| נשלח ב-25/12/2005 20:37 |
|
| |
וויפיל % מעג א פאנדרעיזער באקומען???
איך האב לעצטענס געכאפט א שמועס מיט איינעם פון די הנהלה פון איינע פון די אנערקענטע מוסדות, א מוסד וואס דער עולם שטיצט אינגרויסן, זאגט ער מיר בין הדברים, אז א יאר קומט אריין כך וכך, דער קאלעקