| נשלח ב-25/12/2005 19:07 |
|
| |
עניני חנוכה
א) פון ווען הייבט זיך אהן די צייט צו צינדען חנוכה לעכט?
ב) וואס קומט קודם מעריב אדער חנוכה לעכט? און פארוואס (2 טעמים)?
ג) ווען איז די בעסטע צייט אנצוגרייטען די מנורה?
ד) פון ווען טאהר מען נישט אנהייבן א מלאכה אדער א סעודה?
ה) ווען צינדט מען אין שוהל, פאר מעריב אדער נאך? און פארוואס?
ו) ווי פלעגט מען אמאהל אוועקשטעלען די מנורה? און פארוואס טוט מען דאס נישט היינט?
ז) פארוואס שטעלט מען די מנורה נאר ביז א טפח אוועק פון די טיר און נישט ווייטער?
ח) פארוואס שטעלט מען די מנורה ביי די לינקע זייט פון די טיר?
ט) ווי איז די בעסטע פלאץ צו שטעלען די מנורה צווישען _________ טפחים, און _________טפחים.
י) וויפיל אינטשעס איז _________ טפחים, _________ לחומרא, _________לקולא_________.
יא) וויפיל אינטשעס איז _________ טפחים, _________ לחומרא, _________לקולא_________.
יב) אויב מען שטעלט די מנורה העכער _________אמות, איז מען נישט יוצא.
יג) אויב מען פארגעסט צו מאכען א ברכת שהחינו די ערשטע נאכט, וואס זאל מען טוהן?
יד) ווען הייבט מען אהן צו זאגען "הנירות הללו" ביים צינדען?
טו) פארוואס איז די בעסטע צו צינדען מיט שמן זית און צמר גפן. (2 טעמים)
טז) אויב מען האט נישט קיין שמן זית און צמר גפן, וואס זאל מען טוהן?
יז) מען דארף אריינלייגן גענוג אויל אז עס זאל ברענען __________________
יח) וואס זאל מען טוהן אויב די מנורה לעשט זיך אויס פאר די צייט? בדיעבד און לכתחלה?
יט) וואס זאל מען טוהן אויב עס בלייבט איבער אויל?
כ) און אויב עס בלייבט איבער אויל די לעצטע נאכט?
כא) פארוואס טאהר מען זיך נישט באנוצען מיט די לעכטיגקייט פון די מנורה?
כב) אויב א מענטש שטייט איין ביי א צווייטע מענטש וואס זאל ער טוהן, בנוגע צו נר חנוכה?
כג) ווען צינדט מען ערב שבת? און ווען צינדט מען מוצאי שבת?
כד) וואס טוט מען אויב מען פארגעסט על הניסים ביים בענטשען?
כה) וואס טוט מען אויב מען פארגעסט על הניסים ביים דאווענען?
כו) פארוואס איז חנוכה אנדערש ווי פורים בנוגע צום סעודה?
כז) פארוואס עסט מען מילכיגס חנוכה?
כח) פארוואס שפילט מען דרידל חנוכה?
כט) פארוואס ארבייטן נישט די פרויען בשעת די מנורה ברענט (דער ערשטע האלבע שעה)?
הצלחה רבה!!!!
שם: ________________________________ % __________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:11 |
|
| |
נח הצדיק האט געהאט דריי זוהן, שם, חם, און יפת. "יפת" דער עלטסטער זוהן, (כאטש ער איז אויסגערעכנט אין דער פסוק דער לעצטער, איז ער געווען דער עלטסטער עי"ש) האט געהאט פיהר זוהן. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית י, א-ב): "וְאֵלֶה תּוֹלְדֹת בְּנֵי נֹחַ, שֵׁם חָם וָיָפֶת..... בְּנֵי יָפֶת, גֹמֶר וּמָגוֹג וּמָדַי וְיָוָן". דער פערטער זוהן, "יָוָן" איז געווען דער וואס האט אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט די מעכטיגע יְוָנִישֶׁער (גריכישער) קעניגרייך. טויזענט זיבען הונדערט יאהר איז באשטאנען "מַלְכוּת יָוָן" אויף די וועלט, ביז אין די טעג פון אלכסנדר מוקדון דער קעניג פון יָוָן, איז דאס געווען דער שטארקסטער קעניגרייך פון די וועלט, דורך דעם וואס ער האט איינגענומען פוהל לענדער און פעלקער.
אין די תורה שטייט אז נח האט געבענטשט יפת (בראשית ט-כז), "יַפְתְּ אֱלֹקִים לְיֶפֶת", אז ער מיט זיינע קינדער ביז סוף פון די דורות וועלן געבענטשט ווערן מיט שיינקייט און קְלוּגְשַׁאפְט. אלכסנדר מוקדון האט באזעצט די הויפט-שטאט פון יָוָן פוהל חכמים און געלערנטע מענטשן, און ביז א קורצער צייט האט ער געטוישט די הויפט-שטאט, און שפעטער אויך די גאנצע לאנד, פאר א צענטער פון קלוגשאפט און לֶערְנוּנְגֶען. פון דעמאלס אהן, איז באקאנט געווארען זיינע חָכְמוֹת אלץ "חָכְמוֹת יְוָנִית". יעדע לאנד וואס ער האט איינגענומען, האט ער געטוישט און אֵיינְגֶעפִיהְרְט זיינע לֶערְנוּנְגֶען און גֶעזֶעצֶען.
אין די צייט פון די צווייטע בית המקדש איז ארץ ישראל געווען אונטער די הערשאפט פון פרס. נאך דעם וואס אלכסנדר מוקדון האט איינגענומען די קעניגרייך פון יָוָן, זענען די אידן אריבער געגאנגען פון אונטער די הערשאפט פון די פַּרְסִיִים צו די הערשפאט פון אלכסנדר מוקדון. עס איז באקאנט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין די גמרא, אז ווען אלכסנדר מוקדון איז געקומען קיין ארץ ישראל, האט ער זיך באגעגענט מיט שמעון הצדיק און זיינע תלמידים, און עס האט אנגעהויבן צו הערשן צווישן זיי א שטארקע ליבשאפט. פון דעמאלס אהן, האט ער זיך אוֹיפְגֶעפִיהְרְט צו די אידן מיט חסד און רחמנות. און ווילאנג ער האט געלעבט, האט נישט געהערשט קיין שום געפאר אויף די אידן.
נאך די טויט פון אלכסנדר מוקדון, האט זיך זיין קעניגרייך צוטיילט, און יעדער איינער פון זיינע מִינִיסְטָארֶן האבן זיך גענומען עטליכע לענדער צו הערשן אויף זיי. יעדער מיניסטער האט געוואלט אֵיינְנֶעמֶען די לענדער פון דעם צווייטן מיניסטער. דער רשע אנטיוכוס איז געווען פון די מִינִיסְטָארֶן, און איהם איז געלונגען אֵיינְצוּנֶעמֶען ארץ ישראל.
אנטיוכוס הרשע האט ווייטער פָארְגֶעזֶעצְט מיט די ארבעט פון אלכסנדר מוקדון צו מאכען געוועלטיגען די "חָכְמוֹת יְוָנִית" און זייערע אוֹיפְפִיהְרוּנְגֶן און גֶעזֶעצֶען אין אלע זיינע לענדער. אויך אין ארץ ישראל האט ער אנגעהויבן מיט א מלחמה פון אויסרייסען חס ושלום די תורה און מצוות און אויסלערנען יעדעם איינעם זיינע "חָכְמוֹת".
"חָכְמוֹת יָוָן" און להבדיל אונזערע הייליגע תורה זענען צוויי זאכען וואס קענען נישט זיין צוזאמען, ווייל איינס איז פונקט פַארְקֶערְט פון דעם צווייטען. די הייליגע תורה לייגט א שטארקע מחשבה אויף יעדעם איינעמס נשמה און רוחניות'דיגע לעבן, אבער די "חכמת יָוָן" איז געשטעלט אויף די גשמיות'דיגע לעבן פון דעם גוף, אזוי ווי למשל: שפילען און גשמיות'דיגע בַּאקְוֶועמְלִיכְקֵייטֶן פון דעם לעבן. צו לעבן צוזאמען מיט די צוויי סארט חָכְמוֹת איז נישט מעגליך דערפאר האט זיך אנגעהויבן א מלחמה צווישן די אידן און די מיליטער פון אנטיוכוס.
אויף די יאהרן, זאגט דער מדרש אין פרשת בראשית, אויף דעם פסוק: "וְחֹשֶׁךְ עַל פְּנֵי תְהוֹם", אז דאס גייט ארויף אויף "מַלְכוּת יָוָן" וואס האט פינסטער געמאכט די אויגן פון די אידן, ווייל זיי האבן באפוילען די אידן אויפצושרייבען אויף די הערנער פון זייערע אקסען: "אֵין לָנוּ חֵלֶק בְּאֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל" (מיר האבן נישט קיין חלק אין דעם באשעפער פון די אידן חס ושלום).
אנטיוכוס הרשע האט אויפגעבויט אין יעדע שטאט פון ארץ ישראל, שפיל פלעצער און טמא'נע צוזאמקום פלעצער, דורך דעם איבער צו רעדן די אידן אז זיי זאלען פארלאזען די תורה און זיך אנבינדען אין זייער גְלוֹיבּוּנְג. אבער די אידן, האבן זיך צוריק געשלאגען און געשטעלט מיט זייערע גאנצע כוחות קעגן אנטיוכוס הרשע.
ליידער האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן אידן דערנענטערן צו די שמוציגע ערטער. די אידן האבן נישט געקענט ביישטיין קעגן זייער יצר הרע. און בעיקר זענען דאס געווען יונגע אידן וואס האבן זיך געגלוסט צו די אלע גֶעשְׁמַאקֶע און אֵיינְגֶענֶעמֶע בַּאקְוֶועמְלִיכְקֵייטֶן. און מיט די צייט, האבן זיך נאך אידן אנגעהויבן צו בַּאהֶעפְטֶען צו די אלע ערטער און אפגעלאזט די תורה און מצוות. די אלע אידן האבן אנגעהויבן צו לייקענען אין דעם באשעפער, און זיך געטוישט זייערע נעמען, קליידונג און גערעדט די גריכישע שפראך (שם לשון מלביש). נאך א פָּאהְר יאהר, איז אוֹיסְגֶעוַואקְסֶן א גאנצע דור פון פרייע זינדיגע אידן וואס די ערליכע אידן האבן אנגערופען: "מִתְיַוְנִים". דאס מיינט, אידן וואס זענען ליידער געווארען אזוי ווי די יְוָנִים.
אנטיוכוס הרשע איז נאך נישט צופרידען געווען מיט וואס ער האט דערגרייכט, ער האט געוואלט אז אלע אידן זאלן חס ושלום ווערן "מִתְיַוְנִים". ווייל ער האט געוואוסט אז ווי לאנג עס וועלן נאך איבער בלייבן אביסל ערליכע אידן וואס די תורה איז זייערע וועג-ווייזער, האט ער נאך נישט באזיגט די אידישע תורה און זייער גְלוֹיבּוּנְג. דערפאר האט ער באשלאסען צו גיין אין א מלחמה מיט די אִיבֶּערְגֶעבְּלִיבֶּענֶע ערליכע אידן און זיי אונטער דרוקען מיט שווערע גזירות און ביטערע גֶעזֶעצֶען.
צווישן די גזירות וואס ער האט געמאכט, זענען געווען דריי זאכען: "שבת" - פון היינט אהן טאר מען נישט אָפְּהִיטֶען שבת קודש. "מילה" מען טאהר נישט מאכן א ברית מילה אויף א ניי גֶעבּוֹירֶענֶעם יונגל, "חודש" - דער בית דין טאר שוין נישט מקדש זיין דעם חודש, און דורך דעם וועט מען שוין נישט קענען בַּאשְׁטִימֶען ווען עס געפאלען די אלע ימים טובים. זיי האבן געזאגט אז וועמען מען וועט געפינען וואס האלטען יא "שבת חודש און מילה" וועט מען הרג'נען.
ער האט פּוּנְקְט אויסגעקליבן די דריי מצוות, ווייל אין זיי איז אָנְגֶעהָאנְגֶען די גאנצע תורה און אידישקייט.
כדי צו זיין זיכער אז די אידן היטען אפ זיינע גֶעזֶעצֶען, האט ער ארויס געשיקט זיינע מיליטער, אוֹיפְצוּפַּאסֶען אז זיי זאלען דאס אֵיינְהַאלְטֶען. צו דעם אויך, זענען זיינע מיליטער געגאנגען אֵיינְנֶעמֶען דעם בית המקדש און מבטל זיין די אלע קרבנות. זיי האבן אנגעמאכט דרייצען שְׁפַּאלְטֶענְס אין איינע פון די ווענט פון בית המקדש, און אין הויף האבן זיי אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט א מזבח מקריב צו זיין קרבנות פאר זייערע עבודה זרה. און זיי האבן טמא געמאכט אלע אוילען וואס האבן זיך געפונען אין בית המקדש.
די ערליכע אידן און יראי ה', האבן זיך אויסגעלאכט פון די נארישע גזירות, און מיט גרויס מסירות נפש האבן זיי אָפְּגֶעהִיטֶען אויף די הייליגע פייער פון די תורה אז עס זאל זיך נישט פַארְלֶעשֶׁען. מיט עֲזוּת און פעסטקייט, האבן זיי בַּאהַאלְטֶענֶערְהֵייט ווייטער אָפְּגֶעהִיטֶען שבת און מל געווען זייערע קינדער און מקדש געווען די חודש. פוהל פון די ערליכע אידן זענען ארויס געגאנגען וואוינען אין די מִדְבָּרִיוֹת און זיך באהאלטען אין די היילען. דארט האבן זיי זיך אֵיינְגֶעזַאמֶעלְט צו לערנען תורה און טוהן מצוות.
אין מדרש ווערט דערציילט א מעשה, אז אמאהל האבן די מיליטער געפונען טויזענט אידן וואס האבן אָפְּגֶעהִיטֶען שבת אין א הייל. זיי האבן זיך אנגערופען צו די אידן, אז אויב זיי וועלן פון דארט ארויס קומען און זיך אונטער געבן צו זיי און אָנְנֶעמֶען זייערע גְלוֹיבּוּנְג, דעמאלס וועלן זיי גארנישט טוהן, אבער אויב נישט, וועלן זיי אלע פארברענט ווערן לעבעדיגעהייט. די אידן האבן נישט געפאלגט, און די יְוָנִים האבן אנגעצינדען א פייער ביי די עפענוג פון דעם הייל, און אלע טויזענט אידן זענען נעבעך פארברענט געווארען.
איינע פון די הויפט בַּאהֶעלְטֶענִישֶׁן פון די ערליכע אידן, איז געווען אין א ווייטע און קליינע דארף מיט דעם נאמען: "מוֹדִיעִין". דער הויפט פון די אידן איז געווען מַתִּתְיָהוּ כהן גדול מיט זיינע פינף זוהן: יהודה, יוחנן, שמעון, אליעזר, און יהונתן.
ווען מ'האט דערציילט פאר אנטיוכוס אז ערליכע אידן באהאלטען זיך אין דעם דארף און היטען אפ די תורה, האט ער געשיקט זיינע סָאלְדַאטֶען זיי צו כאפען און צְוִוינְגֶען צו שְׁמַדְ'ן און אָנְנֶעמֶען זיינע גֶעזֶעצֶען.
א גרופע סָאלְדַאטֶען זענען אנגעקומען אין דעם דארף, און ווי זייער שטייגער האבן זיי באלד אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט אינמיטען דארף א מזבח מקריב צו זיין קרבנות פאר זייער עבודה זרה. זיי האבן אֵיינְגֶעזַאמֶעלְט אלע מענטשן פון דעם דארף, און וויבאלד מַתִּתְיָהוּ איז געווען דער הויפט, האבן זיי איהם באפוילען זיך צו ביקען צום ערשט צו די עבודה זרה. און ווייל ער וועט זיך ביקען וועלן איהם אלע אנדערע אידן נאכטוהן.
פארשטייט זיך אליין אז מַתִּתְיָהוּ האט בשום אופן נישט געוואלט דאס טוהן. אבער איינער פון די "מִתְיַוְנִים" וואס האט זיך דארט געפונען איז ארויף געגאנגען אויף דעם מזבח און גע'שחט'ן א חזיר פאר די עבודה זרה. מַתִּתְיָהוּ האט דאס צוגעזעהן, און עס האט איהם אָנְגֶעפוּהְלְט זיין הארץ מיט צארן. ער איז באלד ארויף געלאפען אויף דעם מזבח, און פון זיין טאש ארויס גענומען א מעסער און פלינק אָפְּגֶעהַאקְט דעם קאפ פון דעם "מִתְיַוְן" אויף די גע'שחט'ענע חזיר.
די ערליכע אידן האבן דאס אלעס געזעהן, און א נייע גייסט פון הייליגע נקמה איז אריין אין זיי, און זיך אנגעהויבן צו שלאגען מיט די יְוָנִים, און זיי אלע אוֹיסְגֶעהַרְגֶ'עט.
מַתִּתְיָהוּ האט געוואוסט אז אויב ער וועט נישט צוזאמען נעמען די אלע אִיבֶּערְגֶעבְּלִיבֶּענֶע ערליכע יודן, און זיך אִינְאֵיינֶעם שלאגען מיט די יְוָנִים, דעמאלס איז זיין בַּאזִיג פארלוירן און די יְוָנִים וועלן זיך שטארקן איבער איהם. דערפאר איז ער ארום געגאנגען צו אלע ערטער און מִיטְגֶענוּמֶען מיט זיך אלע ערליכע אידן, און געשטארקט זייער צוּבְּרָאכֶענֶע הערצער און גֶעטְרֵייסְט זיי זאלען זיך פַארְלָאזֶען אויפן באשעפער וואס וועט זיי זיכער העלפן פון די רשעים.
א קורצע צייט נאך דעם וואס מַתִּתְיָהוּ האט אֵיינְגֶעזַאמֶעלְט אלע ערליכע אידן, איז ער נפטר געווארען. זיין זוהן יהודה איז געווארען דער פיהרער, און ווייטער אנגעפיהרט מיט די מלחמה. אויף די פָאהְן וואס מ'האט געהאלטען פון פאראויס, איז געווען אויפגעשריבן די אותיות "מכבי", די ראשי תיבות פון פסוק "מי כמוך באלים י' (השם)". און פון דעמאלס אהן האט מען איהם אנגערופען "יהודה הַמַכַּבִּי".
יהודה הַמַכַּבִּי האט אוֹיסְגֶעשְׁטֶעלְט זיינע מענטשן ווי א עכטער מיליטער, און זיי איינגעטיילט אין גרופען, און העכער יעדע גרופע געשטעלט א פיהרער. יעדע קורצע צייט האט ער געשיקט א גרופע צו באפאלען שטילערהייט א גרופע יונישע סָאלְדַאטֶען, און מיט די הילף פון דעם אייבערשטען איז איהם געלונגען צו הרג'ענען די יְוָנִים און אוועק צו רויבען זייער אלע געווער וואס זיי האבן גענוצט קעגן די אידן, און ער האט דאס אוֹיסְגֶעטֵיילְט פאר זיינע מענטשן.
איידער יעדע אִיבֶּערְפַאל אויף די יְוָנִים, האט יהודה הַמַכַּבִּי מתפלל געווען פארן אייבערשטען אז ער זאל מצליח זיין זיינע וועגען. און ב"ה זענען זיינע תפילות אנגענומען געווארען.
אין יעדע ארט ווי זיי זענען אנגעקומען און אויסגעהרג'עט די יְוָנִים, האבן זיי באלד אוֹיסְגֶערֵיינִיגְט די אלע עבודה זרה'ס און טמא'נע ערטער.
ווען ס'איז אנגעקומען די שלעכטע נייעס צו אנטיוכוס וואס עס איז געשעהן מיט זיינע מיליטער, האט ער פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס ווייטער אזוי צולאזען, דעמאלס ביז א קורצע צייט וועלן אלע זיינע סָאלְדַאטֶען פארטריבען ווערן פון ארץ ישראל. האט ער באשלאסען צו שיקען זיין גרעסטע גענעראל מיט א גרויסע מיליטער וואס האט געציילט פיפציג טויזענט סָאלְדַאטֶען. זיי זענען אלע געווען בַּאוָואפֶענְט מיט די בעסטע געווער, און געריטען אויף הויכע עֶלֶעפַאנְטֶען וואס ווערן ספעציעל גענוצט פאר מלחמות. קעגן זיי איז געשטאנען יהודה הַמַכַּבִּי מיט א קליינע מיליטער וואס האט געציילט נישט מער ווי זיבען טויזענט סָאלְדַאטֶען, אבער פוהל מיט בטחון אין באשעפער.
יהודה הַמַכַּבִּי האט געוואוסט אז נארמאל קען ער נישט בַּאזִיגֶען אזא גרויסע און מעכטיגע מיליטער, און מ'מוז האבן גרויס רחמי שמים. האט ער אויסגערופען א טאג פון פאסטען און תשובה. און געבעטן אז יעדער זאל מתפלל זיין צום אייבערשטן אז ער זאל זיי העלפן. נאכ'ן פאסטען, האט יהודה הַמַכַּבִּי געלייענט אין די תורה די פסוקים וואס שטייען אין פרשת שופטים, וואס דער כהן גדול דארף לייענען ווען מען גייט ארויס אין א מלחמה.
אין צווישן האבן די יְוָנִים דֶערְגְרֵייכְט ארץ ישראל, און זיך בַּאפֶעסְטִיגְט נעבן די ברעג פון דעם ים. זייער פלאן איז געווען צו קומען אויף די בערג ווי יהודה הַמַכַּבִּי האט געוואוינט, פלוצלינג און שנעל, אזוי אז ער וועט נישט זיין אנגעגרייט זיך צוריק צו שלאגען. אבער דער אייבערשטער האט געהאלפן און אריין געשיקט א קלוגע מחשבה און יהודה'ס מוח, און שטילערהייט איז ער באפאלען די מיליטער פון די אנדערע זייט פון ווי זיי האבן זיך נישט גֶערָאכְטֶען.
די פַּאסִירוּנְג האט אויפגעוועקט גרויס אִיבֶּערַאשׁוּנְג צווישן די גענעראלען און די טויזענטע סָאלְדַאטֶען, אז פאר שרעק און ציטער האבן זיי אנגעהויבן צו אנטלויפען פאר זייער לעבן. יהודה הַמַכַּבִּי און זיינע סָאלְדַאטֶען האבן נָאכְגֶעיָאגְט נאך זיי און זיי אלע פארטיליגט ביז צו דעם לעצטען סאלדאט.
ווען זיי זענען צוריק געקומען פון די מלחמה, האט יהודה הַמַכַּבִּי געזעהן אז מיט די הילף פון דעם אייבערשטן איז קיין איין סאלדאט פון איהם נישט גֶעהַרְגֶ'עט געווארען. ער האט אריין געטראכט און געזעהן דעם גרויסן נס און חסדים פון באשעפער, אז אזא קליינע מיליטער מיט אזוי ווייניג געווער, האט געקענט בַּאזִיגֶען אזא גרויסע און מעכטיגע מיליטער וואס האט געהאט די בעסטע געווער פון די גאנצע וועלט. און דערצו נאך, איז קיין איין סאלדאט פון איהם נישט אומגעקומען. זיי האבן געלויבט און געדאנקט דעם באשעפער פאר די גרויסע חסדים און ניסים וואס ער האט געטוהן.
נאך דעם וואס זיי האבן אוֹיסְגֶעלֵיידִיגְט די גאנצע לאנד פון די יְוָנִים, זענען זיי אנגעקומען קיין ירושלים און געזעהן מיט גרויס ווייטאג דעם ביטערן חורבן וואס זיי האבן אנגעמאכט אין ירושלים און אין דעם בית המקדש.
זייער צובראכען הארץ האט זיי נישט געלאזט צו לאנג קלאגען און טראכטען, און זיי האבן זיך באלד גענומען צו פַארֶעכְטֶען די אלע צוּבְּרָאכֶענֶע זאכען און מקריב זיין קרבנות. דעם מזבח וואס די יְוָנִים האבן דערויף מקריב געווען פאר זייער עבודה זרה, האבן זיי צוּבְּרָאכֶען און אוועק געפירט די שטיינער.
דער מעשה פון חנוכה איז געשעהן בשנת ג' אלפים תרכ"ב לבריאת העולם.
די טאג וואס זיי האבן צוריק אֵיינְגֶענוּמֶען ירושלים און דעם בית המקדש, איז געווען כ"ה כסלו. קרבנות האבן זיי שוין געקענט מקריב זיין, אבער עס האט נאך אויסגעפעלט אויל פאר די מנורה. ווייל אלע אויל וואס האט זיך דארט געפונען, האבן די יְוָנִים מטמא געווען. און נייע אויל האבן זיי נאך נישט געהאט. און עס דויערט אכט טעג ביז מען מאכט פרישע אויל.
דער אייבערשטער האט זיי געהאלפען אין זייער צרה, און מִיטְאַמָאהְל טרעפן זיי א פארמאכטן קריגעל מיט ריינע אויל, פַארְסְטֶעמְפֶּעלְט מיט דעם זיגעל פון דעם כהן גדול. אין די קריגעל איז אבער געווען גענוג אויל נאר פאר איין נאכט, און עס איז געשעהן א נס אז מ'האט געקענט צינדען פון דעם קריגעל פאר אכט נעכט, ביז מ'האט געהאט פרישע אויל.
דעם נעקסטען יאהר האבן די חכמים באשטימט די אכט טעג פון כ"ה כסלו פאר טעג פון לויב און געזאנג פארן באשעפער, און אנצוצינדען אכט לעכט, אלץ אנדענק פאר די גרויסע ניסים און חסדים.
נאך די מעשה פון חנוכה איז צוריק דער מלכות צו די יודען. מען האט געשטעלט א מלך אויף די יודען אויף מער ווי 200 יאהר, ביזן צווייטען חורבן בית המקדש.
אין די ווארט "חנוכה" זענען מרומז צוויי זאכען: 1) "חנו-כה". "חנו" - זיי האבן גערוהט פון די מלחמה, "כה" - אין כ"ה כסלו. 2) "חנוכה" איז ראשי תיבות: "ח' נ'רות ו'הלכה כ'בית ה'לל". אז די הלכה איז אזוי ווי בית הלל, אז די ערשטע נאכט צינדט מען אהן איין לעכט, און אזוי ווייטער, און אין די אכטע נאכט, אכט לעכט. און נישט אזוי ווי בית שמאי, וואס האלט אז די ערשטע נאכט צינדט מען אהן אכט לעכט, און אזוי ווייניגער און ווייניגער, ביז די לעצטע נאכט, נאר איין לעכט.
דער טעם פארוואס בית הלל האלט "מוסף והולך" ווייל מעלין בקודש ולא מורידין.
אין מדרש שטייט אז די מלאכת המשכן האט זיך געענדיגט אין כ"ה כסלו, נאר דער אייבערשטער האט געווארט ביז ניסן, וואס דעמאלס איז יצחק געבוירען געווארן. האט דער אייבערשטער געזאגט: "עלי לשלם לכסלו" (איך דארף באצאלן פאר כסלו) האט דער אייבערשטער דאס באצאלט אין די צייט פון די חשמונאים, און ער האט דעמאלס נאכאמאהל באנייט די בית המקדש.
הלכות ומנהגי חנוכה
דיני הדלקת הנרות:
מען דארף געווארענט זיין שטארק אין נרות חנוכה, ווייל די גמרא זאגט "הזהיר בנרות הוין לי' בנים תלמידי חכמים, שנאמר כי נר מצוה ותורה אור" (דער וואס גיבט אכטונג צו האבן שיינע לעכט, וועט ער אין דעם זכות זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים) און רש"י זאגט דארט אז דאס גייט ארויף אויף די לעכט פון שבת און אויך פון חנוכה. (דאס איז אויך דער טעם פארוואס מען איז אזוי מקפיד צו האבן שיינע לעכטעלעך פאר שבת קודש, ווייל עס איז א סגולה פאר גוטע קינדער. אנדערע זאגן אז אויב מען נוצט שמן זית איז דאס א ספיציעלע סגולה פאר גוטע קינדער).
דער זמן פון אנצינדען די חנוכה לעכט, הייבט זיך אהן ביי דעם "צאת הכוכבים. צום ערשט דאווענט מען מעריב, ווייל מעריב זאגט מען שטענדיג יעדען טאג, און חנוכה לעכט איז נישט שטענדיג, און די שטענדיגע מצוה דארף מען אייביג צום ערשט טוהן, (תדיר ושאינו תדיר, תדיר קודם). נאך א טעם, ווייל מען לייענט קריאת שמע ביי מעריב, און דאס איז א מצוה מדאורייתא, און "הדלקת הנרות" איז א מצוה מדרבנן.
לכתחלה דארף מען צונדען דער ערשטע האלבע שעה פון די נאכט וואס דאס איז דער שיעור פון "עד שתכלה רגל מן השוק", אבער אויב עס איז אריבער די צייט און ער האט נאכנישט אנגעצינדען קען ער אנצינדען א גאנצע נאכט, אפילו גאהר שפעט ביינאכט, און דעמאלס זאל ער אויך אריינלייגן געניג אויל אז עס זאל ברענען א האלבע שעה, כאטש עס איז נישט די ערשטער האלבע שעה פון די נאכט. אבער אויב קיינער איז שוין נישט אויף אין שטוב, און עס איז בכלל נישט דא קיין פרסומי ניסא מוז ער צונדען אהן א ברכה.
מען דארף אנצינדען די מנורה באלד נאך וואס מען קומט אהיים פון שוהל. דערפאר איז בעסער צוצוגרייטן די אויל און די קנויטען איידער מען גייט דאווענען מעריב. ווען עס קומט אהן די צייט פון "הדלקת הנרות" טאר מען גארנישט טוהן, אפילו נישט לערנען, נאר באלד אנצינדען די לעכט. עס איז אויך אסור אנצוהייבען א סעודה אדער אן ארבעט א האלבע שעה פאר עס איז די זמן פון "הדלקת הנרות", ווייל עס וועט זיך קענען פארשלעפען די סעודה אדער ארבעט, און עס וועט אריבער גיין די זמן פון "הדלקה".
יעדער איז מחויב אין "נרות חנוכה", סיי מענער און סיי פרויען, כאטש עס איז א מצות עשה שהזמן גרמא, וואס נארמאל איז "נשים פטורות" דאך דא זענען זיי מחויב, ווייל אויך אויף זיי איז נגזר געווארן די גזירות, קומט אויס אז דער נס איז זיי אויך געשעהן, אויך איז א חלק פון דעם נס געשעהן דורך א פרוי "יהודית". אבער פרויען זענען יוצא ווען דער מאן צינד די מנורה.
מען זאל איינזאמלען אלע מענטשען פון שטוב ווען מען גייט צונדען די לעכט, כדי אז עס זאל זיין "פרסומי ניסא".
נרות בבית המדרש:
דער מנהג איז צו צינדען לעכט אין בית המדרש, אבער דארט צינדט מען פאר מעריב, ווייל דעמאלטס געפונען זיך אלע מענטשן אין בית המדרש. און עס דארף זיין "פרסומי ניסא" (צו אנטפלעקן די נס פאר יעדעם איינעם).
מען מאכט א ברכה אויף די נרות פון שוהל וועגן פרסומי ניסא, פונקט ווי מען מאכט א ברכה אויף הלל אין שוהל.
די נרות אין שוהל צינדט מען אהן אויף די דרום זייט פון דער שוהל, אזוי ווי אין דער בית המקדש וואס דער מנורה איז געשטאנען אויף דרום זייט. די לעכט זאלען זיין אויסגעשטעלט פון מזרח צו מערב, אזוי ווי אין דער בית המקדש.
דער וואס צינדט אהן די לעכט אין שוהל זאל שטיין מיט זיין פנים צו צפון, און ער הייבט אהן צו צינדען פון די רעכטע זייט, וואס דאס איז נענטער צו די ארון הקודש, און די אנדערע טעג הייבט ער אהן פון די לינקע זייט, און ער צינט גייענדיג צו די רעכטע זייט (ארון הקודש).
מען איז נישט יוצא מיט די נרות פון שוהל, נאר מען מוז נאכאמאהל אנצינדען אין די היים.
אין שו"ת בנין שלמה ווערט געברענגט אז דער טעם פארוואס עס זענען דא וואס פירען זיך אויך אנצוצידען אין שוהל בייטאג לעכט, דאס איז כדי יוצא צו זיין דער שיטת הרמב"ם (פ"ג הל' תמידין ומוספין) אז בייטאג האט אויך געדארפט ברענען דער מנורה אין בית המקדש. (און דאס איז די הטבת הנרות, אנצוצינדען די לעכט, אויב עס האט זיך אויסגעלאשן).
מקום הנחת המנורה:
די גמרא זאגט אין מסכת שבת (דף כ"א:) אז מען דארף אוועק שטעלן די מנורה לעבען די טיהר פון דעם הויז פון דרויסען, דארט ווי מענטשן גייען אריבער. און עס דארף ליגען א טפח נאהנט צו די טיהר, ווייל אויב עס וועט זיין ווייטער אוועק פון טיר אינדרויסען וועט מען נישט וויסען אז דאס איז זיין מנורה.
די מנורה זאל שטיין ביי די לינקע זייט, כדי די מזוזה זאל זיין ביי די רעכטע זייט און די מנורה אויף די לינקע, אזוי וועט אויסקומען אז דער בעל הבית איז ארום גענומען מיט מצוות.
אין די צייט וואס די גוים האבן געמאכט א גזירה אז מ'טאהר נישט צינדען קיין לעכט, נאר אין זייערע טמא'נע קירכעס, האבן די אידן מער נישט געקענט אנצינדען די מנורה ביי די טיהר פון דרויסען, האבן די חכמים פון די פריערדיגע דורות מתקן געווען אז מ'זאל צינדען אינעווייניג אין הויז. אבער אפילו ווען מען צינדט אינעווייניג, זאל מען אויך אנצינדען ביי א טיר אויף די לינקע זייט. אויב מען קען זאל מען שטעלען די מנורה ממש "בחלל הפתח" דאס מיינט אינמיטן די שוועל.
אויב עס איז דא עטליכע וואס צינדען אין שטוב, זאל אויך איינער צינדען ביים פענסטער כדי אז עס זאל אויך זיין פרסומי ניסא פאר די "עוברים ושבים".
כדי צו וויסן פינקטלעך די פלאץ ווי די מנורה דארף ליגן, וועלען מיר צום ערשט אראפברענגען די שיעורים, כדי אז מען זאל קענען אויסרעכענען אלע שיעורים פון טפחים און אמות. דער חזון איש האלט אז ביי א מצוה דרבנן (למשל חנוכה) איז א טפח 3.78 אינטשעס, (9.62 סענטעמעטער) און ביי א מצוה דאורייתא (למשל דער שיעור פון ציצית) איז ער מחמיר אז א טפח איז 3.866 אינטשעס, (9.82 סענטעמעטער) און הרב א"ח נאה, אין זיין ספר שיעורי תורה האלט, אז א טפח איז אייביג 3 אינטשעס (2.54 סענטעמעטער). ווען מען וויל אויסרעכענען ווי גרויס א אמה איז, דארף מען צולייגען 6 מאהל אזוי פיל, ווייל עס איז דא 6 טפחים אין א אמה. [פון דא האבן מיר גענומען די שיעורים לקולא און לחומרה.]
