|
|
| נשלח ב-23/12/2005 02:07 |
|
| |
קוים אריבער 24 שטונדען פון די נייע תקנה איז אריין אין קראַפט און די אלע לאפעצן - וואס דער טאג איז זיי לאנגוויילוג און זייער איינצוגסטער ציל און לעבען איז צו דערהרגענען דער יעניגער וועלכער האט א אנדערן מיינונג - זענען נעלם געווארן און אנטלאֳפן צו די הרי חושך.
איצטער זאלען די גולשים זען ארויף צי שטעלן אינטערעסאנטע ארטיקלען און ניט לאזען אונזער באליבטער פורום אונטער גיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 02:20 |
|
| |
ראטצער.
דו קענסט מיר זאגן איין זאך מיט וואס דער פארום איז דיר באליבט געווארן, אויסער מיטן קענען אריינלייגן אשכולות פאר די אנשי הגר ?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 03:32 |
|
| |
עס וועט ממילה אינטערגיין ס'וועט דיך גארנישט העלפען
געב עס א וואך צוויי
ס'איז נאר געווען אזוי גרויס ווייל ס'האט ערהאלטן ערשט האנטיגע אינפארמאציע איבער פאליטיג
(אויב גלייבסטו נישט קוק עס נאך אדער פרעג ביי ליינערס)
איינמאל דאס איז נישטא איז עס פונקט ווי די אנדערע טויזענטער פארום'ס אויף הייד פארק אדער שוואכער!
ווארט א פאר וואכען טין וועסט קענען מאכען א לויה!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 04:47 |
|
| |
yohcee718 טיט אפשפיגלען די מיינונג פון רוב חברי הפארום
ווייל די אלע וואס זאגען אז די שריט פין דזאבאי איז וואס זיי ווילען, האב איך זיי צי פרעגען א קשיא
וואס אינטערסירט ענק, אז עטץ מיזט דווקא קימען אויף דעם פארום
טאמער איז דאס ווייל עטץ האטס ליב די הנהלה פין דזאבאי,דאס קען נישט זיין, ווייל עטץ זאגטס דעך יעצט אז עס איז נישט געווען אויסגעהאלטען
איז דאס ווייל עס איז דא צי באקימען צייטליכע אינפארמעישען אין נייעס, זייער גיט!!!
זאל אינזער מנהל אפקלינען פין דא די מיעסע פארשוינען אין עס וועט זיין שלום על ישראל
אפשר איז כדי אז ער זאל אויפמאכען א נייע פארום פאר די וואס ווילען נישט נכשל ווערען אין לשון הרע אין זאל איבערגעבען די אנ"ש פארום פאר אן אנדערען (לפני עוור?)
עס איז זייער גרינג צי גלעטען זיך אין בויך אין מוחל זיין זיך די אלע עבירות וואס מען האט די גאנצע צייט אפגעטיען אין מיינען אז מיט לייגען א האט מען יוצא געווען מצות תשובה
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 08:39 |
|
| |
יעצט זעה איך אז מיין "האראוואניע" פון זיך איינהאלטן שרייבן אפאר חדשים איז נישט געגאנגען לטמיון...
טאקע דערפאר האב איך מיך בשעתו פארגרוילט פון די מחלוקת אשכולותער.
פוי פוי פוי
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 18:54 |
|
| |
איך בין ענדליך קוים אנגעקומען צו דעם פארעם און מ'פארשליסט עס שוין, איי איי איי
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 19:24 |
|
| |
"הוי מי יתן לנו תמורותו!"
דער עולם גרייט זיך אין גרויסן מיט צוהאלטן דעם אימפאזאנטן מעמד "אמירת קדיש" נאכ'ן אלעמען באליבטן פורום "חדשות אנ"ש" וועלכע האלט אין די מינוטן טיף אינמיטן די גסיסה.
קיין הספדים וועלן נישט געהאלטן ווערן צוליב דעם וואס עס געפאלט פונקט צווישן די ימים טובים פון י"ט כסלו, כ"א כסלו און חנוכה.
קיין זמן איז נאכנישט ענדגילטיג באשטימט געווארן פאר דעם גרויסן מעמד. צוליב דעם וואס די חכמי הנהלת היידפארק זענען יעצט פארנומען דן צו זיין פונקטליך וועלכע קדיש מען זאל זאגן.
