| נשלח ב-25/12/2005 18:47 |
|
| |
כ"א כסליו
ווי אזוי איז געווען כ"א כסליו אין וומסב"ג???
אין קר"י בין איך געווען,איך וויל הערן ווי אזוי אין די שטאט איז געווען,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:01 |
|
| |
צו ווייסט איינער אויב שאול פערלשטיין האט דארט גערעדט ?
איך האב געהערט אז יא, אבער אין איד שטייט עס נישט, פארוואס ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:20 |
|
| |
איך בין נאך שולדיג א באריכט פון די פאריגע וואך פון די געהויבענע סעודה כ"א כסליו, וואס איך האב געהאט די זכי' זיך צו באטייליגן ביי די געהויבענע דרשה פון כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א - און איך דריק דא אויס אן עפנטליכן דאנק פאר מיין חבר וואס האט מיר געשלעפט צו קומען (כ'האף נאר אז ער זעט עס נישט...).
איך בין אנגעקומען הארט פאר די דרשה פון רב שליט"א, אזוי אז כ'קען נישט איבערגעבן קיין פרטים פון פריער, אבער לויט די טעצער פיש, און די אנדערע זייט די פלייש און קוגל, וואס איז איבערגעבליבן אינדרויסן פאריתומ'ט, האט אויסגעזען ווי אינעווייניג איז ממש ליידיג.
איך האב שוין אנגעהויבן איינזינקען פאר בושה נאך איידער איך בין אריין, ווער ווייסט מיט וואספארא מחזה איך גיי זיך באגעגענען, וואס וועל איך מארגן ענטפערן פאר די זאלי'ס וואס כ'על טרעפן וכו' וכו' וכו' - איך לאז איבער פאר אייער פאנטאזיע צו פארענדיגן.
ווען כ'בין אריינגעקומען האב איך ערשט אנטפלעקט די ריכטיגע סיבה פאר די פולע טעצער פלייש און קוגל, דער ביהמ"ד איז געווען געשטאפט עד אפס מקום, מען האט זיך ממש נישט געקענט רירן פון איין עק צו די אנדערע, ווער רעדט פון אריינברענגען עסן אד"ג, קוים מיט צרות איז מיר געלונגען זיך אריינצושטופן ביי די זייט, כאטש צו קענען שטיין און מיטהאלטן.
ווען כ'בין אנגעקומען אינעווייניג בין איך ווידער געווארן איבערראשט צו זען דאס פראכטפולע בילד - וואס איך האב שוין אזויפיל מאל געזען און יעדעס מאל נעמט עס מיר איבער פונדאסניי - דאס זענען די ריזיגע פארענטשעס געפאקט מיט הונדערטער בחורי חמד פון גרעיטער ניו יארק, א מראה וואס ברענגט ארויף אין קאפ רוישיגע געפילן פון שמחה (ביי אנדערע פון עפעס אנדערש), בליעה"ר כ"י.
דער אנהייב פון די דרשה קען איך איבערגעבן נאר אין "אבסטראקט" שפראך, פונקטליך אזוי ווי זי איז מיר אריין אין מח, נאך אלעם איז שווער זיך צו קאנצענטרירן גלייך ווען מען שלעפט אריין דעם צובראכענעם זעקל ביינער, עפעס האט זיך געהערט אזוי: שכירות משתלמת מתחילה ועד סוף, יוסף, שבטים, בן נח, ישראל, אחות אשתו, ואידך פירושא זיל גמור...
שפעטער האט דער רב געזאגט א הערליך ווארט איבער ווי ווייט דאס התבדלות פונעם גוי איז שוין דאן געווען א יסוד אין אידישקייט, און אן דעם קען מען נישט זיין קיין איד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:25 |
|
| |
דערנאך האט דער רב איבערגעגעבן וואס עס גייט פאר אין ארץ ישראל, ווי די ציונים ימ"ש האבן זיך אונטערגענומען א קאמף צו ענדיגן דעם פלאן פונעם גרינדער, בן גוריון ימ"ש, וואס דאס איז צו אונטערברענגען דאס גאנצע ארטאדאקסישע אידנטום דורך אריינרוקן - צוביסלעך - זייערע לימודי כפירה, אונטער דעם טרויעריג בארימטן תכנית הליבה.
יעצט האט זיך אנגעהויבן די ערשטע פאזע - וואס איז אבער גלייכצייטיג די וויכטיגסטע - און דאס איז די מבחני מיצ"ב (מיט א חיריק אדער א צירי...), ד.ה. וואס זיי שיקן אראפ זייערע אייגענע פארהערער צו זען ווי גוט מען קען די לימודי חול, וואס דאס וועט מיט די צייט מאכן די לימודי חול פאר א עיקר און די לימודי קודש פאר א טפל רח"ל.
דער רב האט דערציילט, אז מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען ביי אים איינער פון די גרויסע קנאקער'ס ביי די רעליגיעזע פארטייען (דאס איז דער יושב ראש פונעם חינוך עצמאי, אברהם יעקב לייזערזאן, דער געוועזענער חבר הכנסת, וואס ר' זלמן לייב האט געשמייכלט צו זיינע הענט ביי די הכנסת ס"ת פון גארפינקל, תשנ"ט...), וואס האט זיך באקלאגט אז דער מצב איז שרעקליך, און אז זיי ווייסן אליינס נישט וואו דאס וועט זיך ענדיגן.
יענער האט זיך אויסגעדריקט, אז מען זעט בחוש אז דער סאטמארער רבי זי"ע איז געווען גערעכט, און ער האט זיך געוואונדערט פון וואו דער רבי זי"ע האט געוואוסט פאראויס צו זאגן אזוי פונקטליך וואס עס וועט געשען.