די בעסטע וועג מקיים צו זיין די מצוה איז, צו שטעלן די מנורה העכער דריי טפחים פון די ערד און נידריגער פון צעהן טפחים. דאס מיינט צווישען בערך 12 אינטשעס און 30 אינטשעס לחומרה, און בערך צווישען 9 אינטשעס און 37 אינטשעס לקולא [אין ספרי קבלה ווערט געברענגט אז מען זאל צינדען די מנורה פוקט ביי 7 טפחים פון די ערד]
אויב מען לייגט דער מנורה העכער צוואנציג איילען איז מען נישט יוצא, ווייל אזוי הויך קען אן אויג פון א מענטש נישט דערגרייכען. דערפאר די מענטשן וואס וואוינען אין די הויכע שטאקען וואס זענען העכער צוואנציג איילען פון די גאס, זאלען בעסער נישט אנצינדען ביי דעם פענסטער, ווייל עס וועט נישט זיין "פרסומי ניסא", נאר ער זאל אין אזא פאל צינדען אין שטוב לעבן א טיר. צוואנציג איילען איז 30 פיס (אדער 39 פיס לקולא)
עס איז וויכטיג צו באמערקען, אז די אלע שיעורים מיינט מען די פלאץ ווי עס זאל זיין די פלאם. עס זענען דא וואס האלטען אז דער גאנצע מנורה דארף זיין ביי די ריכטיגע שיעור, דערפאר זענען דא וואס זענען מחמיר, און זיי נוצען א "וואנט מנורה" דאס הייסט, אז עס האט נישט קיין הויכע פיס, אזוי קען דער גאנצע מנורה זיין אין די ריכטיגע פלאץ.
מען זאל נישט שטעלן די מנורה אין א פלאץ וואס מען שטעלט די מנורה א גאנץ יאהר, כדי מען זאל דערקענען אז דאס איז נישט סתם א לעכט, נאר דאס איז די לעכט פון חנוכה.
מיר פסק'ענען "הדלקה עושה מצוה" און נישט "הנחה עושה מצוה", קומט אויס אז אויב דער מנורה איז "פונקט" געלעגן אין די ריכטיגע פלאץ (נישט לשם מצות חנוכה) קען ער דאס דארט אנצינדען, און ער דארף דאס נישט נאכאמאהל אהינלייגן לשם מצות חנוכה. דאך מוז ער אנצינדען די מנורה אין דעם פלאץ ווי ער גייט דאס אנצינדען, און נישט אנצינדען אינערווייניג און נאכדעם ארויסטראגן, ווייל דער וואס גייט זעהן וועט מיינען אז דאס איז נישט קיין "חנוכה לעכט" נאר ער טראגט ארום די לעכט פאר זיין אייגענע נוצען. וועגן דעם זאל מען בכלל נישט רוקען די מנורה דער ערשטער האלבע שעה וואס עס ברענט.
די לעכט דארפן זיין גלייך אין איין שורה, און נישט איינע העכער פון די צווייטע, אדער רונדיג, אדער איינע ארויס פון די שורה און די צווייטע אריין.
עס זאל זיין א ליידיגע פלאץ צווישען יעדן לעכט, כדי אז דער פלאם זאל זיך נישט דערנענטערען, און עס וועט ווערען ווי א מדורה.
די ליקוטי מהרי"ח ברענגט אראפ אז עס זענען דא וואס פירן זיך אנצינדען בגדי שבת צו חנוכה לעכט. אסאך צדיקים טוען אהן ממש בגדי שבת, אנדערע צדיקים טוען אהן א קאלפיק, און אנדערע האבן נישט געהאט די מנהג בכלל.
סדר הדלקת הנרות:
די ערשטע נאכט מאכט מען דריי ברכות פארן אנצינדען די לעכט: 1) אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של חנוכה. 2) שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה. 3) שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה. די אנדערע נעכט, מאכט מען נישט קיין "שהחיינו". אויב מען האט פארגעסן די ערשטע נאכט "שהחיינו", זאגט מען דאס די אנדערע נאכט.
די ערשטע נאכט צינדט מען אהן די לעכט פון די רעכטע זייט פון די מנורה. די צווייטע נאכט פארמערט מען נאך א לעכט, אזוי ווי בית הלל האלט. מען הייבט אהן די נייע לעכט פון די לינקע זייט, (דאס מיינט דער לעכטל דערנעבן) און דערנאך די ערשטע לעכט. און אזוי יעדע נאכט הייבט מען אהן ביי די לינקע זייט און מען גייט צו די רעכטע. ווייל שטענדיג דארף מען זיך אומקערן צו די רעכטע זייט.
דער טעם פארוואס מען צינט אייביג אהן די נייע לעכט, ווייל דאס איז די מערסטע באליבט, ווייל דאס באווייזט אויף דעם "התגברות הנס" וואס האט זיך באוויזען אין יענעם טאג.
נאכ'ן צינדען, זאגט מען דעם נוסח פון "הנרות הללו". מען זאגט דאס נאך דעם וואס מ'האט שוין אנגעצינדען איין פלאם. מען זאגט דאס אין די צייט וואס מען צינדט אהן די אנדערע לעכט. בשעת'ן צינדען איז אסור צו רעדן.
מען פירט זיך צו זאגן 7 מאהל ויהי נועם, און מען בלייבט לעבן די לעכט א האלבע שעה, און מען זינגט שירות ותשבחות.
עס איז דא אסאך מנהגים וועלכע און ווי אזוי מען זאגט די פיוטים ביים חנוכה לעכט ע"כ זאל זיך יעדע פירען לויט זיין מנהג וואס ער האט מקובל מאבותיו ומרבותיו.
די אורחות חיים ברענגט א טעם פארוואס מען זאגט ביי די לעכט 7 מאהל ויהי נועם, ווייל די חשמונאים, איידער זיי זענען אריין אין מלחמה מיט די יוונים, האבן זיי געזאגט 7 מאהל ויהי נועם, און אזוי האבן זיי געזיגט.
שאר דיני המנורה:
די בעסטע וועג פון די מצוה איז, אנצוצינדען מיט "שמן זית" (אליוו אויל). עס איז דא אויף דעם צוויי טעמים, איין טעם איז, ווייל דער נס איז געשעהן מיט שמן זית. דער צווייטער טעם איז, ווייל שמן זית ברענט די שענסטע פון אלע אוילען. אבער אויב מען קען נישט באקומען קיין שמן זית, איז אויך מותר צו צינדען מיט אנדערע סארט אויל וואס זייער פלאם איז קלאהר און שיין, אדער מיט וואקסענע לעכט.
עס איז וויכטיג צו באמערקען אז ווען מען גייט איינקויפן שמן זית אין געשעפט, זאל מען וויסען וואס מען קויפט, ווייל עס איז דא אסאך געשעפטן וואס פארקויפן שמן זית וואס איז נישט אזא גוטע שמן זית. כדי צו וויסען וואס איז יא גוט, און וואס עס איז נישט גוט וועלען מיר אראפ שרייבן די ענגלישע ווערטער, כדי מען זאל וויסען וואס צו זיכען.POMMACE OLIVE OIL מיינט די שמרים פון די אויל, און דאס ברענט נישט גוט. נישט נאר עס ברענט נישט גוט, נאר די אויל איז זייער נישט קייט בע'טעם'טע אויל ווייל די מנורה ווערט אינגאנצען קלעבעדיג פון די שמן, ווייל ווען עס ווערט אביסל אלט ווערט דאס זייער קלעבעדיג. (מען זאל זיך נישט לאזן פאפען, ווייל אין אסאך געשעפטן שטייט אויף דעם באטעל "שמן זית זך", אבער אויב איר וועט קוקען אויף די ענגלישע אותיות וועט איר זעהן אז דאס זייער ווייט פון זך) אויב עס שטייט פשוט OLIVE OIL איז דאס געהעריגע שמן זית, אבער נישט "זך". אויב מען וויל האבן שמן זית זך, וואס דאס איז דער בעסטער דארף מען קויפן VIRGIN OLIVE OIL, אדער EXTRA VIRGIN OLIVE OIL.
מען דארף אריין לייגען גענוג אויל אז עס זאל ברענען צום ווייניגסטענ'ס א האלבע שעה. און אויב ס'האט זיך פארלאשען אינמיטען די האלבע שעה, כאטש לויט דער דין דארף מען נישט צוריק אנצינדען, דאך זאל מען מחמיר זיין און צוריק אנצינדען.
אלע "פתילות" זענען כשר, אבער דער בעסטער איז צו נוצען צמר גפן (קאטען באלס).
מען דארף נישט טוישען יעדער נאכט די קנויטען. עס זענען דא וואס פירען זיך יא צו טוישען יעדער נאכט, עס זענען אבער דא וואס זענען דוקא מקפיד נישט צו טוישען די קנויטען, ווייל אלטע קנויטען ברענען אסאך שענער. (ומהאי טעמא נוצן זיי דוקא פאר די נייע לעכטל אן אלטע קנויט און נישט א נייע, כדי אז עס זאל נישט זיין קיין הפסק צווישען די ברכה און די צינדען, ווייל אן אלטע קנויט צינדט זיך אהן אסאך שנעלער.
אויב עס איז איבער געבליבן אויל אין די לעכט, זאל מען דאס נוצען דער צווייטע נאכט, און אויב נאך די אכטע נאכט איז איבער געבליבן אויל, זאל ער מאכען א פייער און דאס פארברענען באזונדער. ווייל די אויל איז הייליג געווארען וועגן די מצוה, און מען טאהר דאס נישט נוצען פאר אנדערע זאכען. דער זעלבע איז מיט די איבערגעבליבענע קנויטען.
אסור להשתמש לאור הנרות:
עס איז אסור זיך צו באנוצען מיט די לעכטיגקייט פון די לעכט, ווי למשל: צו לערנען לעבען איהר לעכטיגקייט, אדער ציילען געלט. ווייל מען דארף דערקענען א חילוק צווישן די לעכט פון די מצוה און די אנדערע לעכט. אויך אין בית המקדש איז געווען אסור הנאה צו האבן פון די לעכטיגקייט פון די מנורה.
די אחרונים זענען מחמיר אז אפילו נאך די האלבע שעה זאל מען זיך אויך נישט באנוצען מיט די לעכט, ווייל דער וואס זעהט וועט מיינען אז אויך אין די האלבע שעה מעג מען זיך באנוצען דערפון.
מען לייגט צו נאך א לעכט וואס הייסט דער "שַׁמֶשׁ". ווייל אויב מען וועט זיך באנוצען מיט די לעכטיגקייט, זאל מען זיך באנוצען מיט דעם "שַׁמֶשׁ". מען שטעלט דאס אוועק העכער פון די אנדערע לעכט, כדי אז מ'זאל דערקענען אז דאס איז נישט פון די לעכט פון די מנורה. דער מנהג איז, צו נעמען פאר דעם "שַׁמֶשׁ" א וואקסענע לעכט.
אורח היכן מדליק:
א מענטש וואס איז נישט אינדערהיים חנוכה ביינאכט, איז דער הלכה אזוי: אויב מען צינדט נישט קיין לעכט ביי איהם אינדערהיים, זאל ער בעטן פון דעם בעל הבית דארט ווי ער שטייט איין, אז ער זאל איהם געבען א מנורה אליין אנצוצינדען. אויב דער בעל הבית האט נישט קיין איבריגע מנורה, דעמאלס זאל ער געבן אביסל געלט פאר איהם, און מיט דעם ווערן א שותף אין די אויל. אדער דער בעל הבית זאל אינזין האבן איהם צו געבן די אויל פאר א מתנה. און דערנאך איז בעסער אז דער בעל הבית זאל צולייגען נאך אביסל אויל פאר יענעמס וועגן.
אויב ער ווייסט זיכער אז איינער צינדט פאר איהם אינדערהיים, איז ער פטור פון ווערן א שותף מיט דעם בעל הבית, אבער ער זאל הערן פון איהם די ברכות. און אויב ער וויל מחמיר זיין, זאל ער צינדען אהן א ברכה.
סדר הדלקה בער"ש ובמוצ"ש:
ערב שבת, צינדט מען אהן די חנוכה לעכט איידער מען צינדט אהן די שבת לעכט, ווייל ווען מען צינדט אהן די שבת לעכט, איז די פרוי מקבל שבת, דעמאלס וועט זי שוין נישט קענען יוצא זיין מיט נר חנוכה.
ערב שבת זאל מען נישט אוועק שטעלן די מנורה לעבען די טיהר וואס מען גייט דארט שטענדיג אריבער, ווייל מיט דעם עפענען און פארמאכען די טיהר קענען זיך די לעכט פארלעשען.
מוצאי שבת איז דא א מחלוקת וואס עס קומט קודם, צו הבדלה אדער נרות חנוכה. מיר פירען זיך ווי די ט"ז, צו מאכן הבדלה קודם, און נאכדעם צינדט מען אהן די נרות חנוכה ווייל "תדיר ושאינו תדיר, תדיר קודם".
סדר התפילה בחנוכה:
אלע אכט טעג חנוכה לייגט מען צו, נאך מודים (בהודאה) די תפילה פון "ועל הניסים.... בימי מתתיהו בן יוחנן כהן גדול". אויב מ'האט פארגעסן און נישט געזאגט "ועל הניסים", און מען האלט נאך פאר דאס ווארט "השם" פון "ברוך אתה השם, הטוב שמך ולך נאה להודות", דעמאלס זאל ער זאגן "ועל הניסים" און איבער זאגן "ועל כולם וגו'". אויב מ'האט שוין געזאגט "השם", דעמאלס זאגט מען נישט איבער. אלע אכט טעג חנוכה זאגט מען גאנץ הלל.
קריאת התורה:
אלע אכט טעג פון חנוכה לייענט מען פון די פרשת הנשיאים אין פרשת נשא, און מען רופט אויף דריי מענטשען.
דער טעם פארוואס מען לייענט די פרשת הנשיאים איז, ווייל די מלאכת המשכן איז באמת געענדיגט געווארן כ"ה כסלו, און ראש חודש ניסן האבן די נשיאים געברענגט זייערע קרבנות.
דער ערשטער טאג חנוכה הייבט מען אהן פון "ויהי ביום כלות משה" ביז "נחשון בן עמינדב", און יעדען טאג לייענט מען נאך א נשיא. זאת חנוכה ענדיגט מען צו ביז סוף פרשת נשא און מען הייבט אהן פרשת בהעלותך ביז "כן עשה את המנורה".
ראש חודש טבת (ווען עס געפאלט אין די וואכן) נעמט מען ארויס 2 ספרים. צו דעם ערשטן ספר תורה רופט מען אויף 3 מענטשען, און מען לייענט פון ראש חודש, ווייל תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם. און צו דעם צווייטן ספר תורה רופט מען אויף איין מענטש און מען לייענט פון חנוכה.
שבת חנוכה נעמט מען ארויס 2 ספרים. אין דער ערשטער לייענט מען דעם פרשת השבוע. און אין דעם צווייטען רופט מען אויף צו מפטיר דער קריאה פון חנוכה.
אויב ראש חודש טבת געפאלט שבת חנוכה, נעמט מען ארויס 3 ספרים, אין דער ערשטער לייענט מען דעם פרשת השבוע, צום צווייטען ספר תורה רופט מען אויף איין מענטש און מען לייענט פון ראש חודש, און מען הויבט אהן "וביום השבת", און אין דעם דריטען ספר לייענט מען דעם מפטיר פון חנוכה.
אייביג לייענט מען דעם הפטורה פון "רני ושמחי" וואס דאס איז דער הפטורה פון שבת חנוכה, אפילו עס געפאלט אין ראש חודש, כאטש עס איז דא א כלל, אז תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם אבער "פרסומי ניסא איז וויכטיגער" און אויך ווייל אייביג לייענט מען די הפטורה פון וואס מען האט געענדיגט, און דא האט מען געענדיגט (אין דעם דריטען ספר תורה) פון חנוכה.
שאר דיני ימי חנוכה:
חנוכה זאגט מען נישט קיין תחנון, למנצח און מען זאגט נישט קיין הספדים.
חנוכה איז נישט אזא מצוה פון פארמערן אין סעודות אזוי ווי פורים, ווייל פורים איז געווען די גזירה פון המן צו הרג'ענען די גוף פון די אידן ווייל זיי האבן הנאה געהאט פון די סעודה פון אחשוורוש, און די נס איז געקומען אויך ביי די סעודה וואס אסתר האט געמאכט פאר אחשורוש און המן, דערפאר האט מען באשטימט צו געדענקן דעם נס, מיט א סעודה, אבער חנוכה איז געווען די גזירה קעגן די רוחניות'דיגע תורה און נשמה פון די אידן. דערפאר האט מען באשטימט צו געדענקן די נס מיט אנצינדען די מנורה וואס איז מרמז אויף די לעכטיגקייט פון די תורה. פון דעסטוועגן איז דא אביסל א מצוה צו פארמערן אין סעודות, אויב מען זינגט זמירות שירות ותשבחות פארן באשעפער פאר דעם גרויסען נס בשעתן סעודה, ווערט די סעודה גערעכנט אלץ א סעודת מצוה.
מען זאל פארציילן פאר די משפחה די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט פאר אונז געטוהן, און וואס ער טוט מיט אונז כסדר.
נאך א טעם פארוואס פורים האט מען קובע געווען "במשתה ושמחה" און חנוכה האט מען קובע געווען "בהלל ובהודאה", ווייל פורים איז געווען די גזירה צו הרג'ענען די גופים, וואס דאס איז "ביטול משתה ושמחה" (ווייל א גע'הרג'עטע מענטש, קען שוין נישט עסען אדער טרונקען), האט מען קובע געווען "במשתה ושמחה" ווייל דער נס איז געווען אז מען איז געבליבן לעבן, אבער חנוכה איז געווען די גזירה צו אוועק גיין ח"ו פון דעם יודישע וועג, דאס הייסט אז מען זאל ח"ו מער נישט דינען דעם אייבערשטן, וועגן דעם האט מען קובע געווען "בהלל ובהודאה", צו געדענקען אז זיי האבן געוואלט צונעמען "הלל והודאה להשם יתברך".
עס איז א מנהג צו עסן מילכיגס חנוכה, צו געדענקן דעם גרויסען נס וואס האט פאסירט מיט די צדיקת יהודית וואס האט געגעבן צו עסן קעז פאר דעם קעניג העליפארני, און דורך דעם האט זי איהם באזיגט און אפגעשניטען זיין קאפ.
ביים בענטשן זאגט מען "ועל הניסים" אינמיטען די צווייטע ברכה פאר "ועל הכל". אויב מ'האט פארגעסן צו זאגן, און מ'האט זיך דערמאנט איידער מ'האט געזאגט "השם" פון על הארץ ועל המזון, זאל מען דאס דארט זאגן, און ווייטער זאגן "ועל הכל". און אויב מ'האט זיך דערמאנט נאך דעם וואס מ'האט שוין געזאגט "השם", דעמאלס ווען מען קומט אהן צו "הרחמן הוא יזכנו", זאל מען זאגן: "הרחמן הוא יעשה לנו ניסים ונפלאות כשם שעשית לאבותינו בימים ההם ובזמן הזה. בימי מתתיהו וגו'".
חנוכה איז א מנהג צו שפילען מיט א דריידל וואס איז אויפגעקריצט אויף דעם די אותיות "נ-ג-ה-ש" וואס זענען ראשי תיבות: "נס גדול היה שם". דער טעם דערפון איז, ווייל ווען די אידן זענען געווען אין די היילען און געלערנט תורה באהאלטענערהייט, האבן זיי צוגעגרייט דריידלעך, אז אויב די יונים וועלן אנקומען, וועלן זיי באהאלטען זייערע ספרים און אנהייבן שפילען דריידל.
נאך א טעם, ווייל נ.ג.ה.ש. איז די זעלבע אותיות ווי "ג' שנה" דאס מיינט "גמר שנה" דאס קומט מרמז זיין אז חנוכה איז די השלמה פון די גמר חתימה, און אזוי וועלען מיר זיך דערמאנען אז מיר זאלן תשובה טוהן.
חנוכה איז א גרויסע ענין צו זאמלען געלט פאר צדקה.
דער פרי מגדים זאגט, אז דער טעם פארוואס מען פירט זיך צו טיילען צדקה חנוכה איז ווייל די יונים האבן געוואלט מבטל זיין די דריי עמודים אויף וואס די וועלט שטייט, דאס איז "תורה עבודה וגמילת חסדים". וועגן דעם האבן חז"ל קובע געווען אז מען זאל חנוכה אנצינדען לעכט דאס איז קעגען די לעכטיגקייט פון די תורה וואס זיי האבן געוואלט מבטל זיין ווי מיר ווייסען דאך אז "נר מצוה ותורה אור", וועגן דעם וואס זיי האבן געוואלט מבטל זיין "עבודה" האבן זיי קובע געווען חנוכה "בהלל ובהודאה", און וועגן דעם וואס זיי האבן געוואלט מבטל זיין "גמילת חסדים" האט מען קובע געווען אז מען זאל געבען אסאך צדקה אין חנוכה.
חנוכה איז מותר צו טוהן מלאכות, אבער דער מנהג איז, אז די פרויען טוהן נישט קיין מלאכות אין די האלבע שעה וואס די לעכט ברענען. ווייל זיי האבן אויך געהאט א חלק אין דעם נס, וועגן די מעשה פון יהודית.
דער לעצטער טאג חנוכה הייסט "זאת חנוכה" דער טעם פארוואס עס הייסט זאת חנוכה איז ווייל מען לייענט די פרשה פון "זאת חנוכת המזבח".
עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים אז זאת חנוכה איז דער גמר החתימה פון די ימים נוראים. עס איז דא דערפאר א רמז פון א פסוק אין ספר ישעי' (ישעי' כ"ב) "בזאת יכופר עון יעקב", "בזאת" אין זאת חנוכה, "יכופר עון יעקב" איז דער גמר פון די כפרה פון די זינד פון די יודן.
קושית הבית יוסף ותירוצים
הקושיא:
דער "בית יוסף" פרעגט א קשיא אזוי: "אין אמת'ן וואלט מען נישט געדארפט האלטן חנוכה אכט טעג, נאר זיבען, ווייל די ערשטע נאכט האט מען דאך געהאט גענוג אויל, נאר פון די צווייטע נאכט און ווייטער איז געשעהן א נס אז די אויל איז געווען גענוג?" אויף די קשיא איז דא זייער אסאך תירוצים פון ראשונים, אחרונים, און תלמידי בעש"ט זי"ע, מיר וועלען דא אראפברענגען עטליכע.
התירוצים:
מען האט אין די ערשטע נאכט איינגעטיילט די אויל אויף אכט טיילען פאר יעדע נאכט א קליין ביסעל. עס וואלט נאר געקענט ברענען א קורצע צייט יעדע נאכט, און עס איז געשעהן א נס, אז עס האט געברענט א גאנצע נאכט. קומט אויס אז דער נס איז שוין געשעהן אין די ערשטע נאכט. (בית יוסף)
גלייך אין די ערשטע נאכט, ווען מ'האט אויסגעליידיגט דעם קריגעל אין די מנורה, האט זיך דאס צוריק אנגעפוהלט. (בית יוסף)
דאס אליין, אז מען האט געטראפן א ריינעם קריגעל איז געווען גערעכענט פאר א נס. דערפאר האט מען באשטימט דעם ערשטן טאג פארן טרעפן דעם ריינעם קריגעל אויל.
דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט פאר דעם זיג קעגען די יונים.
אין די ערשטע נאכט האט מען איינגעטיילט די אויל אויף אכט טיילען, כדי צו צינדען יעדע נאכט נאר איין לעכט, - וואס לויט דעם דין איז דאס אויך כשר. איז געשעהן דער נס, אז אלע אנדערע זעקס לעכטלעך האבן זיך אנגעפוהלט מיט אויל (בית יוסף)
יעדע נאכט האט בדרך נס אפגעברענט נאר אן אכטל פון די גאנצע אויל וואס איז געוועהן אין די מנורה. (חי' אגדות למהר"ל מפראג ז"ל)
ווייל דער אייבערשטער שיקט נישט אריין קיין ברכה אין אן אפגעמאסטענע זאך, און דא איז דאך די קריגל געוועהן געמאסטן פינקטליך אויף איין טאג, האט דער אייבערשטער געמאכט די נס אויף אן אנדערן אופן וואס מ'דארף נישט צוקומען אז ס'זאל אריין א ברכה, אז א יעדע נאכט האט זיך אויסגעברענט נאר אן אכטל פון די אויל. (ישמח משה)
דער אייבערשטער מאכט נישט קיין נס, אז ס'זאל אריין קומען א ברכה, נאר ביי א זאך וואס ס'איז דא אביסל ס'זאל ווערן מער. מוז זיין אז ס'איז געוועהן א נס, אז די ערשטע נאכט איז געבליבן אביסל כדי די ברכה זאל קענען חל זיין די צווייטע נאכט. (טורי זהב)
דער הלכה איז אז מ'דארף צינדן די מנורה נאך פארנאכט'ס. קומט אויס אז ווען מ'האט אנגעצינדן די מנורה פאר די צווייטע נאכט, איז נאך געוועהן די ערשטע טאג, און מ'האט שוין דעמאלס געזעהן די נס. (אמרי אמת בשם אביו השפת אמת)
מ'האט געמאכט דינע קנויטן, כדי ס'זאל ציען ווייניגער אויל אזוי וועט עס קענען ברענען מיט א קלענערע פלאם אכט טעג. איז געוועהן די נס אז ס'האט געברענט א גרויסע שיינע פלאם. (חי' הרי"מ)
מ'האט נישט געקענט צינדן די ערשטע נאכט אין היכל, ווייל ס'איז נאך געוועהן פיל מיט עבודה זרה'ס וועלעכע די יונים האבן דארט אריין געברענגט, האט מען דערווייל געצינדן אינדרויסן אין חצר, און די ווינט האט דארט געבלאזן, אויף אזא אופן דארף מען געווענדליך האבן מער אויל ווייל די קנויט ציעט מער, דאך איז געוועהן געניג די ביסל אויל צו ברענען א גאנצע נאכט. (דרשות חתם סופר)
לויט די "חתם סופר" אז מ'האט געצינדן די מנורה אין די הויף, (אזוי ווי עס שטייט "והדליקו נרות בחצרות קדשיך" ווייל די בית המקדש איז געוועהן פיל מיט עבודה זרה) קען מען זאגן אז די נס איז געוועהן אז די ווינט האט נישט אויסגעלאשן די לעכט.
אין "שאילתות דרב אחאי גאון" (וישלח) איז דא א גירסא, ולא הי' בו להדליק אפילו יום אחד, דאס הייסט אז די ערשטע טאג איז אויך נישט געוועהן געניג אויל, לויט דעם הייבט זיך נישט אן קיין קשיא.
אין גמרא שטייט (שבת כא) ולא הי' בו להדליק אלא יום אחד, דאס הייסט אז ס'איז געוועהן געניג ס'זאל ברענען איין טאג (לויט די רמב"ם דארף מען דאס צינדן אויך בייטאג) אבער די נעכט פון טבת זענען לענגער פון די טעג, איז געוועהן די נס אז ס'האט געברענט די גאנצע נאכט. (אור תורה אוסטרובצה'ר ז"ל)
ווייל יענע יאר פון די נס "ג' אלפים תרכ"ב", איז געפאלן כ"ה כסלו אין שבת, האט מען געדארפט צינדן שוין ערב שבת, און די אויל איז געוועהן גענוג נאר פאר א נאכט, נישט אויב מ'צינדט פריער בייטאג, דאך איז עס געבליבן ברענען די גאנצע נאכט. (אור תורה אוסטרובצה'ר ז"ל)
אין גמרא שטייט ולא מצאו "אלא פך אחד של שמן", קען מען זאגן אז ס'איז נישט געוועהן אין דעם קיין אויל בכלל, נאר ס'איז געוועהן א ליידיגע ריינע קריגל פון אויל, און ס'האט זיך אנגעפילט יעדן טאג עקסטער. (אמרי אמת)
תוס' פרעגט ווי אזוי האט מען געניצט די אויל, קען דאך זיין אז די גוים האבן דאס ציגערירט איז עס געווארן טמא. מ'קען ענטפערן, אז די גמרא זאגט אין מסכת פסחים (דף טז.) אז לויט איין מאן דאמר איז טומאת משקין נאר מדרבנן ווערט עס נישט טמא מספק. אבער לכאורה איז שווער, ווייל די כלי קען יא טמא ווערן מן התורה און אויך מספק און מען טאהר נישט אריין ברענגען א טמא'נע כלי אין די עזרה. האט מען איבער געגאסן די אויל אין א טהור'ע כלי. קען מען זאגן אז כאטש ביים איבערגיסען בלייבט דאך אביסל צוגעקלעבט אין די ערשטע כלי, דאך איז עס געוועהן געניג. (הגה"ק מאוסטרובצא זצ"ל)
עס איז דא א חידוש אין "מאירי" (יומא טו) אז ווען מ'האט באנייט די מנורה האט מען געמיזט אריין לייגן ביי יעדע ליכט א גאנצע לוג אויל, דאפלט פון סתם א טאג אין וועלכע מ'האט נאר געלייגט א האלבע לוג, ווייל האלב ווערט איינגעזאפט, (לויט די משנה אין מסכת בבא מציעא דף מ. אז האלצערנע כלים זאפן איין אין זייערע ווענט) אין די קריגל וואס מ'האט געטראפן איז נאר געוועהן געניג פאר א האלבע לוג, דאך איז געווארן די נס אז מ'האט אריין געגאסן א גאנצע לוג, ווייל דא האט מען אויך געדארפט באנייען די מנורה. (קונטרס נס השמן דף לב)
די רמב"ם האלט אז מ'דארף צינדן די מנורה סיי ביינאכט און סיי בייטאג, און די קריגל איז געוועהן געניג נאר פאר ביינאכט, מוז זיין אז די נס איז שוין געוועהן די ערשטע טאג בייטאג. (ברכי יוסף)
די נייע האלצערנע מנורה האט נישט געהאט קיין בית קיבול צו אריין גיסן אויל ווייל א כלי עץ וואס האט א בית קיבל איז מקבל טומאה. נאר מוז מען זאגן אז עס איז געוועהן פשוטי כלי עץ, דאס מיינט א פשוטער שטיקל האלץ, און מ'האט איינגעטונקן די קנויטן אין אויל און אנגעצינדן אויפ'ן מנורה טראכטנדיג אז ווען די אויל פון די קנויטן וועלן אויסגיין, וועט מען נאכאמאל איינטינקען די קנויטן אין אויל, דערווייל האט עס געברענט פון ערשטע מאל א גאנצע נאכט. (חתם סופר, וישב)
לויט דעם חתם סופר, קען מען זאגן אז דאס אליין אז די מנורה האט זיך נישט פארברענט (ווייל עס האט געברענט ממש אויף האלץ) קען מען זאגן אז דער נס איז געווען אז דער מנורה האט זיך נישט פארברענט. (ע"פ שפע חיים)
עס איז א הלכה אין שו"ע (יו"ד קמ"א) אז מען טאהר נישט נאכמאכן די מנורה פון בית המקדש פאר זיך, וועגן דעם האט מען קובע געוועהן אכט טעג, כדי מ'זאל נישט מאכן קיין מנורה פון זיבן קנים גלייך צו די מנורה פון בית המקדש. (שו"ת שואל ומשיב ח"ג סי' עא)
די ר"ן זאגט פארוואס מ'האט געדארפט אויל אויף אכט טעג, ווייל די וועג צו גיין ברענגן די נייע אויל האט גענומען פיר טעג יעדע וועג. לכאורה האט מען איין טאג נישט געקענט גיין ווייל ס'איז געוועהן שבת, האט עס גענומען ניין טעג, וואלט דאך געדארפט זיין יו"ט ניין טאג. נאר די ערשטע טאג איז נישט געוועהן די נס, אזוי ווי די בית יוסף פרעגט, בלייבט איבער אכט טעג יו"ט. (שו"ת גנזי יוסף סי' כא אות ז, אמרי אמת)
עס איז געמאכט געווארען פאר זיי אכט ניסים: 1) רבת את ריבם. 2) דנת את דינם. 3) נקמת את נקמתם. 4) מסרת גבורים ביד חלשים. 5) רבים ביד מעטים. 6) וטמאים ביד טהורים. 7) ורשעים ביד צדיקים. 8) וזדים ביד עוסקי תורתך.
ווייל די יונים האבן געוואלט פארשטערן מצות "מילה" וואס מ'מאכט די אכטע טאג, און די גזירה איז בטל געווארן, מאכט מען צו דעם א זכר, אכט טעג יום טוב. אזוי וועט אויסקומען אז עס איז מרומז אין חנוכה אלע דריי זאכען וואס די יונים האבן געוואלט מבטל זיין, ווייל שבת און ראש חודש, איז אלעמאהל דא אין די טעג פון חנוכה, און די אכטע טאג איז מרמז די שמנה ימי מילה וואס זיי האבן אויך געוואלט מבטל זיין. (שלטי גבורים)
וויבאלד עס זענען דא עטליכע מצוות אין בית המקדש פון "8" למשל אכט בגדי כהונה, אכט כלי שיר, און נאך, האט מען מתקן געווען אכט טעג יום טוב, מ'זאל געדענקן אז דאס איז געשעהן אין ביהמ"ק. (כד הקמח)
וויבאלד די תורה ומצוות זענען געווארן געראטעוועט בדרך נס, האבן חז"ל קובע געוועהן א לאנגע יום טוב אזוי ווי די לענגסטע יום טוב וואס דאס איז דאך סוכות (אכט טעג), צו לויבן דעם אייבערשטען פארן ראטעווען די תורה. (מהר"י מלאניל)
עס ווערט געברענט אין מגילת תענית אז ווען די חשמונאים זענען אריין אין היכל, האבן זיי דארט געטראפן אכט "שפודין" פון אייזן, האבן זיי דאס אויפגעשטעלט און געצינדן אויף דעם לעכט, קעגן דעם מאכן מיר אכט טעג (מהר"ץ חיות)
וויבאלד יעדע מענטש פאר זיך, איז דאך זוכה צו ניסים פון דעם אייבערשטען כסדר, דארפן מיר דאך אויף דעם מאכן א יום טוב, מאכן מיר דאס אלע צוזאמען אין די איין טאג חנוכה וואס מיר זענען מוסיף וועגן דעם. (כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א)
מ'האט צוגעלייגט איין טאג, אזוי ווי סוכות האט דער אייבערשטער צוגעלייגט "שמיני עצרת" ווייל הקב"ה זאגט, קשה עלי פרידתכם. (אמרי אמת)
דער "פני יהושע" פרעגט פארוואס האט מען געדארפט ריינע אויל, דער דין איז דאך אז טומאה הותרה בציבור, דאס מיינט ווען די גאנצע ציבור איז טמא, מעג מען מקריב זיין און צינדן בטומאה, ענטפערט ער אז דער אייבערשטער האט געוואלט ווייזן די ליבשאפט וואס ער האט צו די יודן, און זיי געגעבן די מעגליכקייט צו צינדען בטהרה. וועגן דעם מאכן מיר נאך א טאג יום טוב, וועגן די ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט אונז געוויזען. (דברי חיים, ומהרי"ד מבעלזא זי"ע)
די ערשטע טאג מאכ'ן מיר א זכר אז אפילו ווען ס'איז נאך נישט געוועהן קיין עת רצון, אינמיטן די מלחמה, האט דער אייבערשטער באהאלטן די קריגל פון די יונים דאס איז נאך א גרעסערע נס ווי די אנדערע זיבן טעג ווייל דעמאלס איז שוין געוועהן אן עת רצון. (בני יששכר)
מיר מאכן נאך א טאג יום טוב, אויף דעם וואס מיר האבן זוכה געוועהן, אז דער אייבערשטער שיקט פאר אונז אראפ אין חנוכה, פון די "אור הגנוז" וואס די אייבערשטער האט באהאלטן פאר די צדיקים אויף לעתיד לבא. (בני יששכר)
ווייל די 613 מצוות מן התורה צוזאמען מיט די 7 מצות דרבנן איז 620 כמנין כת"ר, דאס זענען קעגן די 620 אותיות פון עשרת הדברות און די לעצטע מצוה מדרבנן איז חנוכה לעכט, דאס איז קעגן די אות "כ" פון לרע"ך" ביז חנוכה האט מען נישט געוויסט וואס איז די אות, און יעצט איז נתגלה געווארן די לעצטע מצוה, צוליב דעם מאכן מיר נאך א טאג. (בני יששכר מאמר י' אות ה')
נאך די מלחמה, זענען אלע געוועהן טמאי מתים ווייל מ'האט גע'הרג'ט מענטשן ביי די מלחמה, איז געוועהן א נס אז מ'האט געקענט טרעפן איין כהן טהור וואס זאל אנצינדן די מנורה. (נטעי אור)
מ'צינדט לעכט נאך א טאג צו ווייזן אז די יודן זענען געראטעוועט געווארן בזכות וואס זיי האבן אנגעצינדן "שבת לעכט" באהאלטענעהייט ווען אנטיוכוס האט גוזר געוועהן אז מ'זאל נישט היטן שבת קודש. (קדושת אליעזר)
דורך די נס זענען זיי געוואהר געווארן אז די מדת הדין איז בטל געווארן פון זיי, מאכט מען נאך א טאג יום טוב. (בני יששכר)
מיר מאכן די ערשטע טאג יום טוב צו ווייזן אז די עיקר נס איז, אז דער אייבערשטער מיט זיין גרויס רחמנות האט אונז געראטעוועט פון די גזירה וואס די יונים האבן געוואלט פארשטערן די תורה. (קדושת לוי)
ווייל די יונים האבן פרובירט צו אפרעדן די יודן פון טוהן אזעלעכע מצוות וואס האבן נישט קיין טעם (אזוי ווי מיר זאגן ולהעבירם מ"חקי" רצונך) וועגן דעם מאכן מיר נאך א טאג יום טוב כאטש ס'איז נישט דא קיין סיבה און קיין טעם צו ווייזן אז מיר זענען מקיים אויך אזעלעכע מצוות. (ברכת משה)
די רמב"ם פסק'נט, אז די לעכט פונ'ם מנורה, מוז מען אנצינדען פון די פייער פונ'ם מזבח, און כאטש מ'האט באנייעט די מזבח נאר כ"ה כסלו, איז בדרך נס געקומען די פייער אויפ'ן מזבח כ"ד כסלו פארנאכט'ס אז מ'זאל קענען פון דעם אנצינדען. (מדרש משה)
ווען יהודה המכבי איז געגאנגען אין מלחמה האט ער אויסגעריפען: "מי כמוכה באלים ה'" (די ר"ת פון מכב"י), און אזוי מתפלל געוועהן צום אייבערשטן. די ווערטער "מי כמוך באלים ה'" איז בגמטריא 250 אזוי ווי "נר", צינדט מען נאך א "נר" לזכר פון די נס וואס איז געשאפן געווארן דורך די תפלה. (בת עין)
חז"ל ווילן אונז לערנען, אז אויך די טבע איז א נס, לויט דעם איז געוועהן די נס פשוט אז "אויל האט געברענט". (בעלי מוסר)
די הכנה צו א מצוה איז די עיקר פון די קיום המצוה, און די ערשטע טאג איז געוועהן די הכנה. (תפארת שלמה)
איין טאג האט מען קובע געוועהן, לזכר די חנוכת הבית, אז מ'האט באנייעט דעם בית המקדש, נאך וואס ס'איז פארשטערט געווארן דורך די יונים. (שלטי גבורים)
דברי תורה לחנוכה
חנוכה ח' ימים: עס ווערט געברענט אין "רוקח" אז פארוואס שטייט אין "פרשת אמור" נאנט די פרשה פון סוכות צו די פרשה פון די שמן אין לעכט? אונז צו לערנען אז אזוי ווי סוכות איז אכט טעג זאל מען אויך מאכן חנוכה אכט טעג. לויט דעם קען מען זאגן אז דער אייבערשטער האט געמאכט לעכטיג די אויגן פון חז"ל צו טרעפן א סמך אין תורה אז מ'זאל מאכן אכט טעג. (בני יששכר)
והדליקו נרות בחצרות קדשיך: דער שפת אמת זי"ע האט געזאגט די טעם פארוואס די לעצטע נס פאר דעם ביטערן און לאנגן גלות איז געווען מיט לעכטיגקייט, די נס חנוכה, כדי עס זאל פארשפרייטן לעכטיגע פינקן אין דעם שווארצן טינקעלע גלות.