קדיש תתקבל קען מען נישט זאגן, ווייל מ'וויל דאך אז די אלע באשרייבעכצער זאל בכלל נישט פאררעכנט ווערן, און עס זאל אויסדרוקליך נישט נתקבל ווערן.
ווידעראום קדיש דרבנן, קען מען אויך נישט זאגן, נאכדעם וואס די רבנן זענען אזוי שטארק ארויסגעקומען אקעגן די אינטערנעט.
אפשר צו קדיש יתום וועלן די מנהלים אויסקלויבן איינעם וואס איז באמת געווארן פאר'יתום'ט מיט'ן אונטערגאנג פון דעם פורום.
נאך די מעמד וועט פארקומען א ענגע מסיבה צווישן די חברי הנהלת "חדשות אנ"ש" ווי מען וועט אפזאגן א טייל מנהלים, און זיי שיקן אויף אומבאצאלטע אורלויב...
פרטים יבואו!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 20:17 |
|
| |
איך פארשטיי נישט?
JEWBOY האט איינעם געסטאפט פון מאכען א נייע פורום?
אדרבה יגדיל תורה ויאדיר, אבער די בעלי מחלוקת ווי געלט123 קענען אים נישט איינטיילען ווי אזוי צו פירען זיין פורום.
איך בין זיכער ווען JEWBOY האט געמאכט זיין החלטה האט ער געוויסט אז דער פורום וועט ווערן שוואכער.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 20:23 |
|
| |
ווער געדענקט אפילו מיין מערכה דא איבער דעם ענין?!
יעצט דארפן די נארמאלע שרייבער זיך אויפשארצן
און ערפילן דעם חסרון פון די פוליטיק שרייבער
מיטן שרייבן נארמאלע און אינטערסאנטע אשכולות
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 03:29 |
|
| |
עפשטיין
ער האט אבער נישט געוויסט אז בקרוב גייט דא זיין א בית החיים!
צו די ווילסט יא צו נישט!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 04:42 |
|
| |
געלט
זיי נישט בייז
בעסער א בית החיים ווי ער זאל דא דארפען האכען צו טון מיט עקלדיגע כפוי טובה גולשים ווי דו.
איך האב געזען א פורום וואס האט זיך אויפגעמאכט צו טשעפענען JEWBOY אין די ביסט געווען דער אייציגער פון די חברי הפורום וואס האבען יענעם מחזק געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 05:56 |
|
| |
איך שלאג פאר א קאמפראמיס:
אז נאר "נייעס" אדער "געשעהנישן" פונעם פאליטיקן שלאכטפעלד זאל ערלויבט ווערן,
און אבסולוט נישט קיין ויכוחים אדער פערזענליכע אנגריפן,
און אוודאי נישט קיין מיסאינפארמאציע אדער פאלשע באריכטן,
ווער עס איז עובר זאל ארויסגעשליידערט ווערן אהן רחמנות!
רוב פראבלעמן דא קומען פון אפאר געציילטע יחידים וואס לאזן זיך וואוילגיין אויפן חשבון פון די מנהלים
דעריבער בין איך מציע אז כדי אנצוהאלטן ווייטער דעם גאנצן עולם אויף מסורת
זאל מען ווייטער אהנגיין אויף א מענטשליכן אופן ווי פריער דערמאנט
און ווער עס פאלגט נישט אדער שטערט די מנהלים זאל פליעהן זאפארט !
והכל על מקומו יבא בשלום
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 06:00 |
|
| |
718
גיט געזאגט!!!
דאס איז א גוטע פלאן, מנהלים עס קוקט אויס אז מיט די עצה קען די פורום ווייטער בלייבן אינטרעסאנט
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 16:56 |
|
| |
יושע שרייבט:
איך האב געזען א פורום וואס האט זיך אויפגעמאכט צו ""טשעפענען JEWBOY ""אין די ביסט געווען דער אייציגער פון די חברי הפורום וואס האבען יענעם מחזק געווען.
???????????????????
איינער ווייסט פון וואס די רעדצט איך נישט!
(אויב מיינסטו דעי אלע נייע פון פאליטיק איז נאר נארמאל עס צו שטיצען אבער ס'איז נישט קעגן קיינען ח"ו.)
|
|
|
|
|