדן טאג.

מילא מ'כאפט א לשה"ר נישט מיר-נישט דיר, האט מען שוין געהערט און דערפאר איז טאקע פאראן ספרים פונעם הייליגן חפץ חיים, אבער פאר די סארט וועלכע זיצן טאג איין טאג אויס און שרייבן אויף אידן - און סיי וועלכער איד - איז ממש א הכרח צו זאגן אז זיי גלייבן נישט און קיין שום העכערס.

קענען נאך קומען אינגעלייט און אויפמאכן איצט א נייעם אשכול און ס'זאל נאך זיין "למצוה גדולה יחשב"?

איך וויל זיין ערנסטער פון דעם.


תוקן על ידי - jewboy - 22/12/2005 13:16:41



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 17:51 לינק ישיר 

איך שרייב דא מיט Mixed emotions אין א בחינה פון ויחד יתרו, Deep down ווייס איך אז דער חשובער מנהל האט געטוהן די ריכטיגע זאך, סוף כל סוף האט מען כסדר עובר געווען אויף לשון הרע, מוציא שם רע, שקר, ליצנות, בזיון תלמידי חכמים, מלבין פני חברו ברבים, און סתם רכילות, וכו' וכו', איך רעד שוין נישט פון זיצן צו געהאקט צום קאמפיוטער שעות ארוכות, פארברענגען די צייט מיט שטותים,
ביטול תורה וכו'.

פון די אנדערע זייט, איז דאס געווען א פורום ווי מען האט געקענט ארויס ברענגען דעם אמת, איבערצייגן מיט פאקטן, זיך אנעמען פאר מענטשן וואס מען טיט זיי באעולה'ען, וכו', אבער די זאכן זאלן געטוהן ווערן אידישלעך, אן די אויבן דערמאנטע מכשולות, דארף מען האבן א פול טיים Observer, איינער זאל כסדר שטיין און וואטשן אז מען זאל חלילה קיינעם נישט פארשעמען, און זעלבסט פארשטענדליך מיר זענען דא על פי רוב ארבייטערס וואס כאפן אראפ אפאר מינוט דא און א פאר מינוט דארט, על כן האט דער מנהל לכאורה געטוהן די ריכטיגע זאך און לאמיר האפן שיתגדל ויתקדש שמו יתברך.

דא ביי די געלעגנהייט מיט רשות פונעם מנהל און פון כל הקהל הקודש הזה, וויל איך דא ברבים מפייס זיין איינעם ואס איך האב אנגערופן מיט א שם של גנאי וואס איך האב בשעת מעשה געוואוסט אז ס'איז מסתמה שקר, אבער ס'איז געווען בשעת א היציגן דיסקאשן, ס'איז געווען חם לבי, און זייט דעמאלטס איז לבי נוקפי, און איך וויל עם מפייס זיין באותו מקום, דא אויף דעם פורום.

די זאך איז אזוי, איך וועל שרייבן בבחינת מגלה טפח ומכסה טפחיים, נישט עובר זיין אויף די נייע רעגאלאציעס,
איך מצדי ווען איך האב געשריבן האב איך מיך פרובירט צו האלטן צו איין פרינציפ, נישט צו שרייבן פרעזדליך קיין שקר אויף קיינעם, א זאך וואס איז יענעם מבזה, דאס הייסט נישט זיין א מוציא שם רע, איז דא געווען איינגעפירט אזוי, איין צד האט געשריבן אויף אנווערפענער רב א שם כינוי, עם מבזה צו זיין מיט א קלארע אויסגעטראכטע בלבול נאר כדי עם מבאיש רח זיין, איז געקומען דער צד השני און געשריבן די זעלבע זאך אויף ר' חיים הערש ברז"ל פון ירושלים, און עם אנגערופן מיט א ענליכע שפעט נאמען, כדי נישט צו בלייבן שולדיג, איך האב אלץ אכט געגען נישט אריין צופאלן אין דעם קינדערישן נארישן שפיל, וואס איז א רעכטע שפיכת דמים, ווייל פאר א מוציא שם רע לחברו, שטייט קלאר אז מען איז נישט מחוייב מוחל צו זיין אפילו מען קומט עם מפייס זיין, ס'איז זייער הארב, למעשה, ווייס איך אז איינמאל ביי א היציגן דיבעיט פון דעם ענין, איך האב מיך כדרכי אנגענומען פאר אנווערפענער רב און צוריק גפליקט מיט דעם שפעט נאמען פון ר' חיים הערש, ס'האט מיר באלד לייט געטוהן, אבער איך בין דאן געוארן פארנומען און ווען איך האב דאס געוואלט אויסמעקן איז שוין געווען מער ווי א האלבע שעה און ס'איז געווען TOO LATE, און זייט דעמאלטס האב איך מיר פארגענומען ביתר שאת וביתר עוז אז אויב שרייבט מען אויף עמעצן א ליגנט, האב איך עכסענס מוחה געווען אבער נישט אנטייל גענומען און דעם דיסקאשן, אבער פארט איז זייט געמאלטס געווען לבי נוקפי און מיין מצפון האט גענגבערט.