שמן זית: רבי ישראל פון טשארטקאוו זי"ע האט אזוי געזאגט: מיר זאגן ביי מעריב: "בחכמה פותח שערים". די אויל פון די מנורה זענען מרמז קעגן "חכמה". צו ווייזען אז אין די זכות פון חנוכה לעכט עפענען זיך אויף די טויערן פון פרנסה, רפואות, ישועות און גאולה שלימה.
מצוה להניחם למעלה משלשה טפחים, ולמטה מעשרה טפחים: אין "תפארת שמואל" שטייט: דער דין פון נר חנוכה איז, נישט צו לייגען העכער 10 טפחים און נישט נידריגער פון 3. צו ווייזען א רמז, אז א יוד טאר זיך נישט האלטען אזוי נידריג, אז ער קען שוין סיי ווי נישט פארעכטען און לערנען תורה, - און אויך נישט צו הויך, אז ער איז שוין א גרויסער צדיק און תלמיד חכם, אז ער דארף שוין נישט לערנען. די ביידע מידות זענען נישט באליבט ביים אייבערשטען.
נר פתילה שמן: דער חידושי הרי"ם זצ"ל האט אזוי געזאגט: דאס ווארט "נפש" איז נוטריקון: "נר פתילה שמן". מרמז צו זיין, אז אזוי ווי די לעכט באלייכט נישט, נאר נאך דעם וואס די קנויט ברענט און די אויל ווערט ווייניגער. אזוי אויך איז דער מענטש: וויפוהל ער פארמינערט פון זיך די גשמיות'דיגע ענינים, אלץ מער איז ער זוכה צו די לעכטיגקייט פון דעם אייבערשטען.
רבי אברהם פון סאכאטשוב (דער אבני נזר) זי"ע, האט געזאגט: א מענטש דארף זיך אפלערנען א מוסר השכל פון די חנוכה ליכט. אזוי ווי די אויל פון די ליכט ווערט נאכגעצויגען צו די קנויט - אפילו ער ווייסט אז ער ווערט באלד פארברענט - אזוי אויך דארף א יוד זיך נאכציהען צום אייבערשטען, אפילו ער ווייסט אז דורך דעם וועט ער פארלירן געלט ווייל ער וועט נישט קענען גענוג ארבעטן. נאר ער זאל זיך פארלאזן אויפן אייבערשטען, אז ער וועט איהם שוין העלפן.
להביט על הנרות: דער קאזשניצער מגיד זי"ע האט געזאגט, אז צו קוקען אויף די חנוכה לעכט, איז א סגולה ממשיך צו זיין די קדושה פון חנוכה צו די נידריגע טעג פון חודש טבת און שבט.
וקבעו שמונת ימי חנוכה: מען דארף געווארענט זיין אז די שמונת ימי חנוכה זאל זיין "קבעו" דאס מיינט "קבוע בלבנו", אז מען זאל קיינמאהל נישט פארגעסען די הייליגע טעג פון חנוכה. (אמרי חיים)
מצות נר חנוכה עד שתכלה רגל מן השוק: די מצוה פון נר חנוכה וואס דאס איז דער אור הגנוז, זאגן אונז חז"ל אז אויב מיר ווילען זוכה זיין צו דער אור הגנוז דארף זיין "עד שתכלה רגל מן השוק" דאס הייסט אז מען זאל זיך נישט דרייען אויף די גאסען, נאר מען זאל זיצען אין די ד' אמות של הלכה. (אמרי חיים)
הדלקה אותה מצוה ולא הנחה: ביי תורה ומצוות דארף דאס זיין מיט א "ברען", און נישט "בניחותא" אהן קיין חיות אדער חשק, כמצות אנשים מלומדה ח"ו. (אמרי חיים)
36 לעכט: רבי פנחס קאריצער זי"ע זאגט, אז די 36 לעכט פון די מנורה זענען קעגען די 36 מסכתות פון ש"ס.
חנוכה מסוגל לרפואה: דער בעל "אמרי נועם" זצ"ל זאגט, אז דאס וואס די ספרים הקדושים זאגן אז די חנוכה טעג זענען מסוגל צו ברענגן א רפואה שלימה פאר קראנקע מענטשן, איז מרומז אין שמונה עשרה. די ווערטער: "כי א-ל מלך רופא נאמן" איז די זעלבע בגימטריא ווי: "להדליק נר חנוכה".
אין של"ה הקדוש שטייט אז חנוכה איז מרמז אויפ'ן "חנוכת העולם" דעם באנייען פון דעם וועלט, ווייל דער גאנצע וועלט איז באשאפען געווארן וועגן די תורה און קיום המצוות, און די יונים האבן דאס געוואלט מבטל זיין, און ווען די חשמונאים האבן זיך געשטארקט, איז דעמאלט שטארק געווארן די תורה און מצות, ממילה איז באנייט געווארן די וועלט. פונקט אזוי ווי די וועלט איז באשאפן געווארן אין די 25'טע טאג אין חודש (אלול) אזוי אויך איז חנוכה די 25'טע טאג אין חודש (כסלו), און פונקט ווי די אנהייב פון די בריאה איז געווען לעכטיגקייט, אזוי אויך איז די מצוה פון חנוכה מיט לעכט. און אזוי ווי די ערשטע לעכטיגקייט איז באהאלטן געווארן, אזוי אויך זענען די נרות חנוכה "אסור להשתמש לאורן". א רמז דערצו איז ווייל "יהי" אור איז גמטרי' כ"ה.
אור הגנוז: רבי פנחס קאריצער זי"ע האט געזאגט, אז אין די חנוכה טעג ווען מען צינדט אהן די מנורה, ווערט אנטפלעקט דער "אור הגנוז", דער באהאלטענער לעכטיגקייט וואס דער אייבערשטער האט באהאלטען ביי בריאת העולם. דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט געזאגט, אז דער פלאץ ווי דאס לעכטיגקייט איז באהאלטען איז אין די תורה. און ווער עס באהעפט זיך אין די תורה, און בפרט אין די טעג פון חנוכה, איז זוכה צו זעהן און פיהלען דעם "אור הגנוז".
אין בני יששכר שטייט אז דער טעם פארוואס פורים דרייט מען מיט א גראגער, און חנוכה דרייט מען מיט א דריידל, ווייל פורים איז געווען די התעוררות דא אינטען ווייל די יודען האבן דא תשובה געטוהן, און דורך די תשובה דא אינטען האט זיך אויסגעדרייט אויבן אין הימל, און מען האט צוריסען די שלעכטע גזירה, דערפאר דרייט מען פורים מיט א גראגער וואס מען דרייט פון אונטען, און עס דרייט זיך פון אויבען, אבער חנוכה איז געווען די התעוררות פון הימל, און דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אין די הארץ פון די חשמונאים אז זיי זאלן מלחמה האלטן מיט די יונים, און אזוי האט זיך אלעס אויסגעדרייט דא אינטען, דערפאר דרייט מען מיט א דריידל, וואס מען דרייט פון אויבען און עס דרייט זיך פון אונטען. (פון דא זעען מיר אז יעדער מנהג ישראל איז אזוי הייליג, און מען זאל נישט נאכמאכן די מאדערנע וועלט אין קלאפן ביי המן מיט אלע מיני נייע זאכן ווי סנעפערס וכדו' נאר מען זאל אנהאלטען די אלטע מסורה און דרייען מיט א גראגער, די זעלבע איז מיט דעם דריידל זאל מען טאקע דרייען ווי דער מנהג איז, און נישט ווי אנדערע דרייען דעם דריידל מיטן דרייער פון אונטען)
השפעות טובות: אין "קדושת לוי" שטייט: אז ראש השנה און יום כפור, שרייבט אריין דער אייבערשטער אלעס גוטס פאר די אידן, און חנוכה איז מען זוכה דאס צו זעהן מיט די אויגן. דערפאר איז חנוכה א מצוה צו צינדען לעכט, צו זעהן מיט די אויגן די אלע השפעות טובות.
כ"ה כסלו: עס ווערט געברענגט אין די ספרים, אז דער פינף און צוואנציגסטער ווארט אין די תורה, איז "אור". א רמז אויף דעם יום טוב פון לעכטיגקייט וואס געפאלט אין דעם 25'סטען טאג פון חודש כסלו.
דריידל: רבי פנחס קאריצער זי"ע ברענגט א רמז, אויף די פיהר אותיות וואס מען שרייבט ארויף אויף דעם דריידל: "נ-ג-ה-ש". "נ-ש", מיינט "נרות שמונה" (אכט לעכט), און "ה-ג" מיינט "הלל גמור" (מען זאגט גאנץ הלל אין חנוכה).
נס גדול היה שם: דער צמח צדיק זי"ע ברענגט א רמז אויף דעם מנהג פון שפילען דריידעל וואס זענען דא אויף דעם די אותיות: נ-ג-ה-ש". ווייל עס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים אז חנוכה איז די ענדע פון די חתימה פון ראש השנה און יום כפור. און זיי זאגן דערויף א רמז, אז עס שטייט אין תהילים (קאפ. צג): "תשב אנוש (א מענטש זאל תשובה טוהן) עד דכא". - "דכא" איז בגימטריא 25, א רמז אויף חנוכה - כ"ה כסלו. און צו דעם זענען מרמז די אותיות פון דעם דריידעל: "נ" - נחתם (עס ווערט פארזיגעלט),"ג" - גזר (די גזירה), "הש" - השנה (פון די יאהר).
מסרת גבורים ביד חלשים: מען זאגט אין "על הניסים": "מסרת גבורים ביד חלשים" (דו האסט איבער געגעבן די שטארקע אין די הענט פון די שוואכע). איז אין אמת'ן שווער, מיר ווייסען דאך אז די חשמונאים זענען געווען גרויסע גְבּוֹרִים, דעמאלס פארוואס רופט מען זיין אהן "חלשים"? נאר ענטפערט דער "קדושת לוי" זי"ע: אז די חשמונאים האבן געטראכט ביי זיך אין הארץ אז אין אמת'ן זענען זיי שוואכע מענטשן, נאר דער אייבערשטער העלפט זיי, און זייערע זיג קומט נאר פון איהם.
ביאת משיח: דער "מאור עינים" (פר' מקץ) זאגט: יעדעס יאהר חנוכה איז דא א חלק פון די מפלה פאר די גוים, ביז זיי ווערן אינגאנצען בטל, און משיח וועט קומען אונז אויסלייזען פון גלות.
הלל והודאה: ר' העניך פון אלכסנדר זי"ע האט געזאגט, פארוואס האט מען באשטימט חנוכה פאר א יום טוב פון הלל און געזאנג, און פורים פאר א יום טוב פון שמחה און סעודה? נאר דער ענין איז, ווייל ביי פורים האט המן געוואלט אויסהרג'נען אלע אידן נישט קיין חילוק פון צדיקים און רשעים, וועגן דעם מאכט מען צוזאמען סעודות און יעדער איינער פרייט זיך. אבער ביי חנוכה, איז געווען די גזירה נישט צו היטען די תורה און מצוות, ביי דעם איז נישט יעדער איינער גלייך, ווייל עס זענען געווען אידען וועלכע האבן אפגעלאזט די תורה. וועגען דעם מאכט מען דאס א יום טוב פון הלל און געזאנג, וואס ביי דעם איז נישט יעדער גלייך.
צדקה בחנוכה: רבי משה לייב סאסובער זי"ע האט געזאגט, אויף דעם וואס מען גיבט "חנוכה געלט" פאר ארימעלייט: אז פון יעדע שלעכטע מידה קען מען זיך אפלערנען א גוטע זאך. די מידה פון אפיקורסות, דארף מען אויסנוצען פאר געבן צדקה. ווען עס קומט אן ארימאן בעטן צדקה, מעגסטו איהם נישט זאגן: "זארג זיך נישט און פארלאז זיך אויפן אייבערשטען, ער וועט דיר שוין געבן געלט"! - ניין! זאלסט ביי זיך טראכטן אזוי ווי עס געפונט זיך נישט נאך א מענטש אויף די גאנצע וועלט וואס קען איהם העלפן, נאר דו!
מאכלי חלב: דער "בן איש חי" זצ"ל זאגט א רמז אויף דעם וואס מען פיהרט זיך צו עסן חנוכה מילכיגס. ווייל אין דאס ווארט "חלב" איז מרומז אלע דריי מצוות וואס די יונים האבן געוואלט מבטל זיין: "חודש-שבת-מילה". דאס ערשטע אות פון "חלב" איז "ח", אזוי ווי דאס ערשטע אות פון "חודש". דאס דריטע אות איז "ב", אזוי ווי די צווייטע אות פון "שבת". דאס צווייטע אות איז "ל", אזוי ווי די דריטע אות פון "מילה".
זאת חנוכה: רבי ישראל ריזשינער זי"ע פלעגט זאגן: "וואס גרויסע צדיקים קענען אוֹיסְפּוֹעֶלְן ביים באשעפער ראש השנה און יום כפור, קען א פשוטער איד אויספועלן אין "זאת חנוכה"!
בס"ד
י
ומא דחנוכה תמניא אינון להודות ולהלל לשמו הגדול על הניסים ועל הפורקן שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה
מ
יט שבח והודיה צום הייליגן באשעפער לויבן מיר אז ב"ה דער ערשטע חלק פון יאר איז אדורך מיט גרויס הצלחה בלי עין הרע
י
עצט אין די טעג פון חנוכה וואס איז מסוגל אויך די אור התורה זענען מיר ווייטער מתפלל און מיר בעטען אז די הצלחה פון אונזערע תלמידים זאל ווייטער אנהאלטען און מיר זאלען זוכה זיין צו זעהן ביי זיי אסאך אידש נחת לאריכת ימים ושנים טובים
נ
ודה לה', וואס מיר האבען זוכה געווען צוזאם שטעלען פאר אייך דא א קונטרס מיט'ן נאמען "ימי חנוכה" וואס איהר וועט פון דעם קענען שטארק נהנה זיין!
ו
וי באוואוסט, אז דער נס פון חנוכה סימבאליזירט די ליכט פון די תורה הקדושה און אירע מצוות, אזוי ווי עס שטייט "כי נר מצוה ותורה אור" . די חשמונאים וועלכע האבן געזיגט איבער די יוונים און איבער די אידישע מתיוונים, (די וואס האבן זיך געוואלט פערגלייכן צו די גוים) זענען געווען די העלדישע קינדער פון מתתי' כהן גדול וועלכע האבן געקעמפט פאר אמונה און בטחון אין השי"ת. פון די הייליגע חשמונאים קען מען אראפ לערנען א מוסר פאר אלע דורות נישט צו ווערן מיטגעריסן מיט די סארט מענטשן וואס פירן זיך נישט על פי התורה.
כ
אפט'ס אריין די הייליגע טעג פון חנוכה וואס זענען זייער פאסיג פאר יעדען אריינצוטראכטן, און זעהן צו פארבעסערן זייער רוחניות'דיגן מצב ווי ווייט מעגליך. אזוי ווי ביי חנוכה ליכט איז די הלכה ווי די בית הלל, אז יעדן טאג איז מען מוסיף נאך א ליכט, ווייל "מעלין בקודש" אזוי אויך דארף מען פארמערן מיט תורה לערנען, און צו טוהן מצוות און מעשים טובים כדי צו קענען דערגרייכן גרעסערע מדרגות פון שלמות.
ה
אבענדיג אזעלכע גרויסע און הייליגע טעג, איז א געוואלדיגע זאך אויפצולעבן און צו באפעסטיגן א פארגעסענע אדער א נאכגעלאזטע מצוה, און דער זכות דערפון איז זייער גרויס. יעדער מענטש דארף אריין צוקלערן אין וועלכע מצוה אדער מדה ער איז שוואך, און מיט אלע זיינע כוחות זעהן דאס צו פאררעכטן. און אין דער ליבליכער יום טוב חנוכה איז די ריכטיגע צייט מען זאל באנייען דאס לערנען און דאס איינהאלטן די מצוות שבין אדם לחבירו. פון רעספעקטירן איינער דעם אנדערן, נישט רעדן קיין לשון הרע, גריסן א באקאנטן, און זוכן ביי די חברים מעלות און נישט קיין חסרונות, א.א.וו. אין זכות פון שאפן מער פריינדשאפט און ברודערליכקייט צווישן ערליכע אידן, וועלן מיר מתקן זיין דעם חטא פון שנאת חנם, וואס האט גורם געווען דעם חורבן בית המקדש. מיר האפן בעהשי"ת אז אזוי ווי אין די צייטן פון די חשמונאים איז דורך נסים ונפלאות געשעהן דער גרויסער קידוש השם, אזוי וועלן מיר אויך בקרוב זוכה זיין צו ביאת משיח צדקנו און דעמאלס וועט מקויים ווערן דער "אז אגמור בשיר מזמור חנוכת המזבח" בב"א.
המלמד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:14 |
|
| |
מאי חנוכה
א) כ"ה כסלו 25 טאג אין כסלו הייבן זיך אן די אכט טעג חנוכה.
ב) אין די צייטן פון די צווייטע בית המקדש האט געקעניגט א - מלכות של רשעות - די יונים און געמאכט שווערע גזירות אויף די יודן, זיי האבן נישט געלאזט לערנען די הייליגע תורה און טוהן מצות, זיי זענען אריין אין די היכל פון בית המקדש און צובראכן אלעס, און האבן מטמא געווען אלע טהור'ע זאכן, און האבן זייער אונטערדריקט די יודן.
ג) אין יענע צייט האט געווינט אין "הר המודיעין" א כהן פון די צדיקי הדור מיט'ן נאמען מתתיהו, ער איז געווען דער זון פון יוחנן כהן גדול, און א תלמיד פון יוסי בן יועזר און יוסי בן יוחנן.
ד) ער האט געהאט פינף הייליגע זון, יוחנן, שמעון, יהודה, אלעזר, און יונתן, זיינע קינדער זענען נאכגעגאנגען און די פיסטריט פון זייער הייליגען פאטער מתתיהו.
ה) "מתתיהו הכהן" מיט זיינע הייליגע קינדער, האבן זיך אנגענימען פארן כבוד פונעם אויבערשטן און האבן זיך קעגען געשטעלט די רשעים די "יוונים" און מיט די הילף פונעם אויבערשטערן דער מלך מלכי המלכים וואס האט זיך אויף זיי מרחם געווען און האט זיי געהאלפן אויס צו הרג'נען די רשעים, און דורך דעם געראטעוועט די יודן, און צוריק געהויבן די "מלכות ישראל" אויף מער ווי צוויי הונדרעט יאהר ביז די צווייטע חורבן בית המקדש (שיבנה במהרה בימינו), די טאג וואס די חשמונאים האבן זיך געשטארקט איבער די רשעים איז געווען כ"ה כסליו.
ו) די יודן זענען אריין אין בית המקדש און האבן דארט נישט געפונען קיין "שמן טהור" פאר די מנורה נאר איין קריגעל אינטער די ערד וואס האט געהאט אויף זיך די חותם (זיגעל) פון כהן גדול, אבער פון דעם איז נישט געווען גענוג צו צינדען נאר אויף איין טאג, האט דער אויבערשטער געמאכט א נס אז פון דעם ביסל שמן איז געווען גענוג אויף אכט טאג ביז מען האט געקענט האבן נייע שמן. (אכט טעג נעמט צו האבן נייע שמן)
פארוואס האט גענומען אזוי לאנג ביז מען האט געקענט באקומען נייע אויל?
1) ווייל די כהנים האבן זיך געדארפט רייניגן זיבן טעג פון זייער טומאת מת, וואס זיי זענען טמא געווארן פון מתים אין די צייט פון די מלחמה (דאס געדויערט 7 טעג, ווייל מען דארף שפריצן אויפ'ן מענטש וואס איז טמא, פון די פרה אדומה צוויי מאהל, דעם דריטן טאג און דעם זיבטן טאג פון זיין רייניגונג) ביז זיי האבן געקענט צוגרייטן נייעם ריינעם אויל און איין טאג צוצוגרייטן די פרישע אויל.
2) ווייל דעם פרישן אויל האט מען געדארפט ברענגען פון דערווייטענס, א וועג וואס דויערט צו גיין 4 טעג אהין און 4 טעג צוריק.
ז) צוליב דעם דאזיגען נס האבן די חכמים פון יענעם דור געמאכט די טעג פאר "ימי שמחה והלל" (טעג פון זיין בשמחה, און זאגען הלל) און געהייסן צינדען ליכט ביי די טירן פון די הייזער יעדע נאכט פון די אכט טעג.
ח) די מצות חנוכה איז א "מצוה דרבנן" פונקט אזוי ווי ליינען די "מגילה" אין פורים, אדער "הדלקת הנר" אין שבת.
ט) די ווארט "חנוכה" נעמט זיך פון צוויי ווערטער "חנו" זיי האבן גערוהט "כה" 25 טעג אין כסלו.
י) נאך א טעם פארוואס מען רופט די טעג "חנוכה" ווייל מען האט דעמאלסט פריש מחנך געווען די מזבח און אנגעהויבן צוריק מקריב צו זיין קרבנות.
י"א) דאס וואס מיר פארמערען חנוכה מיט סעודות איז נישט קיין "מצוה", עס איז נאר א "רשות" ווייל חנוכה האט מען נישט קובע געווען אויף "משתה ושמחה", אזוי ווי פורים.
י"ב) די טעם פארוואס פורים איז אנדערש - ווייל פורים האט מען געוואלט אויס'הרג'נען די נפשות (זעהלען) פון די יודן וואס דאס וואלט מבטל געווען די ענין פון "משתה ושמחה" ווייל אפילו אויב די יודן וואלטן זיך ג'שמד ח"ו וואלט מען זיי אויסגע'הרג'ט, דעריבער ווען מען איז ניצל געווארן דערפון האט מען קובע געווען (באשטימט) אויף "ימי משתה ושמחה" אבער ביי "חנוכה" ווי מען האט נישט געוואלט הרג'נען די זעהלען, נאר מען האט געוואלט זיי שמד'ן און מבטל זיין פון "שמירת תורה ומצות" דעריבער האט מען קובע געווען נאר לימי "הלל ושמחה" וואס מיט דעם ווייזען מיר פארן אויבערשטן אז מיר האבן זיך געראטעוועט פון דעם און מיר דאנקען און לויבען ווייטער נאר צו דעם אויבערשטען.
י"ג) עס זענען דא א טייל וואס האלטן אז עס איז יא דא א שטיקל מצוה צו פארמערען מיט די סעודות אין חנוכה, ווייל חנוכה איז געווען די "חנוכת המזבח".
י"ד) מען פירט זיך צו זינגען ביי די סעודות פון חנוכה, וואס דעמאלטס איז דאס לויט יעדעם א סעודת מצוה.
ט"ו) חנוכה טאר מען נישט פאסטען.
סדר הדלקת נר חנוכה
א) יעדער יוד סיי מענער און סיי פרויען זענען מחויב אין די מצוה פון "הדלקת נר חנוכה" , אפילו א ארימאן וואס שפייזט זיך פון צדקה, דארף גיין בארגען געלט אדער פארקויפן זיין קלייד כדי ער זאל האבן געלט אויף צו קויפן שמן צו קענען צינדען "חנוכה לעכט".
ב) קינדער וועלכע פארשטייען שוין די נס פון חנוכה, דארפן צינדן, אדער יוצא זיין חנוכה ליכט צינדן.
ג) די ערשטע נאכט צינדט מען אהן איין ליכט און די צווייטע נאכט צינדט מען צוויי ליכט, אזוי שטעלט מען צו יעדע נאכט נאך א ליכט. צוזאמען זענען די אלע ליכט וואס מען צינדט די אכט טעג זעקס און דרייסיג (36) ליכט.
ד) אלע מינים אויל זענען כשר צו צינדן דערמיט חנוכה ליכט, אבער דאס בעסטע און דאס חשוב'סטע איז צו צינדן מיט "שמן זית" ווייל דאס איז גלייך צו די נס וואס איז געווען אין בית המקדש, וואס דארט איז געווען "שמן זית". אבער אויב מען האט נישט קיין שמן זית זאל מען צינדן מיט אנדערע אויל.
ה) אלע קנויטן און ליכט זענען כשר פאר די נרות חנוכה, אבער מצוה מן המבחר איז צו נעמען "צמר גפן" (בוים וואויל (pure cotton.
ו) דער מנהג איז אז יעדער פון די משפחה זאל צינדען, אבער מען זאל צינדען אין א באזונדערע מנורה, כדי מען זאל קענען דערקענען וויפיהל לעכט מען צינדט יענע נאכט.
ז) מען מעג צינדען אין א רינדיגע כלי, אבער נאר אויב ער דעקט ארויף א כלי אז מען זאל קענען דערקענען יעדע קנויט באזינדער, ווייל טאמער לייגט ער נישט ארויף א דעקל זעהט עס אויס ווי א גרויסע פאקעל (הבדלה ליכט), וועט דאס נישט זיין גערעכנט אפילו נישט פאר איין ליכט, דעריבער איז בעסער אז מען זאל זעהן צו צינדען די חנוכה ליכט אין א גראדע שורה.
ח) מען טאר זיך נישט באנוצן מיט די ליכטיגקייט פון די חנוכה ליכט, ווי למשל אריינקוקען אין א ספר ווען אין שטוב איז טונקל און נאר די חנוכה ליכט ברענען.
ט) מען טאר אויך נישט אנצינדן איין ליכט פונעם אנדערן. דערפאר פירט מען זיך אנצוצינדן אן עקסטערן ליכט, וואס מען רופט "שמש", און מען צינדט אהן דערמיט די ליכט. אויב מען וויל זיך באנוצן מיט די ליכטיגקייט זאל מען עס טוהן קעגן די ליכט פונעם "שמש".
י) דעם "שמש" זאל מען נישט שטעלן אין איין רייע מיט די אנדערע ליכט נאר העכער אדער נידעריגער.
מקום הנחת נר חנוכה
א) די מנורה דארף מען שטעלן אזוי, אז די ליכטלעך זאלן זיין העכער פון דריי טפחים, און לכתחלה זאל דאס זיין אונטער צען טפחים, אויב ער לייגט דאס העכער צוואנציג איילן איז פסול.
ב) די מצוה פון "נר חנוכה" איז אנצוצינדען די חנוכה ליכט אינדרויסן ביים טיר פון די חצר כדי יעדער זאל זעהן די ליכט, און מפרסם זיין דעם נס. און דער וואס וואוינט אויף א שטאק דארף דאס אנצינדען ביי די פענסטער וואס איז צו די גאס. אבער אזוי ווי מיר זענען אין גלות צווישן די אומות העולם, צינדן מיר אין שטוב ביי די טיר כדי מפרסם צו זיין די נס פאר די משפחה, אדער ביים פענסטער מען זאל דאס זעהן אויף די גאס.
ג) מען דארף שטעלן די מנורה אויף די לינקע זייט קעגן די מזוזה וואס איז אויף די רעכטע זייט, כדי מען זאל זיין ארומגענומען מיט מצוות. די מנורה דארף מען שטעלען א טפח נעבן די טיר.
זמן הדלקת הנרות
א) דער זמן פון צינדן חנוכה ליכט איז תיכף ווען עס ווערט נאכט, ביז א האלבע שעה. אויב מען האט פארשפעטיגט קען מען צינדן שפעטער א גאנצע נאכט.
ב) מען דארף אריינגיסן אין די מנורה אזויפיל אויל עס זאל קענען ברענען צום ווייניגסטענס א האלבע שעה. אויב עס האט זיך אויסגעלאשן אין די האלבע שעה, דארף מען דאס נישט צוריק אנצינדן.
ג) אויב ער ווייסט אז ער וועט נישט האבן קיין צייט צו צינדען ווען עס ווערט נאכט, מעג ער צינדען פון "פלג המנחה" (וואס מען דארף אויסרעכענען לויט די שעות זמנית) אבער מען דארף אריינלייגען געניג אויל אז עס זאל ברענען ביז א האלבע שעה נאך צאת הכוכבים.
ד) א האלבע שעה פאר דעם זמן פון צינדן חנוכה ליכט טאר מען נישט עסן קיין סעודה ביז מען צינדט די ליכט.
ה) אין בית המדרש צינדט מען חנוכה ליכט אויף די דרום זייט איידער מען דאווענט מעריב, דער צינדער זאל שטיין מיט'ן פנים צו צפון אזוי ווי אין בית המקדש.
ו) איידער מען גייט אנצינדן חנוכה ליכט זאל מען זיך וואשן די הענט.
ז) די ערשטע נאכט מאכט מען דריי (3) ברכות איידער מען צינדט אהן די ליכט.
• 1) "להדליק נר (של) חנוכה"
• 2) "שעשה נסים לאבותינו"
• 3) "שהחיינו"
ח) פון די צווייטע נאכט אהן מאכט מען נאר די ערשטע צוויי ברכות, "להדליק", און "שעשה נסים".
ט) דאס ערשטע ליכטל שטעלט מען אויף די רעכטע זייט פון די מנורה, די צווייטע נאכט שטעלט מען צו א ליכט לעבען דעם אויף די לינקע זייט און מען הייבט אהן צו צינדן פון די לינקע זייט פריער דאס נייע ליכט וואס מען האט צוגעשטעלט, דערנאך צינדט מען דאס נעכטיגע וואס איז אויף די רעכטע זייט.
ט) נאכ'ן צינדן די ערשטע ליכט קען מען שוין זאגען "הנרות הללו", און דערנאך זינגט מען זמירות - יעדער לויט זיין מנהג ווי ער האט גיזעהן ביי זיינע עלטערן ווי זיי האבן מקבל געווען פון זייערע עלטערין און רבי'ס, מנהיגים וצדיקי אמת.
י) וויבאלד מיר פסק'ענען "הדלקה עושה מצוה" ד.ה. אז די גאנצע מצוה איז נאר דאס אנצינדען, דעריבער דארף מען זעהן אז די ליכט זאלן ליגען בשעת מען צינדט, אויף א פלאץ ווי מען מעג צינדען, למשל אויף א ארט וואס איז אינטער צוואנצוג (20) אמות. ווייל אויב ער וועט שטעלן די מנורה נאכן צינדען אויף די כשר'ע פלאץ איז דאס פסול, און ער וועט נישט האבן יוצא געווען.
י"א) די זעלבע וועט זיין אויב ער לייגט נישט אריין געניג אויל אז עס וועט נישט קענען ברענען א האלבע שעה האט ער נישט יוצא געווען.
י"ב) מען פירט זיך צו בלייבן זיצען לעבען די חנוכה ליכט א האלבע שעה.
שבת חנוכה
א) אן ארימאן וואס האט נישט גענוג געלט צו קויפן סיי "נר שבת" און סיי "נר חנוכה" זאל ער ענדערש קויפן "נר שבת".
ב) אויב ער האט נישט גענוג געלט צו קויפן סיי "נר חנוכה" און סיי "וויין פאר קידוש" זאל ער ענדערש קויפן "נר חנוכה".
ג) ערב שבת צינדט מען קודם "נר חנוכה" און דערנאך די "נר שבת".
ד) וויבאלד עס קומט אויס אז מען צינדט ערב שבת די מנורה זייער פרי דארף מען זעהן אז מען זאל אריינלייגען גענוג אויל אז עס זאל קענען ברענען ביז א האלבע שעה אין די נאכט.
ה) לכתחלה זאל מען זעהן צו דאווענען מנחה ערב שבת איידער מען צינדט די חנוכה ליכט.
ו) שבת חנוכה זאגט מען ביי אלע תפלות און אויך ביים בענטשען "על הניסים" אזוי ווי אלע אנדערע טעג.
ז) שבת חנוכה נעמט מען ארויס צוויי ספרי תורות, אין די ערשטע ספר ליינט מען די פרשת השבוע, און אין די צווייטע ליינט מען די קריאה פון חנוכה (פרשת חנוכת הנשיאים, אין פרשת נשא)
ח) אויב ר"ח טבת געפאלט אין שבת נעמט מען ארויס דריי ספרי תורות אין די ערשטע ספר תורה ליינט מען די פרשה פון די וואך, אין די צווייטע ספר ליינט מען פון ראש חודש, (ובראשי חדשיכם) אין די דריטע רופט מען אויס דער "בעל מפטיר" און מען ליינט די קריאה פון חנוכה.