(וואס דער רב האט אויסגעלאזט איז אבער, אז עס טוט זיך א גאנצע איבערקערעניש צווישן די פרומע דעריבער, און הרב שטיינמאן שטיצט יא די פארהערן - ווייל ער האט מורא אז אויב נישט וועלן די בודזשעטן נישט ליגן אונטער זיינע ארעמעס, ווייל מען וועט שוין נישט דארפן צוקומען צו די חברי הכנסת - און הגרמי"ל לעפקאוויטש, פון די ראשי ישיבה אין פאנעוויזש, איז כמעט עפנטליך ארויסגעטרעטן אקעגן שטיינמאן צוליב די גזירה נוראה)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:26 |
|
| |
סקאט מאלן איז געווען אין וומ"ס כ"א כסלו
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:34 |
|
| |
המשך:
דערנאך איז דער רב שליט"א צו רעדן איבער די פרישע גזירה וואס איז נתעורר געווארן אויף אידן דא אין ניו יארק, אין די פרייע מדינה פון אמעריקע.
דער רב האט באטאנט, אז כאטש עס זעט אויס ווי דאס איז אן אומשעדליכע רעקאמענדאציע, איז דאס אבער אין פאקט א באהאלטענע עפענונג פון וואו מען קען צוקומען צו א שרעקליכע מצב.
ראשית, וועלן אלע דאקטוירים אין ניו יארק אנווארענען יעדע קימפעטארין, אין דעם הילפסלאזן דערשראקענעם מצב וואס זי געפינט זיך, אז דאס איז א סכנה ח"ו, און עס וועלן זיכער זיין אסאך מאמעס וואס וועלן לכבוד דעם זיך צוריקהאלטן פון מאכן מציצה בפה.
ווי אויך איז דאס נאר א התחלה, און עס איז כמעט זיכער אז דער געפלאנטער ענדגילטיגער ציל איז צו פארבאטן גענצליך די גאנצע מצוה פון מציצה בפה !
ער האט ארויסגעברענגט, אז אסאך אינשורענס קאמפאני'ס וועלן אנהייבן מאכן פראבלעמען - אויף א גאנץ לעבן ! - אויב זיי וועלן הערן אז מען האט געמאכט מציצה בפה (ווי טענדלער האט מיט זיין קראנקהאפטן מח לעצטנס 'ערפינדן', אז טייל לערנען פעלערן קומען פון דעם...). אזוי אויך איז מעגליך אז עס וועלן זיין קלאגעס פון 'טשיילד אביוז' אויף עלטערן וועלכע האבן געמאכט מציצה בפה, אויב עס וועלן ח"ו זיין די מינדסטע קאמפליקאציעס !
צווישן די ווערטער האט דער רב אויסגעדריקט זיין ווייטאג אקעגן געוויסע עסקנים אין שטאט, וועלכע צוליב זייער כבוד המדומה און כדי צו קענען האבן שרייענדע העדליינס איבער א ראלי וכדו', האבן נישט גענוג פעסט באטאנט דעם פראבלעם, און זיי האבן נישט געבעטן קיין שריפטליכע צוזאגן פונעם מעיאר אז ער וועט עס נישט ארויסטרעטן אקעגן די מצוה אד"ג.
דער רב האט אויסגעפירט, אז עס איז קלאר אז א מצוה וואס די תוה"ק האט אונז באפוילן, איז אוממעגליך אז עס זאל ברענגען א סכנה ח"ו.
מיט פלאמפייערדיגע דיבורים, וועלכע האבן יורד געווען לחדרי בטן פון אלע אנוועזנדע, האט דער רב גערופן דעם ציבור צו זיין גרייט פאר א קאמף, און זיך אונטערנעמען גרייטקייט ביז מסירות נפש - אויב עס וועט ח"ו אויספעלן - נישט צו דערלאזן אז מען זאל מבטל זיין א חלק פון די מצות מילה !
דער רב האט פארענדיגט, אז דאס איז געווען דער עיקר ציל פון רביה"ק זי"ע, אז מען זאל וויסן אז מיר טארן נישט משנה זיין קיין קוצו של יו"ד, אפילו אויף די טריפה'נע גאסן פון אמעריקע, און דאס דארפן מיר זיך פארנעמען אין אזא געהויבענען טאג צו גיין אין זיינע דרכים מיט אלעם וואס ער האט פון אונז פארלאנגט.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 25/12/2005 21:35:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:40 |
|
| |
נאך די פייערדיגע דרשה האט דער גאנצער עולם זיך ארויסגעלאזט אין א התלהבות'דיגן טאנץ אויף די באקאנטע ניגונים, ספעציעל איז דאס הארץ געוואקסן פאר נחת דקדושה ביים זען די הונדערטער באחנ'טע בחורים טאנצנדיג מיט אן אש קודש, ווען עס איז ניכר אז זיי שפירן באמת די שמחה פון כלל ישראל מיט דעם געהויבענעם טאג.
דערנאך איז מען געגאנגען בענטשן, און די בחורים זענען ווייטער געבליבן אויף די ברענטשעס טאנצן, ווען איך בין אוועקגעגאנגען האט מען געהאלטן אינמיטן א ברענענדיגן "יחי אדונינו" (די געגנב'עטע...).
אשרי עין ראתה כל אלה !
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 02:41 |
|
| |
איך הער פון א"י אז דער ירושלימ'ער רב האט זיך נישט געוואלט באטייליגן ביי די מסיבת כ"א כסלו וואס די זאליס האבן געמאכט, און ער איז אוועק געפארן קיין בית שמש אין יענע נאכט.
|
|
|
|
|