על כן מיין איך איז יעצט די צייט אים מפייס צו זיין, ער זאל מיר מוחל זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 18:04 לינק ישיר 

זשובוי



סעמאן פיש



די גדרים פון בין אדם לחבירו איז שוין אריבער אלע גרעניצן.
עס איז שוין געווען די צייט צו מאכן א געזונטן "שארט-סטאפ" .
עבירות שבין אדם לחבירו אין יוכ"פ מכפר עד שירצה וכו'.
דערנאך ווי לויזער דער קאנטראל ווערט, ציט עס מער צייט פון די שרייבער, סע קומען צו צען פאכיג מער תגובות, און עווענטועל רויבט דאס פיל צייט אפילו פון די וואס ליינען נאר דעם פורום.
און מ'קריכט אריין אין א פראבלעם פון ביטול מלאכה.. און נאך ערגער, פון ביטול תורה.
כל המבטל את התורה מעושר, סופה וכו'.
ואם בטלת מן התורה, יש לך הרבה בטלים כנגדך.
כיפר הקב"ה על עון וגו' ולא ויתר על ביטול תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 18:24 לינק ישיר 

כאטש איך נעם נישט אנטייל אין די סאמטמארע פאליטיק, איך האלט אז צענזאר איז נישט אין פלאץ און וועט סופסוף דער פארום צוגרונד לייגען. ס'עפענט זיך יעצט עטליכע נייע פארומ'ס, אינטערסאנט צו זעהן וועלכע ס'וועט בלייבען, אדער איבערנעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 21:37 לינק ישיר 

WASSA

איך האלט מיט דיר 100%

מ'קען פשוט מאכען א תקנה אז דער וואס איז מבזה סתם מיט דברי נבלה איך שיהי ומי שיהי' זאל ווערן געווארענט אז ער האט איין שאנס און אויב נישט וועט מען איהם חותם זיין..

אבער בדרך כלל האלט איך אז אשכולות דא זענען "SELF CORRECTING" און ווער עס גייט איבער דעם מאס טוהן אנדערע גולשים איהם מגנה זיין און פארעכטען זיינע עוולות אוטומאטיש.

איך מיין אז איך האב במזיד קיינעם נישט באשמוצט, אבער עס קען זיין אז צומאהל בין איך אליין געגאנגען איבער די מאס..

אויב JEWBOY וועט איינפירען זיינע נייע RULES האט ער צום ווייניגסטנס מיך פארלוירען אלס א שטענדיקער מגיב דא.

דער אינטערנעט איז נישט דער איד אדער דער בלאט און אודאי נישט דער המודיע.

דא איז כמעט ווי א מקוה אדער א שוויץ באד

מ'שמועסט אהן קיין צענזוריע. נארוואס, מיר אידען זענען דאך דער פאלק פונעם בוך "עם הספר" מיטען מויל קענען מיר רעדען סיי וואס, אין בית מדרש, און אינדערהיים. אבער פאר ווערטער וואס זענען שווארץ אויף ווייס זענען מיר עפעס אלערדזיק. אויב עס איז שחור על גבי לבן ווערט עס אזוי די עשרת הדיברות ...

"וואס הייסט עס איז דאך א בפירוש'ער הייד פארק!" קען מען נאר הערען פון א נער און א טיפש.

Everybody please calm down its only pixels on a screen.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 22:07 לינק ישיר 

אויב ס'וועט זיין אין קראפט דעי תקנה

וועט זיין אזויפיל תגובות וויפיל ס'איז היינט אריין
בערך 10 שטיק !

אין איך ווארף שוין ארויס דעי פארום פון מיין פעווירייט ליסט כ'האף נאר אז פון דעי אלע נייע וואס האבן זיך היינט געפענט וועט עפעס בלייבען!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 22:34 לינק ישיר 

מילא די גולשים ווי געלט אז גוט אז זיי גייען, אבער יוסי איז א שאד.

איך בין זיכר אויב עס וועט זיין אינטערסאנטע זאכען וועט יוסי ווייטער אונז מהנה זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 22:39 לינק ישיר 

jewboy

אפשר יעצט וועל איך שוין האבן מער געדולד צו שריבן דא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2005 00:02 לינק ישיר 

אט אט איז שוין געקומען דער גליקליכער מינוט פון
peace faith & trust




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2005 00:13 לינק ישיר 

און אפשר אויך דער זמן פון וגר זאב עם כלב..
עכ"פ דא אין פארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2005 00:30 לינק ישיר 

שלו' וברכה לכבוד מלך ההייד פארק שליט"א דזשובוי בלע"ז

מיט גרויס פרייד האב איך אויפגענומען דיין הודעה פון "אלעס אויסגעמעקט", סיז נישט דא די ווערטער זיך צו באדאנקן פאר דיר, דו האסט געטוהן א זאך וואס איז שווער, איך שטעל מיך פאר אז דיין אישית איז איבערנאכט פיל געווארן מיט טענה'ס און מענה'ס איבער דיין שריט, אבער וויסן זאלסטו איין זאך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, און העם אתך, איך האף אז די פארום וועט פונקט אזוי אנהאלטן ווי ביז היינט, און פארשטייט זיך אויסגעהאלטן תורה'דיג, דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט אלע ברכות האמירות בתורה, רק חזק ואמץ אל תירא ואל תחת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אלעס אויסגעמעקט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.