מנהגים
א) עס איז א מנהג צו עסן מיליכיג'ס (קעז) אין חנוכה, ווייל די נס איז ארויס געקומען דורך מיליכיגע מאכלים.
ב) פרויען פירן זיך, נישט צו טוהן קיין מלאכה אין די ערשטע האלבע שעה פון ווען מען צינדט די חנוכה ליכט.
ג) מען פירט זיך צו שפילן דריידל וואס שטייט אויפגעשריבן די אותיות ג' ש' נ' ה'
ד) מען פירט זיך ארומצוגיין זאמלען געלט.
ה) צו קוקן אויף די חנוכה ליכט ווען זיי ברענען איז א סגולה, אזוי ווי עס שטייט אין די ספרים הקדושים.
סדר התפלה
א) גאנץ חנוכה ביי אלע תפלות שמונה עשרה וואס מען דאווענט זאגט מען ביי די ברכה פון מודים פאר ועל כולם "ועל הנסים" און "בימי מתתיהו". אויב מען האט פארגעסען צו זאגען "על הניסים" דארף מען נישט איבער דאווענען.
ב) אלע אכט טעג חנוכה זאגט מען ביי שחרית נאך שמונה עשרה גאנץ "הלל" (דאס מיינט אז מען זאגט אויך די קאפיטלעך פון "לא לנו" מיט "אהבתי").
ג) חנוכה דאווענט מען נישט קיין מוסף נאר אין די טאג ווען עס געפאלט ראש חודש טבת.
ד) מען זאגט נישט קיין תחנון (און נישט קיין א-ל ארך אפים), אויך זאגט מען נישט "למנצח" פאר "ובא לציון" און נישט "תפלה לדוד" און "בית יעקב" פאר'ן שיר של יום.
ה) אין אטייל מקומות זאגט מען נאך "עלינו" פון תפלת שחרית דאס קאפיטל "מזמור שיר חנוכת הבית"
ו) אלע טעג פון חנוכה ליינט מען די פרשת חנוכת המזבח וואס איז אין פרשת נשא.
ברכת המזון
א) ביים בענטשן זאגט מען "על הניסים" און "בימי מתתיהו" ביי די צווייטע ברכה "נודה לך".
ב) אויב האט מען פארגעסן צו זאגען "ועל הניסים" דארף מען נישט איבער בענטשען, אויב מען האלט פאר "הרחמן הוא יזכנו לימות המשיח" זאגט מען א ספעציעלע "הרחמן" מען דארף צו זאגען "הרחמון הוא יעשה לנו נסים ונפלאות כשם שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה".
ג) ביי די נאך ברכה פון "על המחיה" און "על העץ" זאגט מען נישט קיין "על הנסים" און קיין שום אנדערע דערמאנונג וועגן חנוכה.
זאת חנוכה
א) "זאת חנוכה" איז די אכטע טאג חנוכה.
ב) דער טאג ווערט אנגערופן "זאת חנוכה" ווייל ביים ליינען דערמאנט מען "זאת חנוכת המזבח".
ג) פון צדיקים ווערט געברענגט אז פון ראש חודש אלול ביז זאת חנוכה לייכט אויפן הימל אזוי ווי א אויסגעשטרעקטע האנט אנצונעמען די אלע וואס ווילן תשובה טון און אויב זיי האבן נאך נישט תשובה געטון אין די עשרת ימי תשובה קען נאך זייער תשובה אנגענומען ווערען ביז חנוכה און מען איז מבטל דעם גזר דין.
ד) זאת חנוכה פארברענט מען די קנויטן מיט די אויל וואס איז געבליבן פון די חנוכה ליכט.
רמזים על חנוכה
"מלך רופא נאמן" איז בגימטריא "להדליק נר חנוכה" חנוכה איז א זמן וואס ברענגט רפואות
(אמרי נועם)
ווער עס דארף א רפואה, קען דאס פועל'ן אין די חנוכה טעג.
(הר"מ מקאברין)
די גמרא זאגט "יומא דחנוכה תמניא אינון דלא למספד" ד.מ. חנוכה זענען אכט טעג, וואס אין זיי טאר מען נישט האלטן קיין הספד:
קען מען זאגען בדרך צחות, אז די נס חנוכה האט א כח אונז צו באשיצען אז מען זאל נישט דארפן קיינעם מספיד זיין.... (ד.מ. עס וועט נישט פאסירן קיין אומקליק ח"ו)
(כונת הלב)
דורך די ליכט פון חנוכה איז א מענטש זוכה געהאלפן צו ווערן פון אלע צרות.
(חסד לאברהם)
חנוכה קומען אראפ השפעות זוכה צו זיין, צו בני חיי ומזוני (בני שלשים)
אין שו"ע ווערט ג'פסק'נט אז מאכן א סעודה אין חנוכה איז א רשות, די סיבה דערפון איז ווייל די חכמים האבן פאר אונז געוואלט איבער לאזן א סעודה וואס מיר אליין זאלן דאס קענען מאכן פאר א סעודות מצוה (דורך זינגען זמירות)
(חידושי הרי"ם)
די זעלבע חסדים און ניסים, און הארות וואס זענען געווען דעמאלס אין די צייטען פון מתתיהו בן יוחנן כהן גדול ווערן אנפלעקט צו אונז יעדעס יאהר.
(קדושת לוי)
פארוואס האט מען באשטימט מקיים צו זיין די מצות חנוכה ביי די טיר? ווייל דאס איז אונז מרמז אז די ימי חנוכה איז די עפענונג און דו אנהייב צו די גאולה שלימה.
(שפת אמת)
"אמר רב הונא, הרגיל בנר" וכו' דער וואס איז געוואוינט און די מצוה פון צינדען ליכט, וועט ער האבן קינדער תלמידי חכמים (פי' רש"י - דכתיב "כי נר מצוה ותורה אור" דורך צינדען די נרות של מצוה פון שבת און חנוכה, קומט די "אור התורה")
(מסכת שבת כ"ג ע"ב)
יעדער וואס איז מזלזל אין די מצות חנוכה זעהט דאס אויס ווי איינער וואס לייקינט אפ די גיטס וואס דער אויבערשטער האט געטוהן
(סדר היום)
די מדקדקים במצות פירן זיך נישט צו פארמערן מיט רעדען דברי חול בשעת די חנוכה ליכט ברענען, און יעדער וואס טוט אזוי, וועט זוכה זיין צו זעהן די זיסקייט פון דעם אויבערשטן, און וועט אויך זוכה זיין צו זעהן די נרות ווי אזוי זיי לייכטען אין בית המקדש.
(יסוד יוסף)
דורך קוקן אויף די חנוכה ליכט קען ער זיך באהעפטן צו די מצוה, און זיך אויסלייטערן זיינע אויגן אז זיי זאלן נישט קוקן אויף קיין שום שלעכטע זאך.
(שפתי צדיק)
קוקן אויף די חנוכה ליכט איז א תקון פאר די אויגן אויב מען האט געקוקט אויף נישט גיטע זאכן, און עס איז אויך א שמירה צו ווערן אפגעהיטן אויף ווייטער אז מען זאל זיך מער נישט פוגם זיין די אויגן
(בית אברהם)
דעריבער טייער תלמיד זיי קלוג און קוק אריין אין די הייליגע ליכטלעך און די ערשטע האלבע שעה וואס זיי ברענען און זיי שטארק נזהר אויף וואס די קוק'סט אין די הייליגע טעג פון חנוכה
עס איז אמאהל געקומען א יוד צום הייליגן אפטער רב זצ"ל וואס דער יוד האט געהאט א קראנהייט אז ער פלעגט זיין מרה שחורה ר"ל (אלעמאהל געווען פארביטערט ביי זיך) האט איהם דער הייליגער אפטער רב זצ"ל באפוילן דאס ער זאל קוקן אויף די נרות חנוכה, ווען דער יוד איז אויפגעשטאנען איז ער געווען אן אנדערע מענטש, א געזינטער פרייליכער מענטש!
(בינת ישראל)
משיח איז די ר"ת מ'דליקין ש'מונת י'מי ח'נוכה, דאס איז א רמז אז די מצוה פון חנוכה איז מקרב דאס קומען פון משיח.
(זרע קודש)
די גמר החתימה פון ראש השנה, יום כיפור, סוכות, ציעט זיך ביז חנוכה, און חנוכה איז די גמר החתימה.
(שער יששכר)
אין די טעג (פון חנוכה) דארף מען מתקן זיין אלע זאכן וואס זענען גורם אז די שכינה הקדושה זאל נסתלק ווערן פון די יודן.... עס איז נישט דא קיין גרעסערע מרידה אינעם אויבערשטן פון די וואס רעדען אין די בתי כנסיות.
(דרושי הצל"ח)
צדקה:
דער מגן אברהם ברענגט אז דער מנהג איז אז די ארימע לייט גייען חנוכה נאך צדקה, קען מען זאגען א רמז, אז "נס חנוכה" באטרעפט 199 אזוי ווי די ווארט "צדקה". (אמרי חיים)
דריידיל:
די אותיות וואס מען שרייבט ארויף אויף דעם דריידיל איז "ג-ש-נ-ה". דאס איז מרמז אויף די מצות וואס מען טוט חנוכה, נרות, שמן, הלל, גדול. דאס מיינט אז מען צינדט נרות פון שמן, און מען זאגט גאנץ הלל.
טייערע תלמיד:
דאס איז נאר א טייל פון די פיהלע ענינים וואס די השפעות פון חנוכה
ברענגען מיט זיך מיט !
כף אחת עשרה זהב מלאה קטרת (במדבר ז')
(דעם פסוק ליינט מען יעדן טאג חנוכה)
אין דעם פסוק איז מרומז די הלכות פון צינדן חנוכה ליכט
"כף"
איז ראשי תיבות פחות כ' (די מנורה דארף זיין נידעריגע פון צוואנציג איילן).
"אחת"
איז ראשי תיבות א' ח' תמנה (פון איינס ביז אכט זאלסטו ציילן דאס מיינט אז מען צינדט פון איינס ביז אכט אזוי ווי די בית הלל).
"עשרה"
איז ראשי תיבות עד שתכלה רגל השוק (עס זאל ברענען ביז די מענטשען גיין שוין נישט אויף די גאס).
"זהב"
איז די ראשי תיבות זמנו בין השמשות (דער זמן פון צינדן די חנוכה ליכט איז בין השמשות).
"מלאה"
איז די ראשי תיבות מצותה להדליק אצל הפתח (די מצוה איז צו צינדן נעבן די טיר).
"קטרת"
איז די ראשי תיבות קרוב טפח רוחב תדליק (מען דארף אנצינדן די מנורה א טפח ברייט נאנט צו די טיר)
(מהרצ"ה מזידיטשוב זי"ע)
די הלכות און די מעשה פון חנוכה קען מען זעהן פון די ווארט "חנוכה"
חנוכה - איז די ראשי תיבות חשמונאים נתגברו והרגו כל האויבים
(חנוכה האבן די חשמונאים זיך געשטארקט און אויסגע'הרג'ט אלע פיינט)
חנוכה - איז די ראשי תיבות נס כהנים וגם חנוכת המזבח
(חנוכה איז געווען דער נס פון די כהנים און אויך די באנייאונג פונעם מזבח)
חנוכה - איז די ראשי תיבות נס השמן וגם כהני חשמונאים
(חנוכה איז געווען דער נס פונעם אויל און אויך פון די כהנים די חשמונאים)
חנוכה - איז די ראשי תיבות ח' נרות ועם כלם השמש
(חנוכה צינדען מיר אכט ליכט און מיט זיי אלע א שמש)
חנוכה - איז די ראשי תיבות חוצה נדלקים וזמנם כל הלילה
(אינדרויסן ווערן געצינדען די חנוכה ליכט, און זייער צייט איז א גאנצע נאכט)
חנוכה - איז די ראשי תיבות חייבים כולם נשים וקטנים המחונכים
(מחויב אין די מצוה זענען אלע, פרויען און קליינע קינדער וואס זענען שוין מחונך)
(ספר מטעמים)
ע"פ החתם סופר זי"ע
חנוכה - איז די ראשי תיבות חשמונאים נלחמו ונצחו כל היונים
(חנוכה האבן די חשמונאים מלחמה געהאלטן און זיי האבן באזיגט אלע יונים)
חנוכה - איז די ראשי תיבות חשים נכנסו ופינו כלי ההיכל
(געשיקטערהייט זענען זיי אריין און זיי האבן אויסגערייניקט די כלים פונעם היכל)
חנוכה - איז די ראשי תיבות חתום נמצא ובטבעת כהן הגדול
(פארזיגלט האט מען עס געטראפן (דעם קריגל) און מיטן רינגל פונעם כהן גדול)
חנוכה - איז די ראשי תיבות חבתם נגלית והספיק כל השמונה
(די ליבשאפט פון די אידן איז באוויזן געווארן און עס איז גענוג געווען דער אויל פאר די גאנצע אכט טעג)
חנוכה - איז די ראשי תיבות חכמים נמנו וקבעו כסלו הבא
(די חכמים האבן זיך צוזאמען געציילט און זיי האבן באשטימט חנוכה אויף דעם חודש כסלו פונעם קומענדיגן יאהר)
חנוכה - איז די ראשי תיבות ח' נרות ולגמור כל ההלל
(אכט ליכט צינדען מיר, און מיר ענדיגן גאנץ הלל)
די אותיות פון די א' ב' איז מרומז עניני חנוכה:
א' ב' ג' ד' ה' ו' ז' ח'
איז מרומז אז מען זאל צינדען ווי דער בית הלל דאס מיינט ערשטער טאג א', די צווייטע טאג ב', די דריטער טאג ג' און אזוי ווייטער ביז די אכטע טאג ח'.
ט' י' כ'
טפחים י' כשר, אויב די מנורה ליגט העכער 10 טפחים איז עס כשר.
ל' מ'
למעלה מעשרים, אויב מען האט געלייגט העכער 20 אמות די....
נ'
נרות, די ליכט פון חנוכה, אדער ....
ס'
סוכה, א סוכה וואס איז העכער 20 אמות, אדער ....
ע'
עירוב, א עירוב ביי א מבוי וואס איז העכער 20 אמות.
פ'
פסול, זענען זיי אלע פסול.
צ' ק' ר' ש' ת'
צדיקים קדושים רצחו שונאי תורה, די הייליגע צדיקים האבען ג'הרג'עט די וואס האבען פיינט תורה.
רמזים אויף די ווארט "מכבי"
די חשמונאים האבן זיך גערופן "מכבי". איין טעם איז, ווייל דאס ווארט מכבי איז די ראשי תיבות פון די ווערטער מי כמוך באלים י' און דאס איז געווען אויפגעשריבן אויף זייער פאהן.
דער הייליגע חת"ם סופר זצ"ל שרייבט אז "מכבי" איז די ר"ת מתתי' כהן בן יוחנן. זיי האבן זיך געשטארקט מיט דעם זכות און כח פון זייער פאטער, דער כהן גדול און צדיק הדור אין יענע צייטן.
די ראשי תיבות פון די ווערטער ויהי ביום כלות משה וכו' (במדבר ז' א) (מיט דעם פסוק הייבט מען אהן צו ליינען די פרשת הנשיאים אין חנוכה) זענען די אותיות פון דעם ווארט "מכבי" דאס ווארט וואס די חשמונאים האבן געהאט אויפגעשריבן אויף זייער פאהן.
רמזים לחנוכה מן התורה
דער 25'סטער ווארט פון די תורה איז "אור" דאס איז א רמז אז די 25'סטער טאג וועט זיין א נס מיט אור.
פאר די ווארט אור שטייט "יהי" (יהי אור) "יהי" באטרעפט 25 דאס איז אויך א רמז אז די 25'סטער טאג (פון כסלו) וועט זיין א נס מיט אור.
אין פרשת מסעי זעהט מען אז די 25'סטער פלאץ ווי די אידן האבן גערוהט אין די מדבר הייסט חשמנה (קאפיטל ל"ג פסוק כ"ט) דאס איז א רמז אז די חשמונאים וועלען רוהען פון די מלחמה דעם 25'סטער טאג
(הרה"ק ר"ש מבעלזא)
דער בני יששכר ברענגט א רמז פון די תורה אויף דעם יום טוב חנוכה. פון פרשת אמור קאפיטל כ"ג ווי די תורה רעדט פון אלע ימים טובים און די לעצטע איז יו"ט סוכות. און קאפיטל כ"ד הייבט זיך אהן וידבר .... לאמר צו את בני ישראל ויקחו אליך שמן זית זך כתית למאור .... דאס קומט מרמז זיין אז נאך די יו"ט סוכות וועלען מיר מאכען א יו"ט מיט שמן זית וואס דאס איז חנוכה וועגען דעם שטייט דאס נאנט צו יו"ט סוכות, און אויך אזוי ווי יו"ט סוכות איז אכט טעג איז די יו"ט חנוכה אויך אכט טעג. און אזוי ווי סוכות זאגט מען גאנץ הלל אזוי אויך חנוכה זאגט מען גאנץ הלל.
רמז לחנוכה מן התורה מפרשת מקץ
דער בעל הטורים ברענגט, אז וויבאלד חנוכה געפאלט אלעמאהל אין די וואך פון פרשת מקץ, ווערט אין דעם ווארט "שנתים" אנגעוויזן די מצוה פון צינדן חנוכה ליכט. "שנתים" איז די ראשי תיבות פון שמאל נר תדליק ימין מזוזה, אז ווען מען צינד די מנורה ביי די טיר זאל די חנוכה מנורה זיך געפונען אויף די לינקע זייט און די מזוזה אויף די רעכטע זייט.
שברו לנו מעט אכל (קאפיטל מ"ג פסוק ב') איז מרומז די ליכט פון חנוכה "לנו" איז בגימטרי' 86 "שברו לנו" צוברעך די ווארט "לנו", וואס באטרעפט 86, וועט זיין די העלפט 43 "ומעט אכל" אויב די וועסט נעמען די קלענסטע אות פון די ווארט "אכל" וואס דאס איז אן "א" איז צוזאמען 44, אזוי פיל ווי די צאל ליכט וואס מען צינד חנוכה, 36 ליכט מיט די 8 שמשים.
ביי די ענדע פון יעדע פרשה שטייט געשריבן דער סכום וויפיל פסוקים עס זענען פארהאנען אין די פרשה. סוף פ' מקץ ווערט נאכדעם געברענגט דער סכום וויפיל ווערטער עס איז דא אין די סדרה, עס שטייט דארט אלפים כ"ה.(2025)
עס קען זיין אז אין דעם איז מרומז דער יו"ט חנוכה. דאס ווארט "נר" באטרעפט 250 קומט אויס אז אכט מאהל נר איז 2000. דאס מיינט דאס ווארט אלפים 2000, און כ"ה איז מרמז דעם טאג וואס עס הייבט זיך אהן חנוכה, דעם 25'סטן טאג אין כסלו.
(בני יששכר בשם הרה"ק מזידיטשוב)
רמז לחנוכה מן התורה כהלל
אויך קענען מיר טרעפן א רמז אין די פסוקים צו די בית הלל, עס איז דא א מחלוקות ווי אזוי מען זאל צינדען. די בית הלל לערנען "מוסיף והולך" ד.מ. די ערשטע נאכט איינס, די צווייטע נאכט צוויי, וכו'.און די בית שמאי לערנען "פוחת והולך" ד.מ. די ערשטע נאכט אכט, די צווייטע נאכט זיבן וכו'. מיר פסק'נן אזוי ווי בית הלל.
אין פרשת אמור קאפיטל כ"ד פסוק ב' שטייט צו את בני ישראל ... שמן זית זך ... להעלות "נר" וואס דאס איז איין ליכט, א לשון יחיד און אין פסוק ד' שטייט יערוך את "הנרות" וואס דאס איז א לשון רבים מערערע ליכט דאס איז א ראי' צו די בית הלל אז די ערשטע נאכט איינס און שפעטערע נעכט מערערע.
דאס איז אויך מרומז אין די ווארט "חנוכה" ח' נ'רות ו'הלכה כ'בית ה'לל.)
זאת חנוכה
עס איז מקובל אז די גמר דין פון די ימים נוראים איז אין זאת חנוכה:
און לכאורה ווייסען מיר אז די גמר דין איז "יום כיפור", אדער שפעטענס "הושענה רבא", אבער וואס פאר א גמר דין איז "זאת חנוכה" ?
נאר עס קען זיין אז עס זענען פארהאנען דריי גמר דין'ס, איינס איז אויף פרנסה, די צווייטע איז ווער עס זאל בלייבען לעבען אדער ח"ו שטארבען, און די דריטע איז בכלליות אויף כלל ישראל.
די ערשטע גמר דין פון פרנסה, "מי יעני ומי יעשר" (ווער עס זאל ווערן ארים ח"ו און ווער זאל ווערן רייך) איז אין "יום כיפור", די צווייטע פון "מי יחיה ומי ימות" (ווער עס בלייבן לעבן, און ווער עס זאל חלילה נישט בלייבן לעבן) איז אין הושענא רבה, און די דריטע גמר דין אויף כלל ישראל איז זאת חנוכה.
דאס אלעס קען זיין איז מרומז אין די ערשטע משנה פון מסכת סנהדרין:
"דיני ממונות בשלשה", עניני פרנסה, געלט זאכען איז בשלשה, דריי טעג, צוויי טעג פון ראש השנה, און איין טאג יום כיפור.
"דיני נפשות בעשרים ושלשה", דאס הייסט "מי יחי' ומי ימות" איז דריי און צוואנציג, דאס זענען די דריי און צוואנציג טעג פון ראש השנה ביז סוף הושענא רבה (שמחת תורה)
"ושבט בשבעים ואחד", א דין וואס איז נוגע א גאנצע שבט איז מיט איין און זיבעציג, דאס זענען די איין און זיבעציג טעג פון הושענא רבה ביז זאת חנוכה.
(מדברי רבינו מווין זצוק"ל)
מצוה להניחה על פתח ביתו
ת"ר האבן די רבנן געלערנט, "נר חנוכה מצוה להניחה על פתח ביתו מבחוץ" די נרות חנוכה איז א מצוה צו שטעלן ביי די טיר אינגערויסן:
און שלחן ערוך (או"ח סימן תרע"א) ווערט גע'פסק'נט אז די נרות חנוכה דארף מען צו צינדען אינדערויסן ביי די טיר פון די חצר.
דארף מען פארשטיין פארוואס זענען די נרות חנוכה אנדערש אז דאס דארף מען צינדען אינדערויסן ווי אלע אנדערע מצות פון די תורה וואס אפילו מען דארף אויך מפרסם זיין די נס, ווי למשל ליינען פורים די מגילה און מען דארף דאס נישט טוהן אויף די גאס?
נאר מען קען דאס פארענטפערן מיט דעם וואס די גמרא דרש'נט אין מסכת יומא (דף פ"ו ע"א) אויף די פסוק "ואהבת את ה' אלוקיך" אז די זאלסט מאכן דעם אויבערשטענס נאמען באליבט ביי מענטשען, ווי למשל דורך לערנען חומש, אדער גמרא, און משמש זיין תלמידי חכמים, און זיך באנעמען מיט אנדערע מענטשען מיט רואיג'קייט, און האנדלען ערליך, וואס וועלן דעמאלט'ס מענטשן זאגן אויף אזא איינעם? "וואויל איז דער טאטע וואס האט מיט איהם געלערנט תורה, וואויל איז דער רבי וואס האט איהם געלערנט תורה, קוקט ווי שיין זענען זיינע מעשים טובים"
פון די גמרא קען מען זעהן, אז עס איז נישט געניג דאס וואס א מענטש פירט זיך אויף גוט אינדערהיים, נאר איבעראהל ווי מען איז דארף מען זיך אויפירען ערליך, און ווען די גייסט אויף די גאס, צו אין א געשעפט זאל מען זעהן אויף דיר אז די ביסט א בן תורה!
דעריבער קען מען זאגען אז וועגן דעם האבן די הייליגע חז"ל געהייסן צינדען די נרות חנוכה אינדערויסן, ווייל די חכמים האבן אונז געוואלט לערנען אז עס איז נישט גענוג דאס וואס א מענטש צינט אן די חנוכה ליכט ביי זיך אינדערהיים וואס די נרות זענען דאך מרומז אויף תורה (כי נר מצוה ותורה אור) נאר אפילו ווען ער שטייט אונדערויסן אויף די גאס, דארף ער געדענקן אלע מאהל צו מאכן א קידוש השם און אנצינדען די נרות חנוכה דאס מיינט, זיין ערליך מיט זיין תורה אפילו אויף די גאס.
(שמן ראש - מכ"ק אדמו"ר מ'ווין שליט"א)
בית יוסף'ס קשיא
עס איז באוויסט די באקאנטע קשיא, וואס ווערט אנגערופען מיט די נאמען "די קשיא פון בית יוסף", וואס ער פרעגט פארוואס האבען די חכמים מתקן געווען צו צינדען חנוכה ליכט אכט טעג, די נס איז דאך נאר געווען זיבען טעג, ווייל אין די קריגעל וואס מען האט געפונען איז דאך געווען גענוג אויעל אויף איין טאג, קומט דאך אויס אז די נס איז נאר געווען אויף זיבען טעג ?
ענטפערט דער בית יוסף דריי תירוצים:
1) מען האט צוטיילט די אויל פון קריגעל אויף אכט חלקים, און יעדע נאכט האט מען נאר אריין געלייגט איין חלק אויל (אכט'ל), און אפילו עס איז נאר געווען איין אכט'ל פון די אויל האט עס געברענט ביז אינדערפרי, איז דאך די נס געווען שוין די ערשטע נאכט.
2) מען האט אריין געלייגט די גאנצע אויל אין די מנורה די ערשטע נאכט, און די קריגעל איז נאך געבליבען פיל אזוי ווי פריער, האט מען שוין דערקענט די נס די ערשטע נאכט.
3) מען האט אריין געלייגט די גאנצע אויל פון די קריגעל אין די מנורה די ערשטע נאכט, און אינדערפרי האט מען געטראפען די נרות פון די מנורה פול מיט אויל, און אזוי איז עס געווען א יעדע נאכט, ממילא איז אויך געווען א נס די ערשטע נאכט.
1) אין שאלתות שטייט די גירסא אז אפילו אויף די ערשטע נאכט איז אויך נישט געווען גענוג שמן און דאך האט די ביסעל שמן געברענט א גאנצע נאכט.
(שאלתות)
2) ווייל די יוונים האבען געוואלט מבטל זיין דעם "ברית מילה" וואס איז די אכטע טאג, און אזוי וויא די גזירה איז בטל געווארען מאכען מיר אלץ דעם א זכר אכט טאג חנוכה.
(שלטי הגבורים בשם בעל העתים)
3) אזוי ווי מען האט נאר אנגעהויבען אריין צו גיסען די שמן אין די מנורה איז דאס שוין גלייך פיל געווארען.
(פרי חדש)
בית שמאי ובית הלל
4) עס איז דא א מחלוקת צווישען די ב"ש און ב"ה וויא אזוי מען דארף צינדען, די ב"ש האלטען אז מען דארף אנהייבען מיט אכט ליכט די ערשטע נאכט, און א יעדע נאכט צינדען מיט איינס ווייניגער, די ב"ה האלטען אז מען הייבט אהן די ערשטע נאכט מיט איינס און א יעדע נאכט דארף מען מוסיף זיין נאך איינס, און טאמער וואלט נאר געווען זיבען טעג חנוכה וואלט אויסגעקומען אז די פערטע נאכט פון חנוכה וואלט מען נישט געקענט דערקענען צו מען פירט זיך לויט די ב"ש אדער זוי ווי די ב"ה, ווייל אויב מען צינדט זיבען נעכט איז די חשבון אזוי:
בית שמאי בית הלל
ערשטע נאכט 7 1
צווייטע נאכט 6 2
דריטע נאכט 5 3
פערטע נאכט 4 4
אבער יעצט אז מיר האלטן אכט טעג חנוכה איז יעדען טאג דא א היכר אז מיר זענען מוסיף אזוי ווי די בית הלל (אזוי וויא די ר"ת פון חנוכ"ה איז ח' נ'רות ו'הלכה כ'בית ה'לל)
בית שמאי בית הלל
ערשטע נאכט 8 1
צווייטע נאכט 7 2
דריטע נאכט 6 3
פערטע נאכט 5 4
(הרה"ק ר' פנחס מקאריץ זי"ע, בת עין)
5) דערפאר האט מען דעם ערשטען טאג קובע געווען פאר א יו"ט ווייל מיר האבען געהאט די זכי' אז מיר האבען נושא חן געווען (געפונען ליבשאפט) ביי השי"ת אז ער האט געטוהן פאר אונז ניסים
(קדושת לוי)
6) ווייל די גרויסע ליכטיגקייט וואס השי"ת האט באשאפען ביי בריאת שמים וארץ (וואס מיט די ליכטיגקייט קען מען זעהן פון איין עק וועלט ביז צום צווייטען עק וועלט) אין השי"ת האט דאס באהאלטען פאר די צדיקים אויף ווען משיח וועט קומען, אין דערמאלטס האט השי"ת געמאכט א נס אז עס האט נאכאמאל געלאכטען, האט מען אויף דעם מוסיף געווען נאך א טאג פאר א יו"ט
(בני יששכר)
7) ווייל די מנורה איז געווען טמא, און מען האט געמוזט צינדען אין א נייע מנורה פון כלי חרס וואס איז נישט מקבל טומאה, און א נייע כלי חרס וואס מען נוצט צום ערשטן מאהל טוט דאך איינזאפען אין זיך, האט זיך אריינגעזאפט פון די שמן אין די נייע מנורה איז שוין אין די מנורה נישט געווען גענוג שמן פאר א גאנצע נאכט און פונדעסטוועגען דאך האט עס געברענט א גאנצע נאכט איז דער נס געווען דעם ערשטען טאג אויך.
(ייטב פנים בשם זקנו)
8) אין בית המקדש פלעגט מען אייביג צינדען מיט דיקע קנויטן וואס זרפט איין אין זיך א סאך שמן כדי די מנורה זאל שיין ברענען, אבער די שמן וואס איז געווען אין דעם פך איז נאר געווען גענוג פאר דינע קנויטען, און מען האט יעצט אויך געמאכט דיקע קנויטען אזוי ווי געווענליך, איז דאס געווען דער נס אז דאס האט אויך געברענט א גאנצע נאכט.
(חידושי הרי"ם)
9) די הלכה איז אז מען טאר נישט נאכמאכן די כלי המקדש, און אזוי וויא די מנורה פון בית המקדש איז געוועהן פון זיבען רערלעך, האט מען קובע געוועהן חנוכה אכט טעג, אז יעדער זאל האבען א מנורה פון אכט (8) רערלעך.
(שו"ת שואל ומשיב)
10) אזוי וויא די מנורה איז טמא געווארען האט מען געמאכט א נייע מנורה פון האלץ, און די מנורה האט נישט געהאט קיין בעכערס וויא מען זאל אריין גיסען די שמן, האט מען איינגעטינקען די קנויטען אין די שמן און מען האט דאס געלייגט אויף די האלץ און אזוי האט דאס בדרך נס געברענט א גאנצע נאכט.
(חתם סופר)
11) אזוי ווי מען האט אנגעפילט די מנורה אין דער פך איז צוריק אנגעפילט געווארען, האט מען מיט די שמן אנגעצינדען נאך א מנורה אינ'ם הויף פון בית המקדש, כדי מפרסם זיין דעם נס אז די פך איז צוריק אנגעפילט געווארען, און ווייזען דערמיט די ליבשאפט פון השי"ת ציא די אידען, דערפאר האט מען דעם ערשטען טאג קובע געווען פאר א יו"ט.
(מהר"י ט"ב)
דער "קומץ המנחה" ענטפערט אויף דער קשיא מיט א משל:
עס איז אמאל געווען א רייכער סוחר וואס איז געפאהרן אויף א ווייטע וועג, און ער האט געהאט ביי זיך אכט זעקלעך מיט גאלדענע מטבעות. אויפ'ן וועג זענען איהם באפאלן גזלנים, וועלכע האבן פון איהם צוגערויבט דאס געלט און על פי נס האבן זיי איין זעקל מיט גאלד נישט דערזעהן און עס איבערגלאזט.
קומענדיג אין נאהנטן ישוב האט ער געדונגען באדינערס, זיי זאלן נאכיאגן די גזלנים און דערביי האט ער געמאכט א נדר, דאס אויב השי"ת וועט איהם העלפן און ער וועט ראטעווען זיין געלד, וועט ער דערפון געבען מעשר אויף צדקה. זיין תפלה איז דערהערט געווארן און דער סוחר איז אהיים געפאהרן מיט זיין געלד שמח וטוב לב.
קומענדיג אהיים זענען שוין די גבאי צדקה געקומן איינקאסירן דעם מעשר. אבער דא האט זיך שוין אנגעהויבן א גאנצע ויכוח וויפיל מעשר ער דארף צו געבען. לויט די חשבון פון סוחר איז אויסגעקומן אז ער דארף נאר געבען מעשר פון די זיבן אוועקגערויבטע זעקלעך וואס ער האט צוריק באקומען, אבער נישט פון אכטן זעקל, וואס מען האט נישט צוגערויבט פון איהם.
אויף דעם האבען די גבאי צדקה ערקלערט אז ער האט א טעות, אז אויך פון דעם אכטן זעקל דארף ער געבען מעשר, ווייל מיט דעם אכטן זעקל איז געשעהן דער גרעסטער נס, ווייל ווען מען וואלט נישט איבערגעלאזט דאס איינע זעקל וואלט ער נישט געהאט די מעגליכקייט צו דינגען מענטשן נאך צו יאגן די גזלנים און ער וואלט דאן קיין פרוטה נישט געראטעוועט.
און דאס זעלבע איז אויך מיט'ן פך שמן: ווען נישט דער נס וואס די יונים האבן פערזעהן די קריגעל אויל, און עס נישט אנגעריהרט, וואלט ווען נישט געקענט געשעהן דער ווייטערער נס, אז אנשטאט איין טאג זאל דער אויל ברענען גאנצע אכט טעג. און אט צוליב דעם נס וואס האט גורם געווען צו די ווייטערע נסים, ווערט צוליב דעם געפייערט א באזונדערער טאג חנוכה.
א רמז צום תירוץ פון "פרי חדש" אז איין טאג מאכט מען א זכר אויף דעם "נצחון המלחמה" און זיבען טעג אויפ'ן נס פון שמן ווייל אין משניות ווערט 7 מאהל דער מאנט דאס ווארט "חנוכה" און איינמאל דאס ווארט "יון".
דא וועסטו קענען זעהן די מסכת, פרק, און משנה
און די שרייב אויב עס ווערט דארט דערמאנט דער ווארט "חנוכה" אדער דאס ווארט "יון"
בכורים פרק א' משנה ו'
תענית פרק ב' משנה י'
מגילה פרק ג' משנה ד'
מגילה פרק ג' משנה ו'
ראש השנה פרק א' משנה ג'
מועד קטן פרק ג' משנה ט'
בבא קמא פרק ו' משנה ו'
מדות פרק ב' משנה ג'
דער טורי זהב ענטפערט:
דער אויבערשטער מאכט נישט קיין נס אז עס זאל זיך פארמערען א זאך, נאר אויב עס איז שוין דא פון די זאך, אפילו עס איז נאר דא ווייניג, געבט השי"ת זיין ברכה און עס פארמערט זיך, אבער ביי א זאך וואס איז אינגאנצען ליידיג, עס איז שוין גארנישט דא, איז נישט דא אויף וואס די ברכה זאל חל זיין, מאכט נישט די אויבערשטער א נייע באשעפעניש.
איז אויב וואלט מען אויס גענוצט די גאנצע אויל די ערשטע נאכט וואלט דאך נישט געקענט געשעהן א נס אז די אויל זאל זיך פארמערען, האט מען געמוזט איבער לאזען אביסעל אין די קריגעל, און פון דעסט וועגען דאך האט עס געברענט א גאנצע נאכט, איז אויך געווען א נס די ערשטע נאכט.
מיט די ווערטער פון טורי זהב קען מען מסביר זיין די ווערטער, "ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים" ומנותר קנקנים - מיט דעם וואס עס איז איבער געבליבען אויל אין די קריגעל די ערשטע נאכט, נעשה נס לשושנים - איז געשעהן די נס אז די אויל האט זיך פארמערט אויף נאך זיבען טעג ווייל אויב עס וואלט נישט איבער געבליבען וואלט נישט געקענט געשעהן די נס), איז וועגען דעם בני בינה "ימי שמונה קבעו שיר ורננים" - האט מען באשטימט חנוכה אויף אכט טעג, ווייל די נס איז שוין געווען די ערשטע נאכט מיט דעם וואס עס איז איבער געבליבען אויל אין די קריגעל.
"הנמצא כזה איש אשר רוח אלקים בו"
קענען מיר דען טרעפן אזוי א מענטש וואס האט אין זיך א רוח אלוקים (בראשית מ"א לח)
דער מדרש ברענגט אז פרעה האט זיי געזאגט "אם נלך ונבקשנו מסוף העולם ועד סופו לא נשכח כמוהו", אפילו מיר זאלן גיין זוכן אזא מענטש פון איין עק וועלט ביז צו די אנדערע וועלן מיר נישט קענען טרעפן אזא מענטש. קען זיין דער פשט, אז די הערן פון פרעה האבן געטענה'ט, אז לויט די געזעצן פון מצרים קען נישט קיין עבד געוועלטיגן. האט פרעה צו זיי געזאגט, אז דער עבד איז אנדערש ווי אלע אנדערע עבדים, ער האט מער מעלות פון אנדערע מענטשן, ממילא איז ביי אים נישט שייך דער געזעץ. האבן די הערן צוריק געפרעגט, אויב אזוי וואלט דאך געדארפט שטיין פארשריבן אין די געזעץ ביכער אז ווען דער עבד איז געלונגן מיט אלע מעלות קען ער יא זיין א מושל אין מצרים ?
אויף דעם האט פרעה גענטפערט "אפילו מען זאל זוכן אין די גאנצע וועלט אזא מענטש וואלט מען נישט געטראפן, ממילא איז פאר די מענטשן וואס האבן געמאכט די געזעצן האבן נישט געטראכט אז עס איז פארהאנען אזא מענטש אויף דער וועלט, וועגן דעם האבן זיי דאס נישט געשריבן צווישן די געזעצן".....
(נחמד ונעים)
"שכשנכנסו יוונים להיכל"
ווען די יוונים זענען אריין אין די היכל, האבן זיי מטמא געווען אלע אויל וואס איז געווען אין היכל, "וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום" און ווען די מלכות בית חשמונאי האבן זיך געשטארקט האבן זיי געזיכט און האבן נישט געטראפן נאר איין קריגל אויל וואס איז געווען מיט די זיגל פונם כהן גדול און עס איז נישט געווען גענוג נאר אויף צו צינדען איין טאג, "נעשה בו נס" איז געשען א נס און מען האט ג'קענט צונדען דערמיט אויף אכט טאג:
פני יהושע
דער פני יהושע פרעגט א קשיא פארוואס האט השי"ת געדארפט מאכען די נס אז די אויל זאל ברענען אכט טעג, מיר פסק'נן דאך אז טומאה הותרה בציבור, וואלט מען דאך געקענט אנצינדען די מנורה מיט טמה'נע אויל ?
ענטפערט די פני יהושע אז וויבאלד די חשמונאים האבען נאכאמאהל מחנך געווען די בית המקדש, האט השי"ת געוואלט ארויס ווייזען זיין ליבשאפט צו כלל ישראל דורך א נס אז זיי זאלען מאכען די מצוה פון הדלקת הנרות מיט טהרה און קדושה.
מיט דעם וועט אויך פארענטפערט זיין די קשיא וואס מען פרעגט פארוואס דערמאנען מיר ביי על הנסים נאר די די נסים פון באזיגען די מלחמה, און מיר דערמאנען נישט די נס פון די קריגעל אויל ? און אויך איז שווער, וואס איז די רבותא מיט דעם וואס מיר זאגען טמאים ביד טהורים, ורשעים ביד צדיקים, בשלמא רבים ביד מעטים ווייזט ארויס א נס אז אפילו די אידן זענען געווען ווייניג און שוואך און פון דעס וועגען דאך האבען זיי באזיגט די יונים, אבער וואס דערמאנט מען טמאים ביד טהורים ורשעים ביד צדיקים ?
אבער לויט די פני יהושע וועט פארענטפערט זיין ביידע קשיות ווייל דעם וואס מיר זאגען טמאים ביד טהורים קומט צו זאגען די נס פון די אויל, אז השי"ת האט ארויס געוויזען זיין ליבשאפט צו כלל ישראל אז זיי זאלען קענען מחנך זיין די בית המקדש מיט טהרה, און נישט בטומאה.
נאך א תירוץ פארוואס מיר דערמאנען טמאים ביד טהורים ורשעים ביד צדיקים. ווייל עס איז באוויזט אז ווען השי"ת וויל משפט'ן די אידן צו זיי זענען ראוי פאר חסד און גוט'ס אדער חלילה פארקערט טוט נישט השי"ת דן זיין די אידן אליינס, נאר ער שטעלט זיי נעבען די גוים, און אויב אזוי איז אפילו די ערגסטע איד נאך אלץ בעסער פון די בעסטע גוי.
און דאס קען זיין פשט אין די על הנסים, "מסרת גבורים ביד חלשים", די אויבערשטער האט געטוהן מיט די אידן די נסים - און וועלכע זכות ? ווייל "טמאים ביד טהורים", ער האט געשטעלט די טמאים ביד נעבען (יד איז א לשון פון נעבען עי' רש"י על יד היאור שמות ב' פסוק ה') טהורים, די אידן, און ער האט געזעהן אז די אידן זענען ראוי אז ער זאל זיי מאכען די נסים.
הקדמה להזמר "מעוז צור"
די נאמעו פון דעם מחבר קען מען זעהן אין דעם זמר ווי ער האט זיך גע'חתמ'עט
ביי די אנהייב פון יעדע שטיקל "מרדכי חזק"
אין דעם דאזיגען זמר "מעוז צור" דערציילט מען וועגען די צרות ישראל וואס איז געווען במשך די אלע דורות אנגעהויבן פון "גלות מצרים" ביז "גלות יון" און אז דער אויבערשטער האט אונז פון דעם אלעם געראטעוועט, און אונזער האפענונג איז אויך געראטעוועט צו ווערן פון "גלות אדום" דאס איז די גלות אין וואס מיר געפונען זיך יעצט)
אין די ערשטער שטיקל פון דעם זמר - בעטען מיר א בקשה אויף "בנין בית המקדש":
אין די צווייטער שטיקל פון דעם זמר - דערמאנען מיר וועגען די "גלות ויציאת מצרים":
אין די דריטער שטיקל פון דעם זמר - דערמאנען מיר וועגען דעם "גלות בבל" און דער ישועה:
אין די פערדער שטיקל פון דעם זמר - דערמאנען מיר וועגן די צרות פון "המן האגגי" און זיין מפלה:
אין די פינפטער שטיקל פון דעם זמר - דערמאנען מיר וועגן די צרות פון "מלכות יון" אין וועגען די נס חנוכה:
אין די זעקסטער שטיקל פון דעם זמר - בעטן מיר א בקשה אויף געראטעוועט צו ווערן פון "מלכות אדום הרשעה" און אז מיר זאלען שוין אויסגעלייזט ווערן בקרוב ממש אמן!
ברוך אתה ה' אלוקינו געלויבט ביסט דו אויבערשטער אונזער גאט
מלך העולם דער קעניג פון די וועלט
אשר קדשנו במצותיו וואס האט אונז געהייליגט מיט זיינע מצות
וצונו, און האט אונז באפוילן
להדליק נר (של) חנוכה. צו צינדען די ליכט פון חנוכה.
ברוך אתה ה' אלוקינו געלויבט ביסט דו אויבערשטער אונזער גאט
מלך העולם דער קעניג פון די וועלט
שעשה נסים לאבותינו וואס ער האט געטון נסים צו אונזערע עלטרען
בימים ההם בזמן הזה. אין יענע יארן, אין די צייט.
ברוך אתה ה' אלוקינו געלויבט ביסט דו אויבערשטער אונזער גאט
מלך העולם דער קעניג פון די וועלט
שהחינו וקימנו וואס האט אונז באלעבט, און אונז דערהאלטן
והגיענו לזמן הזה. און האט אונז דערגרייכט, צו דער צייט.
הנרות הללו אנו מדליקין די ליכט טוען מיר אנצינדען
על הנסים ועל הנפלאות וועגען די נסים און וועגען די ווינדער
ועל התשועות ועל המלחמות און וועגען די הילף און וועגען די מלחמות
שעשית לאבותינו וואס דו האסט געטון פאר אונזערע עלטערן
בימים ההם בזמן הזה אין יענע יארן, אין די צייט
על ידי כהניך הקדושים דורך דיינע הייליגע כהנים
וכל שמונת ימי חנוכה און אלע אכט טעג פון חנוכה
הנרות הללו קדש הם זענען די נרות פון חנוכה הייליג
ואין לנו רשות להשתמש בהם און מיר האבן נישט קיין רשות זיך צו באדינען מיט זיי
אלא לראותם בלבד נאר זיי צו זעהן (אליין)
כדי להודות ולהלל די נרות זענען צו לויבן און צו דאנקען
לשמך הגדול על נסיך צו דיין גרויסען נאמען אויף דיינע נסים
ועל נפלאותיך ועל ישועתך. און אויף דיינע וואונדער און אויף דיין הילף.
מעוז צור ישועתי, דער שטארקער גאט איז דער באשעפער פון מיין הילף,
לך נאה לשבח.. פאר דיר איז שיין צו לויבן
תכון בית תפלתי, טו אנגרייטן מיין בית המקדש,
ושם תודה נזבח.. און דארט וועלען מיר שחט'ן קרבנות פון דאנק פאר'ן באשעפער
לעת תכין מטבח, אין די צייט וואס דו וועסט אנגרייטן א שחט'ונג,
מצר המנבח. פון דעם שונא וואס וויל אונז איינשלונגען (ווען די וועסט זיי שחט'ן).
אז אגמור בשיר, דעמאלט'ס וועל איך ענדיגען מיט א געזאנג,
מזמור חנכת המזבח. א מזמור פאר'ן באנייאונג פונ'ם מזבח.
רעות שבעה נפשי, מיין זעהל איז זאט געווארן פון שלעכט'ס (וואס די אומות האבן געטוהן),
ביגון כחי כלה. מיט טרויער האבן זיך גענדיגט מיינע כוחות.
חיי מררו בקושי, מיין לעבען האבן זיי פארביטערט מיט די שווערע ארבעט,
בשעבוד מלכות עגלה.. מיטן דינען דאס מלכות פון מצרים וואס ווערט אנגערופן עגלה
ובידו הגדולה, און מיט זיין שטארקע האנט,
הוציא את הסגלה. האט ער ארויסגעצויגען דאס געליבטע פאלק.
חיל פרעה וכל זרעו, דאס מיליטער פון פרעה, מיט אלע זיינע קינדער,
ירדו כאבן במצולה. האבן גענידערט ווי א שטיין אין טיפעניש פון ים!
דביר קדשו הביאני, אין זיין הייליגע וואוינונג האט ער מיך געברענגט,
וגם שם לא שקטתי. און דארט האב איך אויך נישט געהאט קיין רו.
ובא נוגש והגלני, און עס איז געקומען דער באצווינגער נבוכדנצר און האט מיך פארטריבען,
כי זרים עבדתי. ווייל איך האב געדינט פרעמדע געטער.
ויין רעל מסכתי, און פארגיפטיגע וויין האב איך מיר איינגעגאסען,
כמעט שעברתי. אביסל צייט פון ווען איך בין אוועק פון מיין לאנד איז געקומען די ישועה.
קץ בבל, זרבבל, דער סוף פינעם גלות בבל איז געקומען דורך זרובבל,
לקץ שבעים נושעתי. צו די ענדע פון זיבעציג יאהר בין איך געהאלפן געווארן.
כרות קומת ברוש, צו פארשניידן די באשטאנד פון מרדכי וואס הייסט ברוש,
בקש, אגגי בן המדתא. האט געוואלט דער המן בן המדתא
ונהיתה לו לפח ולמוקש, און דאס איז איהם געווארן צו א נעץ און א שטרויכלונג,
וגאותו נשבתה. און זיין גרויסקייט איז פארשטערט געווארן.
ראש ימיני, נשאת, דער קאפ פון מרדכי וואס קומט פון שבט בנימין האסטו דערהויבן,
ואויב, שמו מחית. און דעם פיינד המן האסטו אויסגעמעקט זיין נאמען.
רב בניו וקניניו, זיינע פיל קינדער און זיין געקויפטע פארמעגען,
על העץ תלית. האסטו אויף א בוים אויפגעהאנגען!
יונים נקבצו עלי, די יונים האבן זיך פארזאמעלט אויף מיר,
אזי בימי חשמנים. דעמאלט'ס און די צייטן פון די חשמונאים.
ופרצו חומות מגדלי, און זיי האבן צובראכן די מויערן פון בית המקדש,
וטמאו כל השמנים. און זיי האבן מטמא געווען אלע אויל'ן.
ומנותר קנקנים, און פון דעם איינעם קריגל וואס איז איבערגבליבן פון אלע קריגלעך,
נעשה נס לשושנים. איז געווארן א נס פאר די אידן וואס זענען געגליכן צו א רויז
בני בינה, די חכמים וואס האבן פארשטאנד,
ימי שמונה קבעו, האבן אויף די אכט טעג באשטימט
שיר ורננים. צו זינגען און צו לויבן צו דעם אויבערשטן.
חשוף זרוע קדשך, טו דיר אויפשארצן דיין הייליגען ארעם,
וקרב קץ הישועה. און טו מקרב זיין די ענדע פון גלות ווען אונץ וועלען געהאלפן ווערן.
נקום נקמת דם עבדיך. נעם נקמה פאר די בלוט פון דיינע קנעכט,
מאומה הרשעה. פון די גוי'שע פאלק די רשעים.
כי ארכה לנו הישועה, ווייל עס האט זיך שוין פארלענגערט די צייט איידער די ישועה קומט,
ואין קץ לימי הרעה. און עס נעמט נישט קיין עק צו די שלעכטע צייטן,
מחה אדמון בצל צלמון, מעק אויס די מלכות אדום אין גהינום,
הקם לנו רועה שבעה. שטעל פאר אונז אויף די זיבן רועים (אברהם, יצחק ....)
סיפורים קטנים לחנוכה
א ווארימקייט ביי די חנוכה לעכט
רבי בעריש פון דאלינא זצ"ל האט אמאהל געפרעגט זיין טאטן, הרב הקדוש ר' אייזיק פון זידיטשוב זי"ע, פארוואס ער פארברענגט אזוי ווייניג צייט ביי די חנוכה ליכט, ווען זיין שווער, רבי אברהם פון סטרעטין זי"ע, פארברענגט לאנגע שעות מיט שירות ותשבחות און דברי תורה, און נעמט נישט אראפ די אויגן פון די מנורה? האט איהם ר' אייזיק זי"ע צוריק געענטפערט: "עס איז מיר טאקע זייער אינטערעסאנט אויף דעם גרויסן נס וואס פאסירט מיט מיר יעדע נאכט חנוכה, וואס בשעת איך צינד אהן די ליכט ווער איך נישט פארברענט צוזאמען מיט זיי, - און דו ווילסט נאך, אז איך זאל פארברענגען א לענגערע צייט נעבן זיי?
נישט זיין אין כעס
רבי שמואל פון סלאנים זי"ע האט אמאהל אלץ יונגערמאן ערב שבת חנוכה קורץ פאר שקיעת החמה, צוגעגרייט די ליכט אין די מנורה און געגאנגען צו זיין זיידע, דעם בעל "יסוד העבודה" זי"ע, צו הערן די ברכות, און געטראכט אז באלד דערנאך וועט ער אנצינדן זיין מנורה. דערווייל איז אריבער געגאנגען א צווייטער יונגערמאן און געזעהן פאר זיך א צוגעגרייטער מנורה. האט יענער נישט לאנג געטראכט און באלד גענומען אין האנט א ליכט, און אנגעהויבן די ברכות: "אשר קדשנו.... להדליק נר חנוכה....שעשה ניסים.... בזמען הזה!!!!!!" און אנגעצינדן די מנורה. און ער איז באלד אוועק געגאנגען פון דארט. ווען ר' שמואל איז צוריק געקומען, איז שוין געווען צו שפעט צוצוגרייטן א צווייטע מנורה, און ער האט באמערקט ווי זיין מנורה ברענט שוין - - - - - ער האט זיך אביסל פארטראכט, און זיך אנגערופן: "דער אייבערשטער האט באפוילן צו צינדן די חנוכה מנורה, אבער ער האט אויך באפוילן אז מ'טאר נישט זיין אין כעס"!! - - - - - - און ער האט באלד מקבל שבת געווען מיט גרויס שמחה...
די סודות פון דריידל
דער בעלזער רב זי"ע, פלעגט חנוכה שפילן דריידל, אזוי ווי דער מנהג ישראל. ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, האט ער געבעטן אז מ'זאל איהם ברענגען א דריידל פון חוץ לארץ וואס זענען דא אויף דעם די אותיות "נ-ג-ה-ש" (מיט א "ש"). און נישט א דריידל פון ארץ ישראל וואס שטייט אויף דעם "נ-ג-ה-פ" (מיט א "פ"). נאך אסאך ארום זוכן, האט דער גבאי געטראפן ביי איינעם פון די חסידים אזא סארט דריידל, און ער האט דאס געברענגט צום רב. דער רב האט איהם געזאגט: "איך האב היינט געשפילט מיט דיין דריידל. דו זאלסט וואוסן, אז דער "בני יששכר" זאגט אין זיין ספר, אז אויב מען דרייט אויף דער וועלט, דרייט מען אויך אויף יענעם וועלט. און דארט שטייט מרומז די אלע סודות פון די אותיות "נ-ג-ה-ש". און מען דארף נישט פארענדערן די אותיות דא אין ארץ ישראל, און אויך דאהי זאל מען ארויף שרייבן מיט א "ש".
דער בני יששכר'ס יחוס:
איינמאהל ווען דער הייליגער "בני יששכר" (רבי צבי אלימלך פון דינוב) זי"ע איז געפאהרן אויף חנוכה צום הייליגן חוזה פון לובלין, האט ער אריין געטראכט אינמיטן וועג: "פארוואס אייביג ווען עס קומט אהן די חנוכה טעג פיהל איך אין מיין הארץ א געוואלדיגע הייליגע געפיהל צו טוהן די מצוה. עס קען דאך נישט זיין אז איך שטאם פון די חשמונאים, ווייל איך בין נישט קיין כהן, דעמאלס פארוואס באקום איך אזא חשק און התלהבות צו טוהן די מצוה"? ער האט באשלאסן אז ווען ער וועט אריין קומען צום הייליגן רבי'ן, וועט ער איהם דאס פרעגן. ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן - נאך איידער ער האט געעפענט זיין מויל צו רעדן, האט זיך דער רבי אנגערופן צו איהם: "זאלסט וואוסן אז דו שטאמסט פון שבט יששכר, און דאס וואס דו פילסט אזא חשק צו טוהן די מצוה ביים צינדן די חנוכה לעכט, איז ווייל אין די צייטן פון די חשמונאים ביזטו געווען אין זייער בית דין". צוליב דעם טעם האט דער צדיק אנגערופן זיין ספר אויף די ימים טובים "בני יששכר".
א זילבערנע טיש:
די שטוב כלים פון רבי יצחק אייזיק פון זידיטשוב זי"ע זענען געווען גאר פראסטע. ער האט גענוצט זילבערנע כלים נאר פאר "מצוה געברויכן", ווי צום ביישפיל: שבת לייכטערס, בעכער פאר קידוש, מנורה פאר חנוכה, בשמים ביקסעל, אתרוג פושקע, מגילה האלטער. איינמאהל האט איינער פון זיינע חסידים געווינען אין א גורל א זילבערנער טיש, און ער האט דאס געוואלט אוועק שענקן פאר דעם רבי'ן אלץ מתנה. רבי יצחק אייזיק זי"ע האט דאס אויף קיין שום באדינג נישט געוואלט אננעמען. ווען זיין זוהן רבי אליהו האט איהם ערקלערט, אז מען קען דעם טיש נוצן פאר א "דבר מצוה" - ארויף צו שטעלן אויף דעם די מנורה, האט דער רבי צוגעשטימט צו דעם און אנגענומען די מתנה. און פון דעמאלס אהן איז דער טיש שטענדיג געווען באהאלטן, און נאר אויף חנוכה האט מען דאס ארויס גענומען פאר די מנורה.
דער מעשה פון דער מסור:
חסידים פון דעם רבי'ן פון לובלין זי"ע זענען אמאהל געקומען צו פאהרן אויף חנוכה, און איהם דערציילט מיט ווייטאג אז זיי ליידן געפערליך פון א געוויסער "מסור" וואס טרעפט אייביג צו מסר'ן די אידן צו די רעגירונג, און ברענגט אויף זיי גרויסע צרות. זיי האבן אנגעשריבן א קוויטל מיט דעם מסור'ס נאמען, אז דער רבי זאל איהם צוברעכן. ווען דער רבי זי"ע האט אריין געבליקט אין דעם קוויטל, האט ער געשפיגן אויף דער ערד. צומארגענס האט מען איהם נאכאמאהל איבערגעגעבן דעם קוויטל, און ביים ערשטן בליק האט ער זיך אנגערופן: "ער באלייכט דאך אלע וועלטן"!! דערנאך האט דער רבי פארשטיין געגעבן: "ביים ערשטן מאהל ווען מ'האט מיר איבערגעגעבן דאס קוויטל, האט ער דעמאלס געשפילט אין קארטן, וואס דאס איז אסור. דערפאר האב איך געשפיגן. און ביים צווייטן מאהל האט ער געהאלטן אינמיטן צינדן די חנוכה לעכט, און דאס האט פאר איהם באלאכטן אלע וועלטן"!
א צייכן פון חנוכה:
איינמאהל ווען רבי שלמה קארלינער זי"ע האט אנגעצינדן די חנוכה לעכט, האט זיך אביסל אנגעברענט די וואנט און געווארן שווארץ. מיט גרויס שמחה האט ער זיך אנגערופן: "איך פריי זיך שטארק, יעצט וועט בלייבן א צייכן אין הויז א גאנץ יאהר פון די מצוה פון חנוכה לעכט"!!
צובראכן דעם "פח"
רבי ר' העשיל פון קראקא האט געהאט גאר א שארפע קאפ און קלאהרן פארשטאנד. איינמאהל אלץ קינד חנוכה האט זיך זיין מלמד אין חדר אנגערופן צו די קינדער: "אויב איר וועט מיר באלד זאגן וויפוהל לעכט מיט שמשים צינד מען אהן צוזאמען אין אלע נעכט פון חנוכה, וועל איך אייך אהיים לאזן פריער פאר די געווענליכע צייט"! נאך פאר דער רבי האט געענדיגט זיינע ווערטער, האט רבי ר' העשיל צוריק געענטפערט: "איך ווייס דער ענטפער! - עס איז דאך א בפירוש'ער פסוק אין תהילים (קאפ. קכ"ד): "הפח נשבר ואנחנו נמלטנו". "פח" איז בגימטריא 88. "נשבר", - צוברעכט מען אין צוויי, און עס בלייבט איבער 44! - - - "ואנחנו נמלטנו", - ווערן מיר דעמאלס באפרייט פון חדר"...
עס שטייט אין ספרים הקדושים אז די טעג פון חנוכה איז דער חינוך פון די דריטע בית המקדש שיבנה במהרה בימינו, און דעמאלס וועלן מיר זוכה זיין צו די אלע ניסים וואס עס איז געווען דעמאלס "בימים ההם בזמען הזה". זאלן מיר אלע טאקע זוכה זיין צו זעהן די ישועה פון כלל ישראל בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמען.
א לעכטיגע חנוכה !!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:19 |
|
| |
א) מקץ שנתים
איז ר"ת מצות קבעו צדיקים שמונה נר תדליק ימין מזוזה.
ב) ותבלענה השבלים הדקות את שבע השבלים הבריאות והמלאות.
אין דעם פסוק איז דא א רמז אויפן נס חנוכה מ'זאגט אין על הניסים "מָסַרְתָּ גִיבורִים בְיַד חַלָשִים" די שוואכע אידן האבן באזיגט די שטארקע יונים –אזוי אויך די דינע אויס געקלאפטע זאנגען האבן איינגעשלינגען די פעטע זאנגען.
ג) והנה עומד על היאור – הנני עומד על שפת היאור.
ביים חלום פון פרעה שטייט על היאור און ווען פרעה האט איבער געזאגט די חלום פאר יוסף האט ער ציגעלייגט דעם ווארט שפת מיט דעם קען מען טייטשן דעם פסוק וואס מען זאגט ביים יום פון יום חמישי "עדות ביהוסף שמו בצאתו על ארץ מצרים שפת לא ידעתי אשמע" אז יוסף האט געזאגט פאר פרעה דאס ווארט שפת ווייס איך נישט יעצט האב איך עס געהערט פון דיר.
ד) די ווארט חנוכה איז ר"ת ח' נרות והלכה כבית הלל אז מען איז מוסיף והולך.
ה) עס שטייט און ספרים הקדושים אז עס איז נישט דא א זאך וואס עס איז נישט מרומז אין די תורה הקדושה – קען מען זאגן א רמז "נח שם חם יפת" נח איז ר"ת נר חנוכה שם איז ר"ת שמונה מדליק חם איז ר"ת חלון מדליק יפת איז ר"ת יד פתח תדליק.
ו) מזמור שיר חנוכת הבית איז ר"ת שמחה א רמז אז חנוכה דארף מען זיין פרייליך.
ז) מזמור שיר חנוכת איז ר"ת מילה שבת חודש די דריי זאכן האבן די יונים געוואלט צו שטערן.
ח) העלית מן שאול נפשי איז ר"ת השמן א רמז אז עס געשען א נס מיט אויל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:21 |
|
| |
בס"ד
נס חנוכה
מובא בגמרא שהגמרא שואל מאי חנוכה, ומתרץ הגמרא, בתקופת החשמונאים היונים טמאו את כל השמנים שהיו בביהמ"ק וחפשו בבהמ"ק שמן כשר עם החותמת של הכהן גדול להדליק את המנורה ולא מצאו אלא פך שמן שמספיק ליום אחד והקב"ה עשה נס שהיה מספיק לח' ימים, ובשביל שמצאו פך שמן אחד בגלל זה עושים ח' ימי חנוכה ? ונתחיל לבאר, בתקופת בית מהקדש השני היה מדינה חזק וזה היה מדינת יון זה היה מדינה גדולה וחזקה מאד והגויים שגרו שם הם היו היונים, והיונים היה מאוד חכמים הם ידעו הרבה חכמות והם הוציאו ספרים רבים ובכל העולם ידעו מהחכמה יונית וכולם למדו את הספרים של היונים ולא רק היונים אלא גם גויים ממקומות אחרים, אבל היה עם אחד שהם לא למדו את החכמה היוניות ולא קראו את הספרים שלהם, וזה היה העם של הקב"ה היהודים, והיהודים ידעו שאסור ללמוד את החכמה יונית, והחכמה היונית זה לא ליהודים יהודי צריך ללמוד תורה שכתוב בפירוש בתורה שמשה רבינו אמר ליהודים תלמדו את התורה ותשמרו את המצוות "כי הוא חכמתכם" התורה היא החכמה של היהודים, יהודי נהיה חכם מללמוד תורה, יהודי לא כמו גוי, והיונים ידעו מזה שיש עם אחד שלא לומדים ולא מסתכלים בספרים שלהם והם אומרים שהספרים שלהם הם טמאים ולא רוצים ללמוד יונית, והיונים היו בעלי גאוה ורשעים גדולים, והיה להם מלך בשם אנטיוכוס והוא היה מלך רשע והוא לא הסכים שהיהודים שלא רוצים ללמוד את הספרים שלו, אז המלך אנטיוכוס קרא לאחד השרים הגדולים שלו "פולופס", ופולופס נכנס למלך, והמלך אומר לו אני רוצה לשלוח אותך לארץ שלה היהודים זהו ארץ ישראל ושם תלך תקח את כל הספרים של היונים שכתוב שם כל החכמה שלנו, ושם תלמד עם היהודים את כל החכמה יונית כדי שהם גם יהיו יונים ושהם יזרקו את התורה שלהם, הם אומרים שכל החכמה נמצא בתורה, לא, אני לא רוצה זאת הם גם צריכים להיות יונים, ופולופס אמר למלך כן אדוני המלך מה שאתה אומר לי אני אעשה, ואנטיוכוס אמר לפולופס לך כנוס את כל החיילים ותבוא לא"י ושם תגיד ליהודים שאנו לא רוצים להרוג אתכם, אנו רוצים שתהיו יונים, ואנטיוכוס הלך ואסף אלפי אלפי חיילים ופוליפס עלה לירושלים עם כל החיילים והיהודים כבר שמעו שהם באים והם אמרו אוי ווי היונים באים מה הם רוצים, הם רוצים ליקח את התורה שלנו, הם רוצים שאנחנו גם נהיה יונים, והיונים נכנסו לעיר הקודש ירושלים, והמקום הראשון שהם הלכו זה היה הביהמ"ק, ופוליפס מגיע לביהמ"ק עם כל היונים הרשעים ואמר לחילים שלו אתם רואים את כל הכלים היפים של היהודים ושם בבהמ"ק עמד השלחן והמנורה המזבח הנחושת ומזבח הזהב והארון קודש ובכל המקומות הלכו היונים וטמאו את הכל, ואח"ז אמר פליפוס אתם רואים את המנורה אתם יודעים מה זאת, וכולם שאלו כן מה זאת? ופליפוס ענה להם אני יגיד לכם מה זאת, את המנורה הזאת מדליקים היהודים כל יום לא בגלל שחשך והם צריכים אור, אלא שהם לוקחים זיתים וסוחטים את הזיתים ועושים מזה שמן, והשמן צריך להיות טהור ואסור להיות טמא, ומכניסים את השמן בכדים תסתכלו תראו שם את כל הכדים ושם נמצא השמן, וזה מכניסים במנורה ואחר שמכניסים השמן במנורה מדליקים את המנורה, וזה מראה ליהודים את האור התורה כי השמן זית זה חכמה ומדליקים החכמה את האור של התורה, והיהודים אומרים בתורה נמצא החכמה והם לא רוצם חכמה יונית, במילא אומר פוליפס ליונים אני חושב שהדבר הראשון שצריכים לשבור לחתכים הוא המנורה בואו כולם תשברו את המנורה להרבה חתכים ולקחו את המנורה הקדושה ושברו אותו לחתכים ולא בגלל שפוליפס היה ברוגז על המנורה אלא בגלל ששנא את התורה והמנורה היה מראה על אור התורה, ולכן הוא שבר את המנורה, ואח"ז אמר פוליפס אתם רואים את כל הכדים עם השמן בואו לזרוק אותם ולשבור אותם ולטמא את הכל וכך טמאו אל כל הכדים ושברו את המנורה והגויים רקדו ושכרו שם ואח"ז הם יצאו מהביהמ"ק.
והיונים ידעו שליהודים יש ג' מצוות והם ר"ח, שבת, מילה, ורק עם הג' מצוות האלו הם יכולים ללמוד תורה ואם לא מקיימים את הג' מצוות האלו לא יכולים ללמוד תורה ומדוע? כי ר"ח הוא מצוה שנתנה לפני התורה וזה לפני שהיהודים יצאו ממצרים אז אמר הקב"ה למשה אני נותן לך מצוה של קידוש החודש והקב"ה לימד אותו איך לקדש החודש, ואמר לו כך תעשה כל חודש וכך תדע מתי יוצא כל יו"ט, ושבת גם נתנה לפני קבלת התורה, כשהיהודים היו במדבר אז אמר הקב"ה למשה, משה, יש לי מתנה טובה ואני רוצה ליתן ליהודים וזהו שבת וזה יהיה אות ביני וביניכם, והמצוה של ברית מילה דם נתן הקב"ה לפני קבלת התורה, זה עוד נתן לאברהם אבינו והקב"ה אמר לאברהם שתעשה ברית ומהיום כל ילד שנולד, ביום השמיני שיעשו לו ברית הברית יהיה אות ביני ובין בני ישראל, והיונים ידעו שלכ זמן שהיהודים יקיימו את הג' מצוות האלו הם יכולים ללמוד תורה ואם לא יקיימו את הג' מצוות האלו הם לא יכלו ללמוד תורה בלי הג' מצוות האלו אין תורה, ולכן אמרו היונים שזה הדבר הראשון שצריכים לגזור על כלל ישראל של יקיימו את הג' מצוות האלו, ופוליפס אסף את כל היהודים ואמר להם, "יהודים" אתם יודעים מה זה ר"ח? והיהודים ענו כן, אנו יודעים, אז אמר פוליפס מהיום והלאה אין יותר ר"ח ואם אתם רוצים לדעת זמנים תסתכלו על הלוח של הגויים ואז תדעו את כל החגים שלנו, והיהודים אמרו אבל אנחנו לו נדע מתי יהיה יו"ט, אז אמר פוליפס זה מה שאני רוצה שלא תדעו יותר מהיו"ט שלכם רק מהחגים שלנו, ואח"ז אמר פליפס יהודים אתם יודעים מה זה שבת, והיהודים ענו בוודאי שאנו יודעים, ופוליפס אמר מהיום אין יותר שבת כולם צריכים לעבוד גם בשבת לא עושים יותר קידש בשבת ולא אומרים ויכלו השמים והארץ, אין שבת, השבת נגמר, אין לכם יותר ברית עם הקב"ה אתם תהיו שוים כמו כל הגויים שבעולם, ואח"ז אמר פוליפס יהודים מהיום אין יותר ברית מילה אסור לעשות יותר ברית לילדים שנולדים, אין יותר לכם ברית בין היהודים והקב"ה אתם תהיו כמו כל הגויים, ופוליפס אמר ליהודים שכל יהודי שימצאו אותו שהוא שומר ר"ח או שבת או שעושה ברית הם יהרגו אותו, וכל יהודי שיהיה יוני וילמד את הספרים שלנו הוא ישאר בחיים, אנו לא רוצים להרוג אתכם אנו רוצים שתהיו רק יונים כמו כל הגויים ותלמדו את הספרים שלנו, ואנחנו נעשה לכם בית ספר גדול ויפה שלנו ושם תלמדו את הספרים של הגויים ואנחנו נעשה לכם כל מיני דברים יפים ואתם תהיו גויים לא צריכים להיות יותר יהודים זהו ממש א מחיה.
ובין היהודים היו הרבה צדיקים, וכשהם הלכו הביתה הם בכו מאוד ואמרו שרוצים לקחת את התורה שלנו רוצים לעשות מאתנו גויים ח"ו, "לא" הם אמרו אנחנו לא נשמע מה שצוה פוליפס וכך הרגו הרבה יהודים שכן שמרו את המצוות ולמדו את התורה, ופעם ראו שיונים גוררים יהודי ברחוב אז שאלו אותו מה קרה, אז ענה היהודי ששמרתי שבת והרגו אותו, וע"פ ראו שגוררים יהודים ושאלו אותו מה קרה, אז הוא ענה שעשיתי ברית לילד שלי והרגו אותו.
והיה גם קצת יהודים שהם כן התחילו להיות יונים וקראו ליהודים האלו מתיונים, והמתיונים האלו התחילו להסתובב עם הספרים של היונים ומתחילים ללכת בבתי ספר של היונים וקוראים את הספרים שלהם ומסתובבים עם כל הגויים, ופעם עבר ילד ברחוב וראה את חבירו שהכיר אותו כשהוא עוד הלך עם כפה ופאות וציצית, ועכשיו הוא רואה אותו שהולך עם שערות גדולות ובלי כפה וציית, ושאל אותו, יוסף, מה קרה אתה נהיתה יוני, אז ענה לו יוסף בצחוק, כבר לא קוראים לי יותר יוסף אלא ג'וין אני כבר לומד את הספרים של היונים אני כבר יוני, ואח"ז הוא ראה עוד חבר שהוא גם נראה כמו שייגיץ שהולך בלי כפה ובלי פאות, ושואל אותו יעקב מה קרה איפה הפאות שלך איפה הציצית, והוא גם ענה לו בצחוק כבר לא קוראים לי יעקב אלא ג'אקי אני כבר גוי אני הולך בבית הספר של היונים ואני לומד את הספרים שלהם אני כבר לא לומד בת"ת.
והיו גם ילדים קטנים טובים שכן רצו ללמוד תורה והם באו לחדר וראו שכל הדלתות סגורים וכל הספרים הישלכו החוצה ושרפו אותם אז הילדים הלכו לבית של הרבי ודפקו בדלת, והרבי פתח הדלת וראה שהילדים עומדים בדלת, ושאל אותם ילדים ילדים מה אתם רוצים, והילדים ענו רבי רבי תלמד אתנו קצת תורה, והרבי ענה להם אבל אני מפחד מהגויים אם הם ימצאו אותנו ללמוד תורה אז הם יהרגו אותנו, והילדים ענו להרבי לא איכפת לנו שיהרגו אותנו אבל אנחנו רוצים ללמוד תורה אנו לא רוצים לחיות כמו גויים אנו רוצים ללמוד תורה, והילדים בכו רבי תלמד אתנו קצת חומש, והרבי הסתכל על הילדים ואמר להם אתם רוצים ללמד תורה בסדר אנו נלמוד אבל אנחנו נלך בתוך היער ושם נלמד ונשים ילד אחד שומר וכשהוא יראה שיוני בא שמיד יצעק שיוני בא ואז נחביא את החומש וכל ילד יביא סביבון ונוציא את הסביבון ונשחק, וכשהיוני יגיע וישאל מה עושים כאן ויגידו לו שאנו משחקים, וכך הם הלכו הילדים עם החומשים מתחת לחולצה ועם הסביבון ביחד עם הרבי ביער בין העצים ושם הם התיישבו, והרבי אמר להם שעכשיו אני ילמד אתכם חומש אבל לא בקול שהם לא ישמעו, והתחילו ללמוד בחשק רב, ובאמצע הלימוד צעק הילד השומר שיוני בא, ואז אמר הרבי מהר תוציאו את הסביבון ותשחקו שלא יראו שלמדנו שאז הוא יכול להרוג אותנו, וכל הילדים החביאו את החומש והוציאו את הסביבון והתחילו לשחק, וכשהיוני עבר בין הילדים וראה שכולם משחקים אז הוא אמר אתם משחקים סביבון, והילדים ענו כן, והיוני הלך לו וכן נצלו כל הילדים, וכך היה הרבה יהודים שהלכו במקומות רחוקים והחביאו אותם העיקר שיכלו ללמוד תורה ולקיים את המצוות ולא לחיות כמו גויים, והיהודים ראו שלא יכולים להיות יותר בירושלים והלכו הרבה יהודים מירושלים למצוא מקום מחבוא.
והיה איזה הר בשם הר המודיעין בין הרבה הרים ושם התאספו הרבה יהודים בהר המודיעין והתחילו ללמוד תורה ולקיים את המצוות, ובין היהודים שהיו שם היה כהן גדול אחד בשם מתתיהו שהיה בן של יוחנן כהן גדול שגם הוא ברח לשם והיה לו חמש בנים, שמעון, יהודא, יוחנן, יונתן, אלעזר, ושם המשפחה החשמונאי ומתתי' קרא לכל היהודים ואמר להם יהודים זהו לא תכלית להשאר פה ולהסתכל איך שהיונים עושים מהיהודים יונים אנחנו לא יכולים לשבת פה יותר בשקט, ומתתי' אמר ליהודים אתם זוכרים יהודים כשהיה הבית המקדש הראשון ואח"ז כששרפו הבהמ"ק והיהודים הלכו לגלות בבל אז נעמד עלינו רשע בשם המן בזמן של מרדכי ואסתר ומה רצה אז המן הוא לא אמר שרוצה לעשות מהיהודים גויים הוא לא אמר שרוצה שילמדו חכמת יונית אלא שרוצה להרוג את כל היהודים מי שהוא יהודי הוא רוצה להרוג כך אמר המן למלך אחשורוש, ואז המשיך מתתי' ואמר אם אנטיכוס ופוליפס היה רוצה להרוג אותנו כמו המן הרשע אז היינו מתפללים להקב"ה שיציל אותנו כמו שהציל אז בימי מרדכי, ואפי' אם ח"ו אנטיכוס היה הורג אותנו אז היינו נהרגים על קידוש השם והיינו נהרגים בתור יהודים ולא כמו גויים, אבל אנטיכוס הוא יותר גרוע מהמן והיונים הם יותר גרועים מהמן ומאחשורוש, הם לא רוצים להרוג אותנו, הם רק רוצים שאנחנו נהיו גויים הם רוצים לקחת את הנשמות הקדושות שלנו שנתן לנו הקב"ה והם רוצים לטמאות את הנשמה שלנו, הם רוצים להרוג את הנשמות שלנו, הם רוצים למחוק את התורה, תשאר חי אבל כמו גוי שאנו נהיה גויים כמו כולם, וע"ז אנו צריכים לעשות מלחמה שאם לא אז הם יקחו את הבנים שלנו ויעשו מהם גויים ויגדלו כמו גויים, וע"ז אני צריכים לעשות מלחמה ולא יכולים לעשות כמו מרדכי שלא עשה מלחמה אלא אנו מוכרחים לעשות מלחמה שהגויים רוצים לקחת מאתנו את הנשמה וזה גם כתוב בתורה שגוי שרוצה לעשות שיהודי יחטא הוא יותר גרוע מגוי שרוצה להרוג יהודי, אנו מוכרחים לעשות מלחמה עם היונים, כך אמר מתתי', ומתתי' קרא לילדים שלו שמעון, יהודא, יוחנן, יונתן, אלעזר, ואמר להם בנים תתחזקו מאד וצריכים לצאת למלחמה אתם כלכם גבורים וה' יהיה עמנו, והיהודים כשהם שמעו מה שאמר מתתי' אז הם שאלו אותו אבל אנחנו מאוד מעט והיונים הם כ"כ הרבה ובמלחמה אחת הם הורגים אותנו, אנחנו לא יכולים לעשות מלחמה עם הגויים, אז קם מתתי' ואמר יהודים, האם כבר שכחתם כשהיהודים יצאו ממצרים והם עמדו ליד הים סוף והמצרים רדפו אחרי היהודים ומצד אחד היה הים ומצד אחד המצרים וכל היהודים צעקו להקב"ה, מה נעשה המצרים הם כ"כ הרבה והם גבורים והם יהרגו אותנו כולם, ומה עשה הקב"ה הוא פתח את הים והיהודים עברו, והמצרים נטבעו בים והקב"ה עשה המלחמה עם המצרים, ואז אמרו כלל ישראל את השירה "מי כמוכה באלים ה'" מי עוד כזה גבור כמו ה' אין עוד כזה גבור, ומתתי' ממשיך, מה אתם חושבים שהיונים הם יותר חזקים מהקב"ה "לא" מי כמוכה באלים ה' הקב"ה הוא הכי חזק הקב"ה יכול ברגע אחד להרוג את כל היונים וגם עכשיו ילחם הקב"ה ויעזור ליהודים, וכשהיהודים שמעו מה שאמר מתתי' הם התחזקו את עצמם, ואח"ז אמר מתתי' לבנו יהודא, אתה יהודא תלך בכל המקומות ותגיד לכל היהודים שאנחנו הולכים לעשות מלחמה עם היונים ולא צריכים לפחד יותר מהיונים, ושיתחילו בחזרה ללמוד תורה ולקיים ר"ח שבת מילה, כן יהיה ר"ח שבת ומילה, אנו לא מפחדים מהיונים, ומתתי' הלך בכל הערים ואמר ליהודים אל תפחדו אנחנו עושים מלחמה, והיהודים התחזקו והתחילו בחזרה עוד פעם ללמוד תורה ולשמור שבת ולקיים ר"ח ולעשות ברית מילה, ופוליפס שמע מזה שהיהודים התחילו בחזרה ללמוד תורה, ומי סיפר לו, זה היה המתיונים היהודים שהם נעשו יונים הם הלכו וספרו לפוליפס, והם אמרו לו פוליפס אתה יודע מה שקרה, ופוליפס שואל כן מה קרה, אתה יודע מה שהיהודים עושים, ופוליפוס שואל כן מה הם עושים, והמתיונים ענו לו שהם לומדים עוד הפעם תורה ושומרים שבת ומקיימים המצוות, והם אומרים שלא מפחדים ממך ומאנטיכוס, ופוליפס שואל איפה זה קרה, והמתיוונים ענו לו שיש יהודי שקוראים לו מתתי' בן יוחנן כהן גדול חשמונאי ובניו ויש לו חמש בנים והם אומרים שרוצים לעשות מלחמה אתך, ופוליפס שואל איפה הם, והם ענו לו שהם נמצאים בהר המודיעין בין ההרים, ותיכף כששמע זאת צעק פוליפס ליונים, יונים מה אנחנו מוכרחים ללכת להר המודיעין ואנחנו מוכרחים לראות את היהודי מתתי' מה הוא עושה שם, הוא אומר שרוצה לעשות מלחמה אתנו, אנחנו כבר נראה לו, ופוליפס עם היונים הגיעו להר המודיעין ושם עמד מתתי' עם בניו הקדושים הצדיקים הכהנים, ופוליפס ניגש למתתי' ודיבר אתו כמו חב ר טוב ושאל אותו למה אתם רוצים לעשות מלחמה אתנו מדוע אתם לא רוצים לשמור את המצוות של אנטיכוס ואז תשרו בחיים, אנטיוכס לא רוצה להרוג אתכם הוא רק רוצה שתהיו יונים תעשו את המצוות שלו ואז תשארו בחיים, אז עמד מתתי' וצעק בקול גדול שכל היהודים שמעו אותו אומר את המצוות של הקב"ה אנו ישמור ולא המצוות של אנטיוכס ואז אנו יחיה, אנו יחיה כמו יהודי ולא כמו גוי, והיונים הסתכלו עליו מאוד בכעס כשהם שמעו מה שצעק מתתי', ואז ניגש מתיון אחד שהיה יהודי אל פוליפס ושאל אותו איך אתה מרשה שמתתי' ידבר אליך כ"כ בחוצפה ושהוא ידבר נגד המלך אנטיוכס, והוא אמר לפוליפס שצריכים להרוג אותו, והמתיון היהודי אמר שצריכים להקריב קרבן למלך אנטיוכס, ושם היה מזבח של ע"ז, מזבח שעשו היונים והלך היהודי המתיון ולקח חזיר והרג אותו ועשה מזה קרבן והקריב את החזיר על המזבח של ע"ז והשתחוה לע"ז שהיה שם מאנטיוכס, ומתתי' הסתכל עליו ונתמלא מאוד בכעס על אותו יהודי המתיון וראה איך שמדליק אש על החזיר, ומתתי' קפץ על אותו מתיון והכה אותו וזרק אותו על המזבח הטמאה והרג אותו והוא נשרף ביחד עם החזיר, ואח"ז צעק מתתי' לכל היהודים שעמדו שם מי כמוכה באלים ה' בואו יהודים ונסלק את היונים מפה, והיהודים התחילו ללחום עם היונים והבריחו את כל היונים מהר המודיעין, וכל היונים ברחו, שהקב"ה עשה את המלחמה והיונים חזרו לירושלים כשהם מוכים ופצועים בכל הגוף, והיונים לא ידעו מה קרה להם היהודים הם כ"כ חזקים הם לא ידעו מה קרה לנו, ומתתי' ובניו התחזקו והלכו והבריחו את כל המתיונים היהודים הרשעים ולקחו את כל הספרים הטמאים של היונים ושרפו אותם ופתחו בחזרה את כל הת"ת והישיבות, והתחילו בחזרה ללמוד תורה בלי פחד.
ואח"ז ראה מתתי' שהוא כבר מאוד זקן והוא כבר ידע שעוד מעט הוא כבר הולך למות, אז הוא אסף את הבנים שלו וקרא לבכור שמעון, ואמר לו שמעון אתה החכם ואתה המבוגר מכל הבנים שלי, אני כבר הולך עוד מעט למות, ואתה תגיד ליהודים מה לעשות, ואתה תגיד ליהודים איפה שהם ילכו ואיפה שהם יעשו את המלחמות, וכולם ישמעו בקולך, ואח"ז הוא קרא לבנו יהודא ואמר לו, יהודא אתה הכי הגיבור בין כולם והקב"ה בירך אותך ונתן לך כח, אתה תקדש את שמו של הקב"ה אתה תהיה השר של המלחמה ותלך בכל א"י להבריח את הרשעים מפה, ואח"כ אמר לכל הבנים אל תפחדו בנים שלי, הקב"ה אתנו ומוכרחים לעשות מלחמה עם הרשעים והקב"ה יעזור לנו ונוכל לסלק אותם, ומתתי' נסתלק מן העולם, וכל עם ישראל בכו על הצדיק הגדול שהלך לעולמו.
ואחר שמתתי' נסתלק קם שמעון החכם מכולם, ואמר ליהודים אבי שלי מתתי' הוא באמת נפטר אבל הקב"ה נשאר אתנו, ובפרט כשאנו עורכים מלחמה לתורה של הקב"ה, ואתה יהודא אתה תהיה השר צבא של המלחמה, ויהודא הלך והתחיל להלחם עם פוליפס ועם היונים והרגו מהם הרבה ובכל העולם שמעו שיש איזה יהודי והשם שלו יהודא שיש לו כ"כ הרבה כח שהבריח את פוליפס ועם הרבה יונים מא"י וכולם ברחו בחזרה ליון, ואנטיכוס קרא לאפלינוס השובב והחזק, אפלינוס היה כזה חזק שאם יד אחד היה יכול להרוג מאה אנשים הוא היה נראה כמו דב עם שיניים גדולות וכשהוא פתח את הפה שלו הוא היה יכול לטרף בן אדם כמו חיה, והוא נכנס לאנטיכוס ואמר כן אדוני המלך מה אתה רוצה? אז אמר לו המלך שמעת מה שהיהודים עשו עם פוליפס ועם חייליו מא"י ועכשיו קח את כל היונים ותעלה לירושלים ותהרוג את היהודי "יהודא", ואפלינוס אמר לאנטיכוס אל תפחד יהיה בסדר, ואפלינוס לקח הרבה יונים ועלה לירושלים והגיע לא"י ורצה ללחום עם היהודים, יהודא ראה איך שאפלינוס הולך כמו רשע הוא באמת נראה כמו דב, ויהודא לא פחד והתחיל ללחום ובאמצע המלחמה נגש יהודא לאפלינוס והרג אותו, וכשהיונים ראו שאפלינוס נהרג אז כל היונים ברחו בחזרה ליון, וכשאנטיכוס שמע שאפלינוס הדב נהרג הוא נתמלא מאוד בכעס והתרגז עוד יותר ואמר שעכשיו אני ישלח נקנור שהוא היה הרבה יותר חזק מאפליונס עוד יותר שובב, ונקנור אסף ארבעים אלף יונים ועלה לירושלים, וכשהיהודים שמעו שנקנור בא עם כ"כ הרבה יונים הם התחילו לצום ולהתפלל להקב"ה כי רק הקב"ה יכול לעזור לנו מהרשעים, ונקנור הגיע עם הארבעים אלף חיילים, וכשיהודא ראה איך ניקנור עומד עם כזה גאוה כאילו הוא היה המלך מכל העולם, ויהודא נפל לרצפה לה' והתפלל להקב"ה וביקש, רבש"ע עכשיו עושים מלחמה בשביל התורה שלך, תרחם עלינו ותשבור את הרשע, ואחר כך כשיהודא גמר להתפלל אז תקעו הכהנים בשופר, ואח"ז צעק יהודא מי כמכה באלים ה' בואו נעשה מלחמה עם הרשעים, הקב"ה הוא הכי חזק אל תפחדו מהגויים בואו לעשות מלחמה, והקב"ה יעזור לנו, ונקנור ראה שהקב"ה עושה את המלחמה ליהודים והיהודים התחילו ללחום עם היונים ונקנור ראה איך שהיהודים לוחמים אתם, הם נתבהלו מאוד והתחילו לברוח, וכשנקנור ראה איך שכל היונים בורחים אז הוא גם ברח מא"י ובא בחזרה ליון, ונקנו הגיע ליון עם בגדים קרועים ועם הרבה דם ופצעים בכל הגוף, וכשאנטיכוס ראה את נקנור ושאול אותו נקנור זה אתה מה קרה לך, ונקנו ענה למלך כשברון לב אוי אוי אוי היהודים הם מאוד חזקים אי אפשר לעשות אתם מלחמה, והמלך שאל מה היהודים יותר חזקים ממך, ונקנור ענה, כן שהקב"ה עושה המלחמה אתם ואי אפשר להרוג אותם יש להם תורה והקב"ה עושה להם מלחמה ואני לא ילך יותר לשם, ואנטיכוס צעק מה, אתה טפש, אתה לא יודע שאני הכי חזק מכל העולם ואני לא מפחד מאף אחד, אז אמר לו נקנור כן אני יודע שאתה לא מפחד מאף אחד אבל מהקב"ה אתה כן צריך לפחד שהוא יותר חזק ממך, אז אנטיכוס צעק אוי טיפש אחד צא מפה, וכשאנטיכוס שמע מה שנקנור אמר אז הוא נהיה מאוד בכעס וברוגז ואמר, עכשיו אני לבד ילך לא"י אני כבר לא ישלח יותר שרים אפלינוס או נקנור, אני לבד אנטיכוס המלך הכי חזק מכל העולם, אני לבד ילך ואני עשה מכל היהודים יונים, ואנטיכוס לקח הרבה חיילים והתחיל ללכת לא"י ובאמצע הדרך הוא קיבל עונש מהקב"ה והוא קבל צרעת על כל הגוף ונהיה עם הרבה פצעים על כל הגוף והחיל לרדת לו הרבה דם וקראו לרופא, והרופא לא יכל לעזור לו, ונתנו לו הרבה תרופות אבל לא עזר שום דבר, ועוד עונש הוא קיבל, שהקיבה שלו התקלקל וכל רגע היה צריך ללכת לבית הכסא ולא יוכל לאכול בגלל שכאב לו מאד הבטן, והבטן התנפח לו, והיה שם כמה אנשים חכמים שאמרו לו מלך, אולי תחזור בחזרה אתה לא בריא, ואנטיכוס צעק לא ולא, אני לא חוזר אני יעלה לירושלים וכל יהודי שלא ירצה לשמוע בקולי אני יהרוג אותו אני לא יחזור.
ואנטיכוס אמר אני כן יעלה לירושלים אני כן יעה מלחמה אף אחד לא יכול לעצור אותי, מי יכול לעמוד נגדי, הים והיבשה שלי, אני יוכל לעשות מה שאני רוצה, והלב של הרשע נהיה יותר גרוע וצעק להיונים יותר מהר אני רוצה ללכת יותר מהר וכל הזמן הוא צעק יותר אני כבר רוצה להיות בירושלים אני יראה ליהודא וליהודים מי אני, אני המלך ולקול שליצריכם לשמוע, ואני אכבה את האור ש תורה וכן ילמדו את חכמת יונים, זה מה שהרשע צעק וכך הוא הלך ביחד עם כל החיילים שלו, ובאמצע הדרך עשה הקב"ה נס והסוס עם הרכב של אנטיכוס נכנס באחד מהפילים הגדולים והסוס עם הרכב התהפך, ואנטיכוס נפל החוצה ושבר את כל העצמות שלו והתחיל לצאת ממנו ריח רע חזק ולא יכלו לעמוד ידו היה ממש נורא כאילו עמדו ליד איזה מת, והשרים שלו כבר לא יכלו לקחת אותו שהריח רע היה נורא מאוד אז זרקו אותו עם המטה וברחו, וכשהיונים ראו מה שקרה לאנטיכוס שהוא שוכב על הרצפה עם העצמות שבורות ומלא עם פצעים והקיבה חולה והבטן מנופח והבשר מתרקב, אז היונים אמרו א זה הקב"ה מהיהודים שנתן לו עונש זה הקב"ה מאברהם ומיצחק ומיעקב, בואו נברח מפה, וכל החיילים ברחו והשאירו אותו שם לבד, וכשאנטיכוס ראה איך שכולם ברחו אז הלב שלו נהיה קצת יותר רך והרים האת העיניים לשמים ואמר צדיק הוא ה' המשפט שלו נכון, אני קבלתי עונש בגלל שאני רציתי לעשות צרות לעם שלו, ואנטיכוס עשה נדר להקב"ה ואמר רפאינו ה', רבש"ע תבריא אותי ואני יבוא לירושלים ואני יתן שם הרבה זהב וכסף ואני יתגייר, והגזירה שעשיתי שאסור לעשות אני לבד יעשה ברית מילה בשבילי ואני ילך מעיר לעיר ואני יכריז אין כה' אלוקי ישראל עין עוד הקב"ה כמו הקב"ה של היהודים, וככה הוא שכב שם על המטה, אבל הקב"ה שהוא היוצר יחד לבם ושהוא ברא את הלב ומבין את כל מעשיהם, ומבין מה שכל אחד עושה ואף אחד לא יכול להסתכל בלב של שני מה שהוא עושה, רק הקב"ה, והקב"ה ראה שהלב של אנטיכוס לא שלם בתשובה, התשובה שלו זה לא מכל הלב וזה לא אמיתי הוא רק רוצה להיות בריא, ולכן הקב"ה לא שמע לתפילה שלו, ואנטיכוס קם לבד וזחל על הרצפה עד שהגיע למקום שיש שם אנשים וביקש לרופא שיבריא אותו ואמר, אני אנטיכוס המלך הייתי מאוד חזק עד שהקב"ה נתן לי עונש והוא סיפר לכל האנשים מה שקרה לו שרצה ללכת לירושלים, והקב"ה נתן לו עונש שהוא מת, ואף אחד לא ידע ממנו וכבר לא ידעו שהוא אנטיכוס והמלך הגדול והחזק מת וכמוהם ימותו כל הרשעים ששונאים את ה' עם התורה שלו.
החשמונאים והיהודים הגיע לירושלים ונכנסו לבהמ"ק וראו מה שהיונים עשו ראו איך שחרבו ושברו את הכל וטמאו את הבהמ"ק ובין כל הדברים ראו איך שהמנורה הזהב מונחת על הרצפה שבור לרסיסים, והבנים של מתתי' אמרו יא יא אנחנו יודעים למה הם שברו את המנורה בגלל שהמנורה מראה על תורה וזה הם רצו לשבור שלא יהיה יותר תורה אצל היהודים, אז הבנים של מתתי' הכהנים הקדושים אמרו הדבר הראשון שצריכים לעשות, להדליק את המנורה ולנקות את הבהמ"ק מכל הדברים הטמאים שהיונים הכניסו פה, ונראה שכבר יכלו להדליק את המנורה, והיהודים אמרו אבל אי אפשר להדליק את המנורה אין שמן, כל כדים מהשמן הם טמאים ושבורים זה חייב להיות שמן זית טהור עם החתימה של הכהן הגדול, תסתכלו הכל פתוח ושבור וטמא, אז אמרו הכהנים אוי ווי באמת אין שמן נקי מה נעשה, והיהודים התחילו לחפש בבית המקדש וחפשו וחפשו עד שמצאו כד אחד שמן זית טהור עם החתימה של הכהן גדול, והילדים של מתתי' אמרו שצריכים לשמוח שמצאו כד אחד טהור וזה לבד יו"ט ר כד אחד נשאר בשביל זה לבד צריכים לעשות יו"ט שהקב"ה עזר לנו שנשאר כד אחד ומזה אנו רואים שהקב"ה השאיר כד אחד שהוא רוצה את התורה שלנו, ושנוכל להדליק את המנורה, והיהודים והכהנים בכו ושאלו במה נדליק הרי המנורה שבור לגמרי? אז יהודא ענה אפשר לעשות מנורה של עץ עד שיעשו מנורה של זהב, אז הלכו מה ועשו מנורה של עץ והכניסו את השמן, והכהנים אמרו אבל השמן הזה מספיק רק ללילה אחת ומה יהיה בשאר הימים ומשן נקי אין עוד, וכמה זמן לוקח לעשות שמן חדש את זה צריכים קודם ללכת למקום רחוק לסחוט את הזיתים ולהביא את זה ועד שהולכים ובאים אז זה לוקח 8 ימים, אז הכהנים אמרו בינתים נדליק קודם לילה אחת ואחר כך נחכה עד שיגיע שמן ובינתיים נדליק כבר את המנורה, והיהודים כבר שמעו שהולכים להדליק את המנורה, והיהודים מאוד שמחו שהולכים להדליק את המנורה ומצאו כד אחד של שמן וכל היהודים באו לבהמ"ק ועמדו והסתכלו איך הכהן נגש למנורה וגם בכו שזה היה מנורה של עץ ולא של זהב, שמחו שמדליקים אבל גם בכו ובכו מהחורבן שהיונים עשו, אבל גם שמחו שהולכים כבר להדליק את האור התורה, והכהן גדול נגש למנורה ועולה על המדרגות ולקח את הכד שמן ושופך את השמן בקנים של המנורה ומכניס את הפתילות ומדליק את המנורה בבהמ"ק, והיהודים עומדים ומסתכלים איך שמדליקים את המנורה אחד ועוד אחד עד שכל השבעה נרות דלקו, האור של המנורה הקדושה שמראה על התורה הקדושה, והיהודים הודו להקב"ה על הנס שיכלו לסלק את היונים הטמאים והתורה כבר זורח עוד הפעם, המנורה דלק כל הלילה ובבוקר כשהכהן גדול רצה לתקן את הפתילים ומסתכל בתוך המנורה ורואה שנשאר עוד שמן וקורא עוד כהן ואמר לו תסתכל יש עוד שמן זה דלק כל הלילה ויש עוד שמן, ועוד כהנים באו לראות את זה וכל היהודים מירושלים שמעו מהנס שיש עוד שמן במנורה, ובלילה נוכל עוד הפעם להדליק את המנורה, והלילה השני בא עוד הפעם הכהן גדול לביהמ"ק ונגש עוד הפעם למנורה והדליק את המנורה והאור דולק עוד הפעם, והכהן בא ביום השלישי לתקן את המנורה ורואה ע"פ שנשאר שמן ואמר לכהנים תסתכלו נשאר עוד הפעם שמן וכך הדליקו עוד הפעם את המנורה וגם ביום הרביעי מצאו שנשאר שמן וכן ביום החמישי ושישי ושביעי וביום השמיני כשבא לראות אם נשאר עוד משן אז כבר לא נשאר, שביום התשיעי כבר היה מהשמן החדש מה שהיהודים הביאו מה שהם כבר עשו לבד אז הם הדליקו מהשמן שהם עשו לבד.
והחכמים והכהנים מהזמן ההוא שראו את הנס הגדול מה שעשה הקב"ה שכד שמן שהיה מספיק רק ליום אחד דלק 8 ימים עד שהיהודים הביאו את השמן החדש מה שהם עשו, אז גזרו שצריכים לעשות יו"ט מזה והיום טוב קוראים חנוכה, והפירוש לזה לחדש שחידשו את הביהמ"ק שהיונים טמאו, וכל השנים צריכים כל יהודי ויהודי להדליק נר כל לילה שיזכרו איזה נס עשה ה' אתנו וכשמדליקים נר בבית נדלק נר בשמים והאור של הנר יורד עלינו ונהיה אור של תורה שנוכל יותר טוב ללמוד, ויותר טוב להבין את התורה, כי אז שקרה הנס ירד מהשמים אור גדול שהאור נקרא אור הגנוז, אור שהיה טמון מאז שנברא העולם ועכשיו בחנוכה יורד האור הזה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:23 |
|
| |
חֲנֻכָּה
דִי גְּמָרָא זָאגְט:
אַז דֶעם יו"ט חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וַוייל מֶען הָאט גֶעטְרָאפְן אַ קְרִיגְל מִיט שֶׂמֶן וָואס אִיז גֶענוּג פַאר אֵיין טָאג אוּן מֶען הָאט מִיט דֶעם גֶעצוּנְדְן אַכְט טֶעג אִיז וֶועגְן דֶעם מַאכְט מֶען חֲנֻכָּה אַכְט טֶעג.
פְרֶעגְט דֶער הֵיילִיגֶער בֵּית יוסֵף אויף אֵיין טָאג אִיז דָאך יָא גֶעוֶוען שֶׂמֶן אִיז דָאך דֶער נֵס נָאר אויף זִיבֶּן טֶעג אִיז פַארְוָואס הָאבְּן דִי חֲכָמִים גֶעמַאכְט דֶעם יו"ט אויף אַכְט טֶעג ?
דֶער תֵּרוּץ אִיז אַז דִי גְּמָרָא זָאגְט אַז אַ בְּרָכָה קוּמְט נִישְׂט אֲרַיין אִין אַ אָפְּגֶעמָאסְטֶענֶע זַאך, דָאס מֵיינְט-גֶעוֶוענְטְלִיך אַ אָפְּגֶעמָאסְטֶענֶע זַאך קֶען נִישְׂט וֶוערְן מֶער פוּן זִיך אֲלֵיין, אוּן דָּא בַּיי דִי פַּךְ שֶׂמֶן אִיז דָאך גֶעוֶוען אַ גֶעמָאסְטֶענֶע זַאך פּוּנְקְט פַאר אֵיין טָאג וָואלְט דָאך נִישְׂט גֶעקֶענְט אַרַיינְקוּמֶען אַ בְּרָכָה אִין דִי שֶׂמֶן אַז עֶס זָאל וֶוערְן מֶער, אָבֶּער דָאך הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּאשֶׂעפֶער גֶעמַאכְט אַ נֵס אוּן דִי בְּרָכָה אִיז אַרֵיינְגֶעקוּמֶען אֲפִילוּ אוֹיף אַ גֶעמָאסְטֶענֶע זַאך, אִיז אֵיין טָאג חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וֶועגְן דֶעם נֵס, אִיז שׂוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבְּן גֶעמַאכְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה.
(יִשְׁמַח מֹשֶׂה)
נָאך אַ תֵּרוּץ אִיז, אַז אִין בהמ"קְ פְלֶעגְט מֶען אֵייבִּיג צִינְדְן מִיט דִיקֶע קְנוֹיטְן וָואס זַאפְּט אַיין אִין זִיך זֵייעֶר אַסַאך שֶׂמֶן כְּדֵי דִי מְנוֹרָה זָאל שֵׂיין בְּרֶענֶען, אָבֶּער דִי שֶׂמֶן וָואס אִיז גֶעוֶוען אִין דֶעם פַּךְ אִיז גֶעוֶוען גֶענוּג נָאר פַאר דִינֶע קְנוֹיטְן, אוּן יֶעצְט הָאט מֶען גֶעמַאכְט דִיקֶע קְנוֹיטְן וִוי גֶעוֶוענְטְלִיך, אוּן דָאס אִיז גֶעוֶוען דֶער נֵס אַז אֲפִילוּ מֶען הָאט גֶעמַאכְט דִיקֶע קְנוֹיטְן הָאט דָאס אוֹיך גֶעבְּרֶענְט אַ גַאנְצֶע נַאכְט אֲפִילוּ עֶס אִיז נִישְׂט גֶעוֶוען גֶענוּג שֶׂמֶן פַאר דִיקֶע קְנוֹיטְן, אוּן דִי עֶרְשְׂטֶע טָאג חֲנֻכָּה אִיז וֶועגְן דֶעם נֵס, אִיז שׂוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבְּן גֶעמַאכְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה.
(חִדּוּשֵׂי הָרִי"ם)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:25 |
|
| |
בס"ד א' דַחֲנוּכָּה
חֲנֻכָּה
דִי גְּמָרָא זָאגְט:
אַז דֶעם יוֹם טוֹב חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וַוייל מֶען הָאט גֶעטְרָאפְן אַ קְרִיגְל מִיט שֶׁמֶן וָואס אִיז גֶענוּג פַאר אֵיין טָאג אוּן מֶען הָאט מִיט דֶעם גֶעצוּנְדְן אַכְט טֶעג אִיז וֶועגְן דֶעם מַאכְט מֶען חֲנֻכָּה אַכְט טֶעג.
פְרֶעגְט דֶער הֵיילִיגֶער בֵּית יוֹסֵף אוֹיף אֵיין טָאג אִיז דָאך יָא גֶעוֶוען שֶׁמֶן אִיז דָאך דֶער נֵס נָאר אוֹיף זִיבֶּן טֶעג אִיז פַארְוָואס הָאבְּן דִי חֲכָמִים גֶעמַאכְט דֶעם יוֹ"ט אוֹיף אַכְט טֶעג ?
דֶער תֵּרוּץ אִיז, אַז דִי כֹּהֲנִים הָאבֶּן צוּטֵיילְט דֶעם קְרִיגְל וָואס אִיז גֶעוֶוען גֶענוּג פַאר 1 טָאג אוֹיף אַכְט טֵיילֶען אַבִּיסְל פַאר יֶעדֶע נַאכְט אוּן עֶס אִיז גֶעשֶׁעהְן אַ נֵס אַז אַבִּיסְל שֶׁמֶן הָאט גֶעבְּרֶענְט אַ גַאנְצֶע נַאכְט קוּמְט אוֹיס אַז דִי עֶרְשְׁטֶע נַאכְט אִיז שׁוֹין אוֹיך גֶעוֶוען אַ נֵס, פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבֶּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג. (בֵּית יוֹסֵף)
נָאך אַ תֵּרוּץ אִיז, אַז מֶען הָאט אֲרַיינְגֶעלֵייגְט דִי גַאנְצֶע שֶׁמֶן אִין דִי מְנוֹרָה דִי עֶרְשְׁטֶע נַאכְט, אוּן דִי קְרִיגְל אִיז וַוייטֶער גֶעבְּלִיבְּן פוּהְל פּוּנְקְט וִוי פְרִיעֶר, אִיז דֶעם עֶרְשְׁטְן טָאג פוּן חֲנֻכָּה אוֹיך גֶעוֶוען אַ נֵס,
פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבֶּן בַּאשְׁטִימְט חֲנֻכָּה אַכְט טֶעג.
(בֵּית יוֹסֵף)
נָאך אַ תֵּרוּץ אִיז, אַז אַנְטְיוּכוּס הָאט גּוֹזֵר גֶעוֶוען מֶען זָאל נִישְׁט הִיטֶען שַׁבָּת, חֹדֶשׁ, אוּן מִילָּה, אוּן דוּרְך דִי נֵס חֲנֻכָּה אִיז בָּטֵל גֶעוָוארֶען דִי גְּזֵרוֹת, הָאבֶּן חַזַ"ל גֶעוָואלְט מַאכְן אַ זֵכֶר אוֹיף דֶעם – אִיז וַוייל אִין חֲנֻכָּה אִיז דָּא אַלֶעמָאל אַ שַׁבָּת אוּן אַ רֹאשׁ חֹדֶשׁ, הָאבֶּען חַזַ"ל בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג אַלְס אַ זֵכֶר פוּן מִילָּה וַוייל אַכְט טֶעג נָאכֶען גֶעבּוֹירֶן מַאכְט מֶען אַ בְּרִית. קוּמְט אוֹיס אַז אִין חֲנֻכָּה אִיז דָּא שַׁבָּת, חֹדֶשׁ, אוּן מִילָּה.
(פַּרְדֵּס מְנַחֵם)
אַ פְרֵיילִיכְן חֲנֻכָּה
הַמְּלַמֵּד
בס"ד ב' דַחֲנוּכָּה
חֲנֻכָּה
דִי גְּמָרָא זָאגְט:
אַז דֶעם יוֹם טוֹב חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וַוייל מֶען הָאט גֶעטְרָאפְן אַ קְרִיגְל מִיט שֶׁמֶן וָואס אִיז גֶענוּג פַאר אֵיין טָאג אוּן מֶען הָאט מִיט דֶעם גֶעצוּנְדְן אַכְט טֶעג אִיז וֶועגְן דֶעם מַאכְט מֶען חֲנֻכָּה אַכְט טֶעג.
פְרֶעגְט דֶער הֵיילִיגֶער בֵּית יוֹסֵף אוֹיף אֵיין טָאג אִיז דָאך יָא גֶעוֶוען שֶׁמֶן אִיז דָאך דֶער נֵס נָאר אוֹיף זִיבֶּן טֶעג אִיז פַארְוָואס הָאבְּן דִי חֲכָמִים גֶעמַאכְט דֶעם יוֹ"ט אוֹיף אַכְט טֶעג ?
דֶער תֵּרוּץ אִיז, דִי עֶרְשְׁטֶע נַאכְט הָאט מֶען אֲרַיינְגֶעגָאסֶען דִי גַאנְצֶע שֶׁמֶן אִין דִי מְנוֹרָה אוּן אִינְדֶערְפְרִי הָאט מֶען גֶעטְרָאפֶען דִי מְנוֹרָה וַוייטֶער אָנְגֶעפִילְט מִיט שֶׁמֶן, אֲזוֹי אִיז גֶעוֶוען יֶעדְן טָאג. קוּמְט אוֹיס אַז אִינְדֶערְפְרִי פוּן דֶעם עֶרְשְׁטְן טָאג אִיז שׁוֹין אוֹיך גֶעוֶוען דִי נֵס פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבֶּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה .
(בֵּית יוֹסֵף)
נָאך אַ תֵּרוּץ אִיז, פַאר דֶעם נֵס הָאט מֶען גֶעמַאכְט דֶער עֶרְשְׁטֶער טָאג חֲנֻכָּה וַוייל מֶען הָאט גֶעטְרָאפֶען דִי פַּךְ שֶׁמֶן, וַוייל צוּם טְרֶעפֶען דִי טָהוֹר'דִיגֶע דָאס אֲלֵיין אִיז גֶעוֶוען אַ נֵס,
פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבֶּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה, אֵיין טָאג פַאר דֶעם נֵס וָואס מֶען הָאט גֶעטְרָאפֶען דִי פַּךְ שֶׁמֶן, אוּן דִי אַנְדֶערֶע זִיבֶּן טֶעג וֶועגֶן דִי נֵס וָואס אִיז גֶעשֶׁעהְן מִיט דִי מְנוֹרָה אַז נָאכֶען בְּרֶענֶען הָאט מֶען וַוייטֶער גֶעטְרָאפֶען חֲנֻכָּה שֶׁמֶן.
(מֵאִירִי שַׁבָּת)
אַ פְרֵיילִיכְן חֲנֻכָּה
הַמְּלַמֵּד
בָּס"ד ג' דַחֲנוּכָּה
חֲנֻכָּה
דִי גְּמָרָא זָאגְט:
אַז דֶעם יוֹם טוֹב חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וַוייל מֶען הָאט גֶעטְרָאפְן אַ קְרִיגְל מִיט שֶׁמֶן וָואס אִיז גֶענוּג פַאר אֵיין טָאג אוּן מֶען הָאט מִיט דֶעם גֶעצוּנְדְן אַכְט טֶעג אִיז וֶועגְן דֶעם מַאכְט מֶען חֲנֻכָּה אַכְט טֶעג.
פְרֶעגְט דֶער הֵיילִיגֶער בֵּית יוֹסֵף אוֹיף אֵיין טָאג אִיז דָאך יָא גֶעוֶוען שֶׁמֶן אִיז דָאך דֶער נֵס נָאר אוֹיף זִיבֶּן טֶעג אִיז פַארְוָואס הָאבְּן דִי חֲכָמִים גֶעמַאכְט דֶעם יוֹ"ט אוֹיף אַכְט טֶעג ?
דֶער תֵּרוּץ אִיז אַז דִי מְנוֹרָה אִיז טָמֵא גֶעווָארֶן הָאט מֶען גֶעמַאכְט אַ נַייעֶ מְנוֹרָה פוּן הָאלְץ אוּן דִי מְנוֹרָה הָאט נִישְׁט גֶעהַאט קַיין בֶּעכֶערְ'ס אַוואוּ מֶען זָאל אֲרַיין גִּיסֶען דִי שֶׁמֶן הָאט מֶען גֶעמַאכְט קְנוֹיטְלַאך אוּן מֶען הָאט עֶס אַיינְגֶעטוּנְקֶען אִין דִי שֶׁמֶן, אוּן מֶען הָאט עֶס גֶעלֵייגְט אוֹיף דִי הָאלְץ, אוּן אֲזוֹי הָאט עֶס גֶעבְּרֶענְט בְּדֶרֶךְ נֵס אַ גַאנְצֶע נַאכְט, אִיז "אֵיין" טָאג חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט פַאר דֶעם נֵס, פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבֶּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה .
(חֲתַם סוֹפֵר)
נָאך אַ תֵּרוּץ אִיז, אַז דִי יְוָנִים הָאבֶּן גֶעמַאכְט אַ גְּזֵרָה אַז דִי אִידֶען טָארֶען נִישְׁט מַאכְן קַיין בְּרִית מִילָּה, אוּן וֶוען דִי חַשְׁמוֹנָאִים הָאבֶּן זֵיי גֶעוִוינֶען אִיז בָּטֵל גֶעווָארֶן דִי גְּזֵרָה הָאבֶּן זִיך דִי אִידֶען גֶעפְרֵייט אַז מֶען קֶען שׁוֹין וַוייטֶער מְקַיֵּם זַיין דִי מִצְווֹת פוּן דֶעם אוֹיבֶּערְשְׁטֶן, אִיז אֵיין טָאג חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וֶועגֶן דִי גְּזֵרָה אִיז בָּטֵל גֶעווָארֶן, פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבֶּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה.
(שִׁלְטֵי הַגִּבּוֹרִים)
אַ פְרֵיילִיכְן חֲנֻכָּה
הַמְּלַמֵּד
בס"ד ד' דַחֲנוּכָּה
חֲנֻכָּה
דִי גְּמָרָא זָאגְט:
אַז דֶעם יוֹם טוֹב חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וַוייל מֶען הָאט גֶעטְרָאפְן אַ קְרִיגְל מִיט שֶׁמֶן וָואס אִיז גֶענוּג פַאר אֵיין טָאג אוּן מֶען הָאט מִיט דֶעם גֶעצוּנְדְן אַכְט טֶעג אִיז וֶועגְן דֶעם מַאכְט מֶען חֲנֻכָּה אַכְט טֶעג.
פְרֶעגְט דֶער הֵיילִיגֶער בֵּית יוֹסֵף אוֹיף אֵיין טָאג אִיז דָאך יָא גֶעוֶוען שֶׁמֶן אִיז דָאך דֶער נֵס נָאר אוֹיף זִיבֶּן טֶעג אִיז פַארְוָואס הָאבְּן דִי חֲכָמִים גֶעמַאכְט דֶעם יוֹ"ט אוֹיף אַכְט טֶעג ?
דֶער תֵּרוּץ אִיז, אַז וֶוען דִי חַשְׁמוֹנָאִים הָאבֶּן גֶעוִוינֶען דִי מִלְחָמָה הָאבֶּן זֵיי גֶעטְרָאפֶען דֶעם הֵיכָל פוּן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ פוּהְל מִיט עֲבוֹדָה זָרָה'ס פוּן דִי יְוָנִים וָואס זֵיי הָאבֶּן טָמֵא גֶעמַאכְט דִי בֵּית הַמִּקְדָּשׁ אַז מֶען הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט צִינְדֶען אִינֶעוֵויינִיג הָאט מֶען דֶער וַוייל גֶעצִינְדְן אִין חָצֵר פוּן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ דָאס הָאט מֶען גֶערוּפֶן דִי עֲזָרָה אֲזוֹי וִוי מֶען זָאגְט בַּיי בִּימֵי מַתִּתְיָהוּ "וְהִדְלִיקוּ נֵרוֹת בְּחַצְרוֹת קָדְשֶׁךָ" אַז מֶען הָאט גֶעצִינְדְן אִין הוֹיף פוּן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אוּן וֶוען מֶען צִינְדְט אִינְדְרוֹיסְן בְּלָאזְט אַ וִוינְט, אוּן וֶוען אַ וִוינְט בְּלָאזְט צִיהְט דִי לִיכְט מֶער שֶׁמֶן, אוּן דִי פַּךְ שֶׁמֶן וָואס זֵיי הָאבֶּן גֶעטְרָאפֶען אִיז גֶעוֶוען גֶענוּג אוֹיף אֵיין נַאכְט נָאר אוֹיף צוּ צִינְדֶען אִינֶעוֵויינִיג אָבֶּער נִישְׁט אוֹיבּ מֶען צִינְדְט אִינְדְרוֹיסְן, אוּן דָאך אִיז גֶעשֶׁעהְן אַ נֵס אַז עֶס הָאט גֶעבְּרֶענְט אִינְדְרוֹיסְן אַ גַאנְצֶע נַאכְט אֲפִלּוּ עֶס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען גֶענוּג שֶׁמֶן אַז עֶס זָאל בְּרֶענֶען אִינְדְרוֹיסְן אִיז אֵיין טָאג חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט פַאר דֶעם נֵס, פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבֶּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה .
(דְּרָשׁוֹת חֲתַם סוֹפֵר)
נָאך אַ תֵּרוּץ אִיז, וַוייל דִי הֲלָכָה אִיז אַז מֶען טָאר נִישְׁט נָאך מַאכְן דִי כֵּלִים פוּן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ אוּן דִי מְנוֹרָה פוּן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ אִיז גֶעוֶוען פוּן זִיבֶּן רֶערְאלַאך אוּן טָאמֶער מֶען גֵייט מַאכְן חֲנֻכָּה זִיבֶּן טֶעג וֶועט אוֹיס קוּמֶען אַז יֶעדֶער אֵיינֶער וֶועט עוֹבֵר זַיין אוֹיף אַ עֲבֵרָה וַוייל יֶעדֶער אֵיינֶער וֶועט הָאבֶּן אֲזוֹי וִוי דִי מְנוֹרָה פוּן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, וֶועגֶן דֶעם הָאט מֶען בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה אַז יֶעדֶער אֵיינֶער זָאל הָאבֶּן אַ מְנוֹרָה פוּן אַכְט רֶערְאלַאך וֶועט מֶען נִישְׁט עוֹבֵר זַיין אוֹיף אַ עֲבֵרָה. (שַׁוּ"תְּ שׁוֹאֵל וּמֵשִׁיב)
אַ פְרֵיילִיכְן חֲנֻכָּה
הַמְּלַמֵּד
בס"ד ה' דַחֲנוּכָּה
חֲנֻכָּה
דִי גְּמָרָא זָאגְט:
אַז דֶעם יוֹם טוֹב חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וַוייל מֶען הָאט גֶעטְרָאפְן אַ קְרִיגְל מִיט שֶׁמֶן וָואס אִיז גֶענוּג פַאר אֵיין טָאג אוּן מֶען הָאט מִיט דֶעם גֶעצוּנְדְן אַכְט טֶעג אִיז וֶועגְן דֶעם מַאכְט מֶען חֲנֻכָּה אַכְט טֶעג.
פְרֶעגְט דֶער הֵיילִיגֶער בֵּית יוֹסֵף אוֹיף אֵיין טָאג אִיז דָאך יָא גֶעוֶוען שֶׁמֶן אִיז דָאך דֶער נֵס נָאר אוֹיף זִיבֶּן טֶעג אִיז פַארְוָואס הָאבְּן דִי חֲכָמִים גֶעמַאכְט דֶעם יוֹ"ט אוֹיף אַכְט טֶעג ?
דֶער תֵּרוּץ אִיז אַז דִי גְּמָרָא זָאגְט אַז אַ בְּרָכָה קוּמְט נִישְׁט אֲרַיין אִין אַ אָפְּגֶעמָאסְטֶענֶע זַאך, דָאס מֵיינְט-גֶעוֶוענְטְלִיך אַ אָפְּגֶעמָאסְטֶענֶע זַאך קֶען נִישְׁט וֶוערְן מֶער פוּן זִיך אֲלֵיין, אוּן דָּא בַּיי דִי פַּךְ שֶׁמֶן אִיז דָאך גֶעוֶוען אַ גֶעמָאסְטֶענֶע זַאך פּוּנְקְט פַאר אֵיין טָאג וָואלְט דָאך נִישְׁט גֶעקֶענְט אַרַיינְקוּמֶען אַ בְּרָכָה אִין דִי שֶׁמֶן אַז עֶס זָאל וֶוערְן מֶער, אָבֶּער דָאך הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער גֶעמַאכְט אַ נֵס אוּן דִי בְּרָכָה אִיז אַרֵיינְגֶעקוּמֶען אֲפִילוּ אוֹיף אַ גֶעמָאסְטֶענֶע זַאך, אִיז אֵיין טָאג חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וֶועגְן דֶעם נֵס, פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבְּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה.
(יִשְׂמַח מֹשֶׁה)
נָאך אַ תֵּרוּץ אִיז, אַז אִין בֵּהַמִ"קְ פְלֶעגְט מֶען אֵייבִּיג צִינְדְן מִיט דִיקֶע קְנוֹיטְן וָואס זַאפְּט אַיין אִין זִיך זֵייעֶר אַסַאך שֶׁמֶן כְּדֵי דִי מְנוֹרָה זָאל שֵׁיין בְּרֶענֶען, אָבֶּער דִי שֶׁמֶן וָואס אִיז גֶעוֶוען אִין דֶעם פַּךְ אִיז גֶעוֶוען גֶענוּג נָאר פַאר דִינֶע קְנוֹיטְן, אוּן יֶעצְט הָאט מֶען גֶעמַאכְט דִיקֶע קְנוֹיטְן וִוי גֶעוֶוענְטְלִיך, אוּן דָאס אִיז גֶעוֶוען דֶער נֵס אַז אֲפִילוּ מֶען הָאט גֶעמַאכְט דִיקֶע קְנוֹיטְן הָאט דָאס אוֹיך גֶעבְּרֶענְט אַ גַאנְצֶע נַאכְט אֲפִילוּ עֶס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען גֶענוּג שֶׁמֶן פַאר דִיקֶע קְנוֹיטְן, אוּן דִי עֶרְשְׁטֶע טָאג חֲנֻכָּה אִיז וֶועגְן דֶעם נֵס, פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבְּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה.
(חִדּוּשֵׁי הָרִי"ם)
אַ פְרֵיילִיכְן חֲנֻכָּה
הַמְּלַמֵּד
בס"ד ז' דחנוכה
חֲנֻכָּה
דִי גְּמָרָא זָאגְט:
אַז דֶעם יוֹם טוֹב חֲנֻכָּה הָאט מֶען גֶעמַאכְט וַוייל מֶען הָאט גֶעטְרָאפְן אַ קְרִיגְל מִיט שֶׁמֶן וָואס אִיז גֶענוּג פַאר אֵיין טָאג אוּן מֶען הָאט מִיט דֶעם גֶעצוּנְדְן אַכְט טֶעג אִיז וֶועגְן דֶעם מַאכְט מֶען חֲנֻכָּה אַכְט טֶעג.
פְרֶעגְט דֶער הֵיילִיגֶער בֵּית יוֹסֵף אוֹיף אֵיין טָאג אִיז דָאך יָא גֶעוֶוען שֶׁמֶן אִיז דָאך דֶער נֵס נָאר אוֹיף זִיבֶּן טֶעג אִיז פַארְוָואס הָאבְּן דִי חֲכָמִים גֶעמַאכְט דֶעם יוֹ"ט אוֹיף אַכְט טֶעג ?
דֶער תֵּרוּץ אִיז אַז וִוי מֶען הָאט שׁוֹין אָנְגֶעהוֹיבְּן אֲרַיין צוּ גִּיסֶען שֶׁמֶן אִין דִי מְנוֹרָה אִיז דָאס גְלַייך פוּהְל גֶעווָארֶן, אִיז אֵיין טָאג הָאט מֶען גֶעמַאכְט פַאר דֶעם נֵס, פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבְּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה.
(פְּרִי חָדָשׁ)
נָאך אַ תֵּרוּץ אִיז, וֶוען דֶער בֵּית הַמִּקְדָּשׁ אִיז גֶעשְׁטַאנֶען הָאבֶּן אַלֶע לִיכְט גֶעבְּרֶענְט נָאר בַּיי נַאכְט אוּן דֶער נֵר הַמַּעֲרָבִי דָאס מֵיינְט דִי לִיכְט וָואס אִיז גֶעוֶוען דִי נֶענְטְסְטֶע צוּ מַעֲרָב זַייט הָאט גֶעדַארְפְט בְּרֶענֶען בַּיי טָאג אוֹיך, אוּן וֶוען שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק אִיז גֶעוֶוען דֶער כֹּהֵן גָּדוֹל הָאט דֶער נֵר הַמַּעֲרָבִי גֶעבְּרֶענְט אַ גַאנְצֶען טָאג אוּן וֶוען שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק אִיז נִפְטַר גֶעווָארֶן הָאט עֶס נִישְׁט גֶעבְּרֶענְט בְּדֶרֶךְ נֵס, נָאר יֶעדְן טָאג אִינְדֶערְפְרִי הָאט מֶען גֶעדַארְפְט אֲרַיין גִּיסֶען נָאך שֶׁמֶן אַז עֶס זָאל קֶענֶען בְּרֶענֶען בַּיי טָאג אוֹיך, אוּן יֶעצְט בַּיי דֶעם נֵס חֲנֻכָּה וֶוען מֶען הָאט גֶעטְרָאפֶען דֶעם פַּך שֶׁמֶן אִיז גֶעשֶׁעהְן נָאך אַ נֵס אַז דֶער נֵר הַמַּעֲרָבִי הָאט וַוייטֶער גֶעבְּרֶענְט אוּן מֶען הָאט נִישְׁט גֶעדַארְפְט צוּ גִּיסֶען שֶׁמֶן פּוּנְקְט וִוי בַּיי שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק'ס צַייטֶען, דֶערִיבֶּער הָאט מֶען אֵיין טָאג חֲנֻכָּה גֶעמַאכְט וֶועגֶן דֶעם נֵס, פַארְשְׁטֵייעֶן מִיר שׁוֹין זֵייעֶר גוּט פַארְוָואס דִי חֲכָמִים הָאבְּן בַּאשְׁטִימְט אַכְט טֶעג חֲנֻכָּה.
(דְּרוּשֵׁי צְלַ"ח)
אַ פְרֵיילִיכְן חֲנֻכָּה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:26 |
|
| |
שְׁאֵלוֹת בְּנוֹשֵׂא חֲנֻכָּה
א. כַּמָּה בְּרָכוֹת מְבָרְכִים בַּלַּיְלָה הָרִאשׁוֹן ? וְכַמָּה בִּשְׁאָר הַלֵּילוֹת ?
ת. בַּלַּיְלָה הָרִאשׁוֹן מְבָרְכִים ג' בְּרָכוֹת.
1. לְהַדְלִיק נֵר חֲנֻכָּה. 2. שֶׁעָשָׂה נִסִּים לַאֲבוֹתֵינוּ. 3. שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְּמָנוּ. וּבִשְׁאָר הַלֵּילוֹת מְבָרְכִים רַק 2 בְּרָכוֹת, לְהַדְלִיק, וְשֶׁעָשָׂה נִסִּים.
ב. מַה אוֹמְרִים בִּזְמַן שֶׁמַּדְלִיקִים הַנֵּרוֹת חֲנֻכָּה ?(לְפִי נֻסָּח וִיזְנִיץ)
ת. הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ אָנוּ מַדְלִיקִין וְכוּ'.
ג. מֵאֵיזֶה נֵר מַתְחִילִים לְהַדְלִיק בְּכָל לַיְלָה ?
ת. כָּל לַיְלָה מַתְחִילִים לְהַדְלִיק מֵהַנֵּר הֶחָדָשׁ שֶׁהוֹסִיפוּ.
ד. הַאִם מַדְלִיקִים נֵרוֹת חֲנֻכָּה גַּם בְּבֵּהַמִ"דְ ? וּמַדּוּעַ ?
ת. כֵּן, בֵּין מִנְחָה לְמַּעֲרִיב, שֶׁכָּל הָאֲנָשִׁים בָּאִים לְבֵּיהַמֶ"ד לְהִתְפַּלֵּל וְאָז יֶשׁ מִצְוָה לְפִרְסוּמֵי נִיסָא.
ה. מָתַי מַתְחִיל הַזְּמַן שֶׁל הַדְלָקַת נֵרוֹת חֲנֻכָּה ?
ת. כְּשֶׁיּוֹצְאִים הַכּוֹכָבִים.
ו. הַאִם מֻתָּר לַעֲשׂוֹת סְתַּם דְּבָרִים לִפְנֵי הַדְלָקַת נֵרוֹת חֲנֻכָּה ? וּמַה מֻּתָּר כֵּן לַעֲשׂוֹת ?
ת. אָסוּר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר מִשְּׁעַת זְמַן הַדְלָקַת הַנֵּרוֹת עַד אַחַר שֶׁיַּדְלִיק, מֻתָּר רַק לְהִתְפַּלֵּל מַעֲרִיב לִפְנֵי הַהַדְלָקָה.
ז. הַאִם מֻתָּר לְהִשְׁתַּמֵּשׁ עִם נֵרוֹת חֲנֻכָּה ? וּמַה מּוֹסִיפִים בִּגְלַל זֶּה ?
ת. אָסוּר לְהִשְׁתַּמֵּשׁ עִם הַנֵּרוֹת בְּכָל אֹפֶן שֶׁהוּא. וּמוֹסִיפִים שַׁמָּשׁ.
ח. בִּימֵי חֲנֻכָּה אֵיזֶה תְּפִלָּה מוֹסִיפִים אַחַר שַׁחֲרִית ? וּמַה זֶּה שׁוֹנֶה מִכָּל רֹאשׁ חֹדֶשׁ ?
ת. כָּל יוֹם אַחֵר תְּפִלַּת שְׁמוֹ"עֶ אוֹמְרִים הַלֵּל הַשָּׁלֵם, וּבְּר"ח אוֹמְרִים רַק חֲצִי הַלֵּל.
ט. וּמַה מּוֹסִיפִים בִּימֵי הַחֲנֻכָּה בִּשְׁמוֹנֶה עֶשְׂרֵה וּבְבִרְכַּת הַמָּזוֹן ? וְאֵיפֹה ?
ח. וְעַל הַנִּסִּים, בִּשְׁמוֹ"עֶ אַחַר מוֹדִים לִפְנֵי וְעַל כֻּלָּם, בְּבִרְכַּת הַמָּזוֹן
נוֹדֶה לְךָ לִפְנֵי וְעַל הַכֹּל.
י. מַהוּ הַמַּחֲלֹקֶת בֵּין בֵּית שַׁמְאַי וּבֵין בֵּית הִלֵל ?
ת. בֵּית שַׁמְאַי סוֹבְרִים שֶׁבְּיּוֹם א' מַדְלִיקֵין ח' נֵרוֹת, וּבְלֵיל ב' ז' נֵרוֹת וּפוֹחֵת וְהוֹלֵךְ, וּבֵּית הִלֵל סוֹבְרִים שֶׁבַּיּוֹם א' מַדְלִיקִין נֵר א', וּבְיוֹם ב' שְׁתֵּי נֵרוֹת וְכֵן מוֹסִיפִים נֵר כָּל לַיְלָה עַד שֶׁבְּיוֹם ח' מַדְלִיקִין ח' נֵרוֹת.
יא. עִם מִי נִשְׁאַר הַהֲלָכָה ? וְאֵיפֹה זֶּה מְרֻמָּז בְּמִּלָּה שֶׁל חֲנֻכָּה ?
ת. הַהֲלָכָה הִיא כְּבֵּית הִלֵל ?
וּמְרֻמָּז בְּמִּלָּה "חֲנוּכָּה" ח' נֵרוֹת וַהֲלָכָה כְּבֵית הִלֵּל.
יב. לְסִכּוּם: כַּמָּה נֵרוֹת מַדְלִיקִין בְּמֶשֶׁךְ כָּל יְמֵי הַחֲנֻכָּה ?
ת. ל"ו נֵרוֹת. וְהִסְבַּרְתִּי לָהֶם כָּל הַחֶשְׁבּוֹן כְּדִלְהַלָּן:
יוֹם א' = 1
יוֹם ב' = 1-2
יוֹם ג' = 1-2-3
יוֹם ד' = 1-2-3-4
יוֹם ה' = 1-2-3-4-5
יוֹם ו' = 1-2-3-4-5-6
יוֹם ז' = 1-2-3-4-5-6-7
יוֹם ח' = 1-2-3-4-5-6-7-8
ס"ה 36 נֵרוֹת. עִם הַשַּׁמָּשִׁים ס"ה 44 נֵרוֹת
בְּבִרְכַּת שַׁבְּתָא טָבָא
אוּן אַ גוּטֶען חֲנֻכָּה
הַמְּלַמֵּד
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:28 |
|
| |
האבודרהם מביא נוטריקון לשם חנוכה:
ח – ח'
נ - נרות
ו - והלכה
כ - כבית
ה - הלל
וכתב ה"בת עין" (השבוע חל היאהרצייט שלו) שלפי זה יש ליישב את קושיתו המפורסמת של ה"בית יוסף" דלכן
לא קבעו את חג החנוכה לשבעה ימים כי אילו היו חוגגים רק שבעה ימים היה
יוצא שביום הרביעי גם לפי בית הלל מוסיף והולך וגם לפי בית שמאי שפוחת
והולך, היו מדליקים ארבעה נרות ואז לא היה מוכח ביום זה כמו מי ההלכה והרי
מתוך הנוטריקון של שם החג, רואים שצריכה להיות הוכחה ברורה מכמות הנרות
כמו מי ההלכה.
הוזק בנר חנוכה:
המשנה במסכתא בבא קמא בדף ס"ב: אומרת: הניח חנוני נרו מבחוץ, חנוני חייב
רבי יהודה אומר: בנר חנוכה פטור. דהיינו שאם מניח אדם נר מחוץ לביתו ברה"ר
וניזוק מהנר אדם שעבר עם בהמה טעונה פשתן, חייב המדליק אבל בנר חנוכה סובר
רבי יהודה שמכיוון שברשות הדליק שהרי נר חנוכה מצוותו על פתח ביתו מבחוץ
אזי פטור בעל הנר.
ומסתפק ה"שפת אמת" זי"ע: האם הכוונה שבאמת היה זה נר חנוכה של מצוה בדוקא ורק אז פטור או שבימי החנוכה בזמן ההדלקה, כל נר פטור ולאו דוקא נר חנוכה כי עכשיו הרי מותר לשים נר בחוץ ולכן צריכים העוברים ברה"ר להזהר. ונשאר בצ"ע.
ושמעתי בשם האדמו"ר מטאלנא שליט"א שרצה לפשוט את הספק ממחלוקת ראשונים על דברי המשנה בב"ק ל"ב : נאמר שם במשנה: שניים שהיו מהלכים ברה"ר, אחד רץ ואחד מהלך והזיקו זה את זה שניהם פטורים. ואומרת הגמ' שהמשנה לא כאיסי בן יהודה כי הוא סובר שהרץ חייב מפני שהוא משונה והמשנה ידו על התחתונה ומודה איסי, בערב שבת בין השמשות מפני שרץ ברשות, ומאי רשות איכא? כדרבי חנינא: בואו ונצא לקראת שבת מלכתא. הנמו"י: הרץ בערב שבת, ריצתו מותרת כי עסוק הוא בצרכי שבת. ורבינו מאיר כתב דהני מילי שבאמת רץ לצורך צרכי שבת או בסתם שאפשר לתלות שהיה זה לצורך שבת אבל אם יודעים להדיא שרץ לצרכיו אזי אינו פטור. הרמ"א פסק לפי רבינו מאיר הלוי אך הסמ"ע מדייק מהרמב"ם שתמיד פטור. והסברא שגם כשרץ לצורך עסקיו, ניתן לומר שזה ברשות כי עדיין יש כאן צורך שבת כדי שיגמור את עסקיו ויוכל להתפנות לצרכי שבת ולכן תמיד בערב שבת הרץ פטור.
ולכאורה תלוי הדבר הזה במחלוקת הראשונים דלעיל דלפי ר"מ הלוי דוקא כשיודעים שרץ לצורך שבת רק אז פטור אך אם רץ לצורך עצמו, חייב וכך גם כאן, אם הדליק נר רגיל ולא נר חנוכה יהיה חייב.
אך לפי הרמב"ם שאחרי שיש היתר בערב שבת לרוץ, שוב כל הרץ בין לצורך שבת ובין לצורך עצמו, פטור כי הזמן הזה כבר הותר, יש לומר שגם בחנוכה הזמן של ההדלקה הותר להדלקה בחוץ, ולכן יהיה פטור בין אם הדליק נר חנוכה ובין אם הדליק נר סתם.
ושמא יש לדחות את דבריו. שהרי הסמ"ע כתב סברא שבעוסק בצרכי עצמו ביום ששי יש לראות בדבר צורך שבת כי ככל שיגמור את צרכיו הפרטיים, ישאר לו זמן עדיין פנוי לצורך ההכנות לשבת ולכן כל מה שעושה ביום ששי בדרך עקיפה הרי זה קשור לשבת קודש ולכן ריצתו היא ברשות אבל כאן בזמן הדלקת נר חנוכה והלך המדליק והדליק נר סתם, אין שום סברא לקשור את הנר הזה החולין לנר חנוכה ואין הוא עוזר לו כלל ולא שייך לקשור ביניהם ושמא גם להרמב"ם במקרה כזה יהיה המדליק חייב. אולי ידמה הנידון לנר השמש של נר חנוכה ששם תהיה סברת הרמב"ם שאף שנר זה אינו נר של מצוה ממש אלא סייעתא לנר של מצוה אזי תהיה הנ"מ בין השיטות דלהרמב"ם יהיה פטור כי גם נר זה הוא צורך המצוה ולרבינו מאיר יהיה חייב כי רק נר המצוה עצמו פוטר ולא השמש וצ"ע.
על הנסים בברכת המזון:
בשו"ע סימן תרפ"ח מובא הדין שאם שכח לומר על הנסים בברכת המזון, יכול הוא להוסיף בסוף ברכת המזון כאשר אומרים את כל "הרחמן", ויאמר: "הרחמן הוא יעשה לנו נסים כאשר עשה לאבותינו בימים ההם בזמן הזה, בימי מתתיהו וכו'. וכך אכן נוהגים אנו הלכה למעשה.
אך ה"תבואות שור" חלק בדבר וכתב כי אין לקיים מנהג זה שכן אין לנן לבקש מה'
שיעשה לנו נסים. וכבר ידוע המעשה בר' שמעון בן אלעזר שהציקתו אשתו על גודל
עניותם והתפלל וניתן להם מטיל זהב מן השמים. בלילה חלמה שהנם בגן עדן ולכל הצדיקים שולחן בעל ג' רגליים ולהם רק ב'. כאשר שאלה מדוע הושב לה כי את הרגל השלישית כבר קיבלה בעוה"ז. מיד ביקשה את בעלה שיתפלל כי יקחו את מטיל הזהב בחזרה ואכן כך קרה. וא"כ רואים כי כאשר עושים לאדם נס בעוה"ז, הרי זה על חשבון העוה"ב ומנכים לו מזכויותיו ואיך נתקן לבקש על הנס? ולכן דחה את הנוסח הזה.
יש שכתבו לקיים הנוסח וחילקו בין נס הנעשה לאדם פרטי לבין נס הנעשה לכל כלל ישראל. בנס פרטי כמו שנעשה לרשב"א, מנכים מהזכויות ולא כדאי לבקש אבל בנס של כל עם ישראל, לא מנכים ומותר לבקש על כך.
ה"ישועות יעקב" רבה של לעמבערג ענה באופן דומה אך קצת שונה: כאשר יצא אברהם אבינו למלחמה עם חמשת המלכים, הרי סמך על הנס שכן לפי המדרש היה הוא ואליעזר לבד מול חמשה צבאות גדולים וגם לשיטה שהיו אתו 318 ילידי ביתו, עדיין היה זה מעטים שבמעטים מול רבים ובכל זאת הקב"ה עשה נס לאברהם והוא ניצח. ואמנם לאחר מלחמה זו פחד אברהם שבעקבות הנס ינכו לו מזכויותיו. אמר לו הקב"ה אל תירא אברהם שכרך הרבה מאד", ומדוע ? כי נס כזה שעושה הקב"ה אשר גורם לקידוש ה' גדול וכולם רואים את גדלות הבורא כמו בקרי"ס, שם אין כל ניכוי והפחתה מהזכויות כי קידוש ה' הגדול שבא בעקבות הנס יוצר זכויות רבות מאד.
כך באמת היה הנס של מלחמת חמשת המלכים שהביא לקידוש ה' וכך גם נס חנוכה לפיכך אנו מדגישים בתפילתינו ואומרים: "הרחמן הוא יעשה לנו נסים כאשר עשה עם אבותינו", אנו מבקשים רק נס כזה כמו של חנוכה שהיה כרוך בקידוש ה' גדול
וכזה נס אינו גורר אחריו ניכוי של זכויות אלא להיפך, מוסיף והולך זכויות רבות לכל עם ישראל.
שואל או מוכר כסותו:
הרמב"ם בהלכות חנוכה כתב כי אפילו עני המתפרנס מן הצדקה שואל או מוכר את כסותו ולוקח שמן להדליק.
האחרונים תמהים מהיכן לקח הרמב"ם דין זה שלא מוזכר כלל בגמרא והרי אפילו מצוות עוברות מדאורייתא כמו לולב ושופר אסור לו לאדם לבזבז יותר מחומש ומדוע כאן החמירו עד כדי כך ?
ה"מגיד משנה" במקום כותב כי מקורו של הרמב"ם הוא ממצוות ד' כוסות ששם נאמר במשנה שגם עני המתפרנס מן התמחוי לא פוחתים לו מד' כוסות והרי ב' מצוות הללו ענינם הוא פירסומי ניסא ולכן למד זאת הרמב"ם מסברא שבחנוכה הדין כמו בד' כוסות.
הגר"א מביא מקור אחר: הגמ' בפסחים קי"ב: אומרת שהעני חייב למכור כסותו בכדי לקנות איזה דבר מועט של מאכל לכבוד שבת קודש. ושם בדף ק"ה: נפשט שאם יש לו לעני לקנות או יין לצורך קידוש או מאכל לצורך כבוד היום, הרי שיין לקידוש עדיף. ובשבת בדף כ"ג: אומרת הגמ' שאם העני יכול לקנות יין לקידוש או נר לחנוכה, הרי שנר חנוכה עדיף מיין לקידוש. מעתה החשבון פשוט: יין לקידוש קודם לכבוד היום ונר חנוכה קודם ליין לקידוש ועל כבוד היום צריך העני למכור את כסותו ולקנות דבר מועט, אז על אחת כו"כ שלצורך נר חנוכה, עליו למכור את
כסותו.
ויש לעיין דעל פי דברי קדשו, יוצא שגם עבור יין לקידוש יש על העני למכור את כסותו מאותו הק"ו ולא מצינו שיש דין כזה. וצ"ע.
עוד יש לומר דעל פי המגיד משנה שרק במצוות אשר הם בגדר פירסומי ניסא, ישנה החובה על העני למכור כסותו, והגמרא אומרת שגם עבור כבוד היום של מאכל לצורך שבת יש על העני למכור כסותו, דצריך לומר שגם כבוד שבת יש לו ענין וגדר של פירסומי ניסא דהשבת היא אות בין הקב"ה לעם ישראל וע"י כיבודה במאכל חשוב מפרסם האדם את גודל וחשיבות השבת לעצמו ולב"ב.
כבתה, אין זקוק לה:
הפמ"ג באשל אברהם ס"ק י"ב מעלה שאלה: ידוע הדין דכבתה אין זקוק לה שהרי
הדלקה עושה מצוה ואם הדליק בשיעור שמן כדי הזמן ובמקום שלא עשוי לכבות שכבר עם ההדלקה יצא ידי חובה ואין זה חשוב מה שאח"כ נכבה. אולם מה יהיה הדין אם במזיד ובידיים הלך האדם לאחר ההדלקה וכיבה את נרו ?
ופושט הפמ"ג על פי סברא שבמקרה כזה לא יצא ידי חובה וצריך לשוב ולהדליק.
הרב זוין בספרו "המועדים בהלכה" (עמ' קס"ז) מביא ראיה יפה לפסקו של הפמ"ג:
הגמרא בשבת כ"ג: אומרת: "מילא קערה שמן והקיפה פתילות, כפה עליה כלי עולה
לכמה בני אדם, לא כפה עליה כלי, עשאה כמין מדורה ואפילו לאחד נמי אינה
עולה". והנה לכאורה כאשר הדליק את הנר הראשון ולפני שהדליק את יתר הנרות
עדיין לא היתה כאן שום מדורה והדלקה עושה מצווה ומדוע שלא נאמר שכבר יצא
ידי חובת המצווה ואיך יכולה ההדלקה שלאחר מכן של שאר הנרות לקלקל את הנר
הראשון? אלא שבהכרח הרי זה כמי שכיבה במזיד שלא יצא ידי חובה וכדברי הפמ"ג.
מקריאת התורה בחנוכה
כ' - 20
ף - פחות (צריך להדליק פחות מ20 אמות)
א - מ 1
ח - עד 8 (כדברי בית הלל)
ת - תדליק
ע - עד
ש - שתכלה
ר - רגל
ה - מן השוק (סוף זמן ההדלקה)
ז - זמנה
ה - השמשות
ב - בין (תחילת זמן ההדלקה
מ - מצוה
ל - להניחה
א - אצל
ה - הפתח
ק - קרוב
ט - טפח
ר - רחוק
ת - תדליק (צריך להדליק בטפח הסמוך לפתח)
נראה לי שזה בשם בעה"ט.
ספיקא דיומא: שואל בעל העיטור : מדוע לא עשו בחנוכה ספיקא דיומא וקבעו את ימי החג לתשעה
ימים? ומשיב: במצוות דרבנן לא החמירו להוסיף יום משום ספיקא דיומא.
בספר "תולדות יעקב יוסף" לפרשת "וישב" רצה ליישב בכך את קושית הבית יוסף
המפורסמת שבאמת קבעו מלכתחילה שבעה ימים והשמיני הוא משום ספיקא דיומא אלא שקשה על דבריו שהרי גם בארץ ישראל עושים שמונה ימים ובא"י אין עושים שום תוספת של ספיקא דיומא.
הרב עקיבא נבנצאל שליט"א (בנו של הרב אביגדור שליט"א)השיב: היוונים הרי גזרו על שבת מילה וראש חודש ומה היתה הגזירה על ר"ח? שהיו מקדשים על פי ראיה ואח"כ מודיעים לכולם אם ע"י משואות או ע"י שליחים וכך ידעו כולם מה התאריך. והיוונים גזרו על בני ישראל שלא יקדשו בי"ד את החודש ולא ישלחו לכל ערי ישראל וכך נוצר מצב של בלבול בקביעא דירחא. אשר על כן בזמן שגברו בית חשמונאי תיקנו בדוקא לעשות את ימי החנוכה שמונה ימים קבועים ולא תיקנו עוד יום של ספק להראות שאנו כן בקיאים בקביעא דירחא על פי חשבון ושלא כזמן של הגזירה שרצו לבטל את זמני החודשים. וזהו שאנו אומרים "בני בינה ימי שמונה" דהיינו בני בינה הם עם ישראל שהם יודעי בינה לעתים שיש להם את החכמה לחשב את השנים והחדשים והם בקיאים בקביעא דירחא ולכן "ימי שמונה" לכן קבעו דוקא ימי שמונה ולא יותר. ודפח"ח.
נר חנוכה ונר הבדלה:
המחבר פסק שאי אפשר להשתמש בנר חנוכה להבדלה. והסיבה היא: שהרי אסור להשתמש לאורו ובנר הבדלה הדין הוא עד שיאותו לאורו. ליהנות מהאור. מכיוון שאסור ליהנות מנר חנוכה , ממילא אי אפשר להבדיל בנר חנוכה.
והקשה הגרש"י זוין : משמע מדברי המחבר, שאילו היינו פוסקים כמאן דאמר מותר להשתמש לאורה, כן היה אפשר לצאת בחנוכה ידי מצוות הבדלה. ולא היא ! הרי דין מפורש הוא שאי אפשר לצאת ידי חובה עבור נר הבדלה בנר שהודלק לכבוד. למשל נר שהודלק לנפטר או לעעמוד החזן בבית הכנסת או ליאהרצייט, כי הנרות האלו לכבוד הם עשויים ולא להאיר, שהרי מדליקים אותם גם ביום ושרגא בטיהרא למאי מהניא . הרי, שחייבים להשתמש לנר הבדלה , דוקא בנר כזה שעשוי להאיר ולא לכבוד. גם כאן, נר חנוכה, הרי נעשה לצורך המצווה ולא להאיר. ואם כן, דל מהכי את האיסור להשתשמש לאורו, גם אילו היה מותר להשתמש לאורו, אבל סוף סוף הנר הודלק למצוותו ולא להאיר. ובתוספת, יש רבינו יונה הסובר שכאשר נר הודלק גם לכבוד וגם להאיר, גם בזה אין יוצאים ידי חובת נר הבדלה. הרב זוין נשאר בצ"ע.
ושמעתי מהאדמו"ר מטאלנא שליט"א שתירץ:
הבדל גדול יש בין נר חנוכה לבין נר נשמה או נר בית כנסת. בנר חנוכה אמנם אנו מצווים ועומדים על ידי חכמינו להדליקו, אבל חכמינו במפורש רצו שנדליק את הנר בכדי שיאיר. כך מפורש בספרים הקדושים שכל מטרת נר חנוכה הוא כנגד מטרת היוונים, שהם רצו להחשיך וכנגדם תיקנו חכמים נר חנוכה להאיר. ואם כך, גם אם נאמר שלמעשה יש איסור ליהנות מהאור, אבל גדר הנר הוא נר להאיר. זה נר שהודלק בכדי שאורו יאיר. מה שאין כן בנרות שהוזכרו, נשמה ולנפטר ולחזן, שם באמת אין צורך שהנר יאיר החוצה, מספיק שיהיה בבחינת נר לעצמו, כי הוא לכבוד. לכן נר שכזה באמת לא מתאים להבדלה.
כיצד יצאו ידי חובה בשמן נס ?
מספרים שהגר"ח מבריסק פגש את האדמו"ר רבי אברהם מרדכי מגור בעיירת נופש. שאל הגר"ח את ה"אמרי אמת": איך היה ניתן לצאת ידי חובת הדלקת המנורה בחנוכה בשמן הניסי והלא המצוה היא דוקא בשמן זית? והשיב ה"אמרי אמת": יש נס שהוא יש מאין ויש נס שנותן למשהו קיים, איכות גדולה יותר. כך גם היה בחנוכה. הנס היה ששמן הזית שנמצא הוכפל פי שמונה באיכותו וע"כ היה זה כן שמן זית.
ולפי דבריו אלו תירץ הרבי מטולנא שליט"א קושיא של האחרונים בגמרא ב"מ.
הגמרא שם דף מ"ב ע"א אומרת : מדד ואח"כ בירך הרי זה תפילת שוא שאין הברכה שרויה אלא בדבר הסמוי מן העין.
(בדרך אגב, החת"ס מבאר לפי"ז את הפסוק בתהלים: "שימה דמעתי בנאדך הלא בספרתך" כלומר שדוד המלך מבקש שדמעותיו יספרו ע"י הקב"ה וכך יהפכו לדבר המנוי ולא תשרה בהם הברכה ולא יהיו סיבות לעוד דמעות).
הרד"ק כותב: אלישע בירך את האשה שלא יגמר השמן עד מלאי כל הכלים. ובתוספתא מובא ששאלה את הנביא אם חייבת במעשר וענה לה ששמן נס אינו מגידולי הארץ ולכן פטור ממעשר.
לפי זה, שואלים האחרונים: בגמרתינו מבואר שכשאדם בא למוד את גרנו הוא מברך ומתפלל שתשרה הברכה בכריו וזה יועיל להרבות את הגורן. ולכאורה אם אמנם תחול על הגורן ברכה בכך שיתווסף עליו תבואה, יוצא איפא שהתבואה שנוספה היא נסית, ולפי התוספתא שהביא הרד"ק, אין דין מעשר חל על הנס?
לפי דברי הא"א, לא קשיא מידי, שאין מבקשים על הכמות של החיטים, אלא על האיכות, שכל גרגיר חיטה יהיה יותר שמן ויותר מזין כענין שנאמר: אוכל קמעא ומתברך במעיו.
לענין הק"ו, מעשה מפורסם מאחד מראשי הישיבות של ירושלים.
פעם אחת נתעכבה אשתו מלבוא, והתעכב הרב מלהדליק נר חנוכה. עברה השקיעה, עבר צאת הכוכבים, ועדיין לא הדליק. והתלמידים תהו.
באה רעייתו - והדליק.
והסביר לתלמידים (מן הסתם, שלא בפניה):
נר חנוכה ונר שבת, נר שבת עדיף, משום שלום ביתו. ואם ידליק שלא בפניה, ויצערנה, האם זה לא פגיעה בשלום ביתו?
מן המיוחד במעשה זה, שהוא הולך לשיטת ר' ישראל מסלנט, שיש להדר גם בין אדם לחברו, ואין חברו כמו אשתו.
מדוע לא הביא רבי הקדוש את חנוכה במשנה ?
ישנו פלא גדול, מדוע לא הביא רבנו הקדוש במשנה את דיני חנוכה. הלא חג החנוכה הנו חג נכבד ביותר עם דינים לרוב. הדלקת הנרות והברכות, הלל וקריאת התורה בשמונת הימים, בהשוואה לחג הפורים אותו אנו חוגגים רק יום אחד, ולו מוקדשת מסכת שלמה, מסכת מגילה. אמנם חג החנוכה נזכר במשנה בשלשה מקומות, אבל רק בדרך אגב: במסכת ביכורים אותם מביאים מעצרת ועד חנוכה; בראש השנה בדין יציאת השלוחים להודיע על ר"ח כסלו מפני החנוכה; ובבבא קמא לגבי דליקה שנגרמה מנר חנוכה. אין זכר במשנה לחג החנוכה בפני עצמו על כל דיניו, וכבר התחבטו האחרונים בדבר זה (עיין בשו"ת ציץ אליעזר חלק י"ט סימן כ"ו, ד"ה ראיתי).
ה"חתם סופר" מעלה רעיון, על פי דברי הרמב"ן שהחשמונאים שגו בכך שלקחו לעצמם את המלכות. נצטט תחילה את דברי הרמב"ן על הפסוק "לא יסור שבט מיהודה" (בראשית מ"ט, י), וזה לשונו: "וזה היה עונש החשמונאים שמלכו בבית שני, כי היו חסידי עליון, ואלמלא הם נשתכחו התורה והמצות מישראל, ואף על פי כן נענשו עונש גדול, כי ארבעת בני חשמונאי הזקן החסידים המולכים זה אחר זה עם כל גבורתם והצלחתם נפלו ביד אויביהם בחרב. והגיע העונש בסוף למה שאמרו רז"ל כל מאן דאמר מבית חשמונאי קאתינא עבדא הוא, שנכרתו כלם בעון הזה. ואף על פי שהיה בזרע שמעון עונש מן הצדוקים, אבל כל זרע מתתיה חשמונאי הצדיק לא עברו אלא בעבור זה שמלכו ולא היו מזרע יהודה ומבית דוד, והסירו השבט והמחוקק לגמרי, והיה עונשם מדה כנגד מדה, שהמשיל הקדוש ברוך הוא עליהם את עבדיהם והם הכריתום. ואפשר גם כן שהיה עליהם חטא במלכותם מפני שהיו כהנים ונצטוו 'תשמרו את כהונתכם לכל דבר המזבח ולמבית לפרכת ועבדתם עבודת מתנה אתן את כהונתכם', ולא היה להם למלוך רק לעבוד את עבודת ה'".
והרי רבנו הקדוש היה בן אחר בן לדוד המלך, והגמרא (הוריות יא, ע"ב) אומרת שרבי הסתפק אולי יש לו דין של מלך. כיון שכך, כותב החתם סופר, רבי סבר שמלכות בית חשמונאי עשתה עוול למלכות בית דוד, ומשום כך לא הזכיר במשנה את חג החנוכה (דבריו של החתם סופר הובאו בשו"ת ציץ אליעזר חלק י"ט, סימן ט).
שבעה נרותיה מעכבין זה את זה:
במנחות במשנה בדף כ"ח ע"א נאמר: "שבעה קני מנורה מעכבין זה את זה. שבעה נרותיה מעכבין זה את זה".
ובגמרא נאמר: "מאי טעמא ? הויה כתיב בהו. וברש"י: "כפתוריהם וקנותם ממנה יהיו".
בפשטות, אם נשבר קנה אחד מן המנורה ועתה היא בת ששה קנים, הרי היא פסולה. אותו כנ"ל אם הדליק ששה נרות מתוך השבעה, לא קיים מצות הדלקה ופסול.
אולם ה"כלי חמדה" מביא חידוש גדול בשמו של ה"חידושי הרי"מ" מגור: אין כוונת הגמרא לפסול הדלקה של פחות משבעה נרות אלא הכוונה לבזך שנמצא בראש כל קנה וקנה. אם נשבר הבזך שבו שמים את השמן והפתילה, אזי זה לעיכובא ולא יוצאים ידי חובת הדלקה. מה שאין כן אם המנורה הנה מושלמת ורק שחיסרו ולא הדליקו את כל הנרות, למשל בציור שלא היה מספיק שמן רק לנר אחד, אזי שפיר יש מצוה להדליק את הנר הבודד ומקיימים בזה מצוות הדלקה בדיעבד.
לפי חידושו זה של ה"חידושי הרי"מ" רוצה ה"כלי חמדה" לתרץ את קושייתו המפורסמת של ה"בית יוסף" מדוע קבעו את חג החנוכה לשמונה ימים בעוד שהנס היה רק על שבעה ימים, הרי היה מספיק שמן ליום אחד. לפי חידושו של הרי"מ, אפשר לומר שגם ביום הראשון לא היה מספיק שמן לכל הנרות ונעשה נס כבר ביום הראשון שהפך הקטן מילא את כל הנרות בדרך נסית.
ה"אמרי אמת" מגור מתרץ קושיא אחרת של האחרונים על הרמב"ן עם חידושו של סבו החידושי הרי"מ:
הרמב"ן על הפסוק: "ופקדת אלעזר בן אהרון הכהן , שמן המאור וקטורת הסמים ומנחת התמיד ושמן המשחה" וכו', מבאר שנאמר כאן שבחו של אלעזר שנשא כמות גדולה של שמן בשיעור של קפ"ג לוגים, משא של שמן עבור המנורה לשנה שלימה. ומקשים האחרונים: הרי מבואר שלכל נר היה צריך שיעור של חצי לוג ללילה. הרי אם כן שללילה אחד צריך כמות של שלושה וחצי לוגים לשבעה הנרות. וא"כ יוצא איפא שלשנה שלימה צריך שיעור של אלף מאתיים שבעים ושבע וחצי לוגים ואיך כתב הרמב"ן רק מאה שמונים ושלוש ?
אך לפי החידוש של החידושי הרי"מ יוצא החשבון כמין חומר: אלעזר נשא כמות שנתית של המינימום הראוי להדלקה בדיעבד. אם אפשר לצאת בהדלקה של נר אחד, הרי שאנו צריכים חצי לוג ללילה. חצי כפול שלוש מאות ששים וחמש כמנין ימות החמה עולה לקפ"ב וחצי ולכן שפיר כתב הרמב"ן: קפ"ג לוגים. ודפח"ח.
חג חנוכה חל לעולם בשבת פרשת מקץ,והטעם לפי שאנו אומרים בחנוכה:
(בתפילה ובברכת המזון)
"מסרת גיבורים ביד חלשים
ורבים ביד מעטים
וטמאים ביד טהורים
ורשעים ביד צדיקים
וזדים ביד עוסקי תורתך"
חמש ידיות כנגד חמש ידות (בנימין)וכן כתוב בפרשה:"ותרב משאת בנימין ממשאת כולם חמש ידות"(בראשית מג"/34)
חמש
מילה זו רומזת על שלוש גזרות היוונים בנוטריקון:
חודש מילה שבת.
פרשת מקץ – שבת חנוכה
בפרשת מקץ – 2025 מילים.
כ"ה (כסלו) + (נר x 8 (ימים) ) = 2025
25 250
הפיוט "הנרות הללו"
הנאמר אחרי הדלקת הדלקת נרות החנוכה כולל 36 מילים כמנין נרות חנוכה
(ע"פי מסכת סופרים פ"ב) (לא כולל את שתי המילים הראשונות)
הנרת הללו – 8 אותיות כנגד 8 ימים)
תאריך חנוכה בסימן 25
המילה ה-25 בתורה –אור.
המסע ה-25 במסעות ישראל במדבר חשמונה.
בפסוקים הבאים: 25 אותיות בכל אחד ועניינם אור.
א. "כי עמך מקור חיים באורך נראה אור"(תהילים ל"ו/10)
ב. "אור צדיקים ישמח ונר רשעים ידעך" (משלי י"ג/9)
ג. "נר י-ה-ו-ה נשמת אדם חפש כל חדרי בטן" (שם/כ/27)
מעות חנוכה
רצוי = בגי' 306
מצוי = בגי' 146-
______
ההפרש כסף בגי' 160
שבעה מנהגים בחנוכה
א.סופגניות
ב.סביבונים
ג.מעות חנוכה
ד.מאכלי חלב
ה.חץ וקשת
ו.איסור עשיית מלאכה ע"י נשים
ז.מדורה לשרפת הפתיליות בסוף בחנוכה(תימן)
שבע תפילות ופיוטים
א. ברכות חנוכה.
ב. הלל (תהילים קיג-קיח)
ג. על הניסים.
ד. בימי מתתיהו בן יוחנן.
ה. הנרות הללו אנו מדליקים.
ו. מזמור שיר חנוכת הבית לדוד(תהילים ל')
ז. מעוז צור ישועתי.
שבעת השמות לחג החנוכה
חג החנוכה
חג האורים(יוסיפוס)
חג הנרות(יוסיפוס)
חג השמונה (מעוז צור)
חג הטהרה (מכבים ב,ב)
חג הכהנים (מכבים א,ד.)
חג העשרים וחמשה לירח קשת(מגילת תענית).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:30 |
|
| |
בס"ד
פארוואס האט רבינו הקדוש נישט געמאכט מסכת חנוכה אזוי ווי מסכת מגילה
און אלע אנדערע ימים טובים אזוי ווי ר"ה, יומא, סוכה, ביצה,שבת, וכו'?
1) רער חתם סופר ברענגט בשם הרמב"ן אז וועגן דעם האט רבינו הקדוש דער מסדר המשניות נישט געמאכט מסכת חנוכה ווייל ער האט געקנס'עט די בית חשמונאי ווייל זיי האבן גענומען די מלוכה פאר זיך שלא כדין, וואס זיי זענען געווען פון שבט לוי, חאטשיג זיי האבן מנצח געווען די יוונים, און זיי האבן נישט געגעבן די מלוכה פאר שבט יהודה וואס פאר זיי באלאנגט די מלוכה. (רבינו הקדוש איז געווען פון שבט יהודה)
2) רבינו הקדוש האט מורא געהאט פון די רוימער וואס זיי זענען געווען אין זיין צייט און זיי האבן אלעס צענזורירט .
3) ווייל דער גאנצער היתר פארוואס רבינו הקדוש האט געמאכט די משניות איז וועגן דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת גיטין ווייל מען זאל דאס נישט פארגעסן, און אזוי ווי שטייט עת לעשות לה' הפרו תורתיך,
און אזוי ווי חנוכה איז געווען נייע הלכות און יעדער האט דאס געדענקט במילא האט מען נישט געמעגט שרייבן א מסכת חנוכה, און אזוי ווי דער רמב"ם אין פירוש המשניות איז מסביר פארוואס עס איז נישט דא קיין מסכת תפילין – מזוזה – און מסכת ספר תורה נאר די הלכות שטייט אין גמרא, זאגט דער רמב"ם ווייל די אלע הלכות זענען געווען באוואוסט פאר יעדן אין יענע צייטן במילא האט רבינו הקדוש נישט געדארפט מאכן די מסכתות.
4) רבי האט נישט געקענט מאכן א עקסטרע מסכת חנוכה וויבאלד ער איז געווען אין די צייטן פון די רוימער
און מען זאל אים נישט חושד זיין אז ער רעדט צו צו מאכן א מרידה אין דעם רוימישען הערשער אזוי ווי די חשמונאים האבן מורד געווען אין די רוימער.
5) אין די צייטן פון רבי איז געווען זייער פארשפרייט די "מגילת תענית" און אזוי ווי דארט ווערט שוין דערמאנט חנוכה במילא האט מען נישט געדארפט מאכן א עקסטרע מסכת.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:32 |
|
| |
בס"ד
"הלכות חנוכה"
א) אין די צייט פון וועלכע בית המקדש איז געווען די נס חנוכה ?
ת. אין די צייט פון דער צוויטער בית המקדש.
ב) ווער איז געווען די כהן גדול אין די צייט פון נס חנוכה ?
ת. מתתיהו כהן גדול.
ג) מיט וועלכע מלכות האבן די אידן געקריגט ?
ת. מלכות יון.
ד) ווער איז געווען די הויבט פון די אידען וואס האבן מלחמה געהאלטן מיט די יונים ?
ת. יהודה המכבי.
ה) וואס איז געשטאנען אויף די דגלים פון די אידען ?
ת. מכבי.
ו) וואס מיינט מכבי ?
ת. מ'י כ'מוך ב'אלים ה', אויך מ'תתיהו כ'הן ב'ן י'וחנן.
ז) וועלכע גזרות האבן די יונים געמאכט אויף די אידען ?
ת. מען טאהר נישט האלטען שבת, מען טאר נישט מאכען א ברית מילה, מען טאהר נישט מחדש זיין די לבנה.
ח) פארוואס האט מען א מנהג צו עסען מילעכיגס ?
ת. צו געדענקען די מילעכיגס (קייז) וואס יהודית האט געגעבען צו אלפרני, דער גוישער קעניג, ער זאל ווערען דארשטיג, דערנאך ההאט זי אים געגעבען וויין צו טרינקען. איז ער געוארן שיכור, און געגאנגען שלאפען. האט יהודית אראפגעשניטען זיין קאפ, און עס געברענגט צו ירושלים. ווען די גוים האבן געזעהן אז זייערע קעניג איז טויט, האבן זיי אנטלאפען. צו געדענקען די גרויסע נס, ווי די אידען זענען געראטעוועט געווארן פון די גוים, עסען מיר מילעכיגס.
ט) וועלכע נס האט פאסירט צו אונזערע עלטערען אויף חנוכה ?
ת. נאך דעם וואס די יונים האבן מטמא געווען די בית המקדש, האבען אונזערע עלטערען געפונען א קליין פך אויל, וואס האט נאך געהאט די חותם פון כהן גדול, און די אויל האט געברענט 8 טאג.
י) פארוואס האט מען נישט באשטימט א יום טוב פון משתה און שמחה אזוי ווי מען האט באשטימט אויף פורים ?
ת. ווייל פורים איז געווען די גזירה "להשמיג ולהרוג" צו פארניכטען די גוף אבער חנוכה איז די גזירה געווען אויף די "נשמה".
יא) פארוואס איז די יום טוב גערופען חנוכה ?
ת. חנו-כ"ה, אז די אידען האבען גערוט אויף כ"ה כסלו פון זייערע שונאים. אויף וועגען די חנוכת הבית וואס די אידען האבן דאמאלט געמאכט, נאך די גוים האבן מטמא געווען די בית המקדש.
יב) ווען איז חנוכה (וועלכע טאג אין וועלכע חודש) ?
ת. כ"ה כסלו.
יג) וואס זאגט מען און שמונה עשרה און ברכת המזון אויף חנוכה ?
ת. על הנסים און בימי מתתיהו.
יד) וועלכע תפלות זאגט מען נישט אויף חנוכה ?
ת. תחנון, למנצח, און צדקתך.
טו) וואס איז די דין אויב מען פארגעסט על הנסים אין שמונה עשרה ?
ת. אויב מען געדענקט פאר מען זאגט שם ה', גייט מען צוריק און מען זאגט על הנסים. אויב מען געדענקט נאך מען האט גערמאנט שם ה', גייט מען נישט צוריק.
טז) וואס איז די דין אויב מען פארגעסט על הנסים ביי ברכת המזון ?
ת. ווען מען קומט צו הרחמן, זאגט מען "הרחמן הוא יעשה לנו נסים כמו שעשה לאבותינו בימים ההם בזמן הזה בימי מתתיהו...", אויב מען האט שוין געענדיגט ברכת המזון זאגט מען עס נישט איבער.
יז) וועלכע פרשה ליינען מיר חנוכה ?
ת. מען לייענט פון פרשת נשא, ווייל דארט שטייט וועגען די קרבנות וואס די נשיאים האבען געברענקט ביי די חנוכת המזבח פון די משכן.
יח) ווי פיל ספרי תורה נעמט מען ארויס אויף שבת חנוכה ?
ת. צוויי.
יט) ווי פיל ספרי תורה נעמט מען ארויס אויף שבת ראש חודש חנוכה ?
ת. דריי.
כ) אויף וועלכע ראש חודש פון יאר זאגט מען גאנץ הלל ?
ת. ראש חודש טבת, ווייל עס קומט אויס אויף חנוכה, ווען מען זאגט גאנץ הלל.
כא) ווי אזוי האבען די אידן געוואוסט אז די יונים האבען נישט מטמא געווען די קליין קריגעלע אויל וואס זי האבען געפונען ?
ת. ווייל עס האט געהאט די חתימה פון די כהן גדול.
כב) פארוואס האט מען געדארפט ווארטען אכט טעג ביז מען האט געמאכט שמן טהור ?
ת. ווייל די אידען זענען געווען טמא מתים, האט מען געדארפט ווארטען זיבען טעג ביז זיי זענען טהור, און די לעצטע טאג האט מען געמאכט די אויל.
כג) פארוואס צינט מען די לעכט אכט טעג ? וואס איז געווען דער נס דער ערשטע טאג, עס איז דאך געווען אויל צו צונדען ?
ת. 1) עס איז אליין געווען א נס אז מען האט געפונען אפילו די קליין קריגל. 2) די נס איז אויך געווען די ערשטע טאג, וואס די קריגל איז נאך געבליבען פול נאך דער כהן האט עס געגאסען אין די מנורה. 3) עס איז א יו"ט אויך ווייל די אידען האבען געוונען די מלחמה קעגען די יונים.
כד) פארוואס מאכט מען סעודות אויף חנוכה ?
ת. ווייל אין די צייט איז געווען דער חנוכת הבית אין די משכן.
כה) וועלעכע ברכות מאכט מען פאר מען צינט אן די חנוכה מנורה ?
ת. די ערשטע נאכט מעכט מען דריי ברכות: להדליק נר חנוכה, שעשה נסים לאבותינו..., שהחיינו, און אין די אנדערע נעכט מאכט מען נישט קיין שהחיינו.
כו) וואס איז דער דין אויב איינער האט פארגעסען צו זאגען א שהחיינו די ערשטע נאכט חנוכה ?
ת. זאגט ער די ברכה שהחיינו די אנדערע נאכט.
כז) וואס זאגט מען נאך מען האט געענדיגט זאגען די ברכות, בשעת מען צינט אן די לעכט ?
ת. הנרות הללו.
כח) ווי אזוי מאכט א גר די ברכה פון שעשה נסים...?
ת. שעשה נסים לאבותינו..., אדער שעשה נסים לישראל.
כט) ווען דארף מען צינדען די חנוכה לעכט ?
ת. באלט ווען עס ווערט נאכט דארף מען דאווענען מעריב און דענאך אנצינדען די לעכט.
ל) וואס איז אסור צו טאהן ווען עס דערגרייכט די צייט פון הדלקת הנרות ביז מען צינט די לעכט ?
ת. מען טאהר נישט עסען אדער טאהן קיין ארבעט, און מען טאהר אפיללו נישט לערנען תורה.
לא) ווי לאנג דארפען די לעכטעלאך ברענען ?
ת. לכל הפחות א האלבע שעה.
לב) וואס איז דער דין אויב א לעכט האט זיך אויסגעלאשען פאר א האלבע שעה ?
ת. אויב מען האט געלייגט די מנורה אין א פלא. וואו עס האט נישט געדארפט אויסלעשען, נאר עס האט פאסירט א זאך נישט כסדר און עס אט זיך אויסגעלאשען, איז מען שוין יוצא געווען די מצוה. אבער מען איז מחמיר און מען צינט עס איבער (אן א ברכה).
לג) וואס איז דער דין אויב עס איז שוין איבער די צייט פון הדלקת הנרות ?
ת. מען קען נאך צינדען מיט א ברכה ביז ווי לאנג די משפחה איז נאך אויף, אויב יעדער האט זיך שוין געלייגט שלאפען דארף מען צינדען אן א ברכה.
לד) ווען צינט מען די מנורה ערב שבת ?
ת. ערשט צינט מען חנוכה לעכט, און דערנאך צינט די מאמע אן די שבת לעכט, אסאך מענטשען דאווענען פרי מנחה פאר זיי צינדען אן די מנורה.
לה) ווען צינט מען די מנורה מוצאי שבת קודש ?
ת. ערשט מאכט מען הבדלה, און דערנאך צינט מען אן די מנורה.
לו) פארוואס צינט מען אן א שמש ?
ת. מען טאהר נישט האבען הנאה פון די לעכט (זיי צו נוצען כדי צו קענען זעהן) צינט מען אן א שמש, אז אויב מען באניצט זיך פון לעכט זאל עס זיין פונעם שמש.
לז) מעג מען אויסלעשען די לעכט נאך וואס זיי האבען געברענט א האלבע שעה ?
ת. עס איז מותר.
לח) וואו לייגט מען די חנוכה מנורה ?
ת. די מצוה פון צינדען די מנורה איז עס צו לייגען ביי די טיר וואס גייט צו די גאס, כדי אל זאלען עס זעהן, מען לייגט די מנורה אויף די לינקע זייט, כדי מען זאל האבען מצוות אויף אלע זייטען, די מזוזה אויף די רעכטע זייט די מנורה אויף די לינקע זייט, און די מצוה פון ציצית אין מיטן ווען די מענטש גייט דורך. אויב מען וואוינט אויווען קען מען לייגען די מנורה ביי א פענצטער וואס מען קען זעהן אין די גאס, ווען מענטשען גייען דורך און זעהן די מנורה וועלען זיי געדענקען די נס פון חנוכה.
לט) וואו לייגט מען די מנורה אין די בית הכנסת ?
ת. מען לייגט עס אויף דרום זייט זכר צו די בית המקדש.
מ) וויפיל לעכט צינדען מיר אן יעדער נאכט ?
ת. יעדער נאכט צינט מען לעכט, וויפיל טעג עס איז אין דער יום טוב, די ערשטע טאג צינט מען איין לעכט, די צווייטע נאכט צוויי לעכט א.א.וו.
מא) מיט וועלכע לעכט פאנגט מען אן צו צינדען יעדער נאכט ?
ת. מען צינט אן ערשט די נייע לעכט (פון די לינקע זייט) דעם טעם איז ווייל יעדער נאכט די נייע לעכט איז מער חשוב, ווייל עס ווייזט ווי דער נס איז געווען שטארקער.
מב) וואס איז דער מחלוקת צווישען די בית הלל און בית שמאי אין די סדר וואס מען דארף אנצינדען ?
ת. בית הלל זאגט אז יעדער נאכט דארף מען אנצינדען נאך איין לעכט. (די ערשטע נאכט צינט מען איין לעכט, די צווייטע נאכט צינט מען צוויי לעכט, און אזוי ווייטער, יעדער נאכט איז מען מוסיף איין לעכט). בית שמאי זאגט אז די ערשטע נאכט צינט מען אן אכט לעכט, און יעדער נאכט נעמט מען איין אראפ (די ערשטע נאכט צינט מען אכט, די צווייטע נאכט צינט מען זיבען, די דריטע נאכט צינט מען זעקס...).
מג) ווי אזוי פסקענען די חז"ל אז מען דארף צינדען ?
ת. הלכה כבית הלל.
מד) ווי אזוי צינט מען "למהדרין" ?
ת. איין לעכט פאר יעדער טאג.
מה) ווי אזוי צינט מען "מהדרין מן המהדרין" ?
ת. יעדער נאכט לייגט מען צו נאך א לעכט.
מו) וואס איז דער שכר פון דער וואס צינט חנוכה לעכט ווי מען דארף ?
ת. ער איז זוכה צו האבען קינדער תלמידי חכמים.
מז) וויפיל אויל דארף מען לייגען אין די מנורה ?
ת. גענוג אז די לעכט זאלען ברענען א האלבע שעה נאך צאת הכוכבים, שבת דארף מען לייגען גענוג עס זאל ברענען פון לעכט צינדען ביז צאת הכוכבים, און נאך דען נאך א האלבע שעה.
מח) טאהר מען צינדען איין לעכט פון די אנדערע ?
ת. עס איז א מנהג נישט צו צינדען איין לעכט פון די צווייטע, ווי לאנג עס ברענט נאך פאר די מצוה.
מט) דארף מען אריין לייגען נייע קנויטעלעך יעדער נאכט ?
ת. ניין, אסאך פירן זיך בייטען יעדער נאכט.
נ) אויב מען האט נישט געלייגט גענוג אויל, מעג מען מאכען א ברכה ווען מען צינט ?
ת. מען מאכט נישט א ברכה ביז מען לייגט גענוג אויל.
נא) מעג מען נעמען א לעכט וואס איז איינגעוויקלט אין א צווייטא לעכט פאר נר חנוכה ?
ת. ניין, עס איז אסור.
נב) מעג מען נוצען א מנורה עגולה ?
ת. ניין.
נג) פארוואס דארפן מיר מאכען א אונטערשייט צווישען איין לעכט און דער צוויטע ?
ת. כדי די פלאם פון איין לעכט זאל נישט אנכאפען אין די אנדערע, אוי מען ניצט חלב זאל איין לעכט נישט צולאזען די אנדערע.
נד) וואס איז א הידור מצוה פון די חנוכה מנורה ?
ת. מען זאל ניצען א זילבערנע מנורה, און שיינע לעכטעלאך.
נה) וואס איז א הידור מצוה צו ניצען ?
ת. עס איז א הידור צו ניצען שמן זית, ווייל די נס אין די בית המקדש האט פאסירט מיט שמן.
נו) פארוואס איז עס א מנהג אז די פרויען ארבעטען נישט בשעת די לעכט ברענען ?
ת. ווייל זיי זענען אויף געווען אין די נס, וועגען די מעשה מיט יהודית וואס זי האט געהארגעט אליפורני.
נז) וואס טוט מען מיט די אויל און קנייטלאך וואס זענען איבערגעבליבען נאך חנוכה ?
ת. מען פארברענט זיי, ווייל זיי זענען הייליג, ווייל מען האט זיי גענוצט פאר די מצוה פון הדלקת הנרות.
נח) וואס עסען מיר חנוכה זכר צו דער נס מיט די שמן זית ?
ת. מען עסט לאטקעס, וואס זענען געמאכט אין אויל.
 |
|
|
|
|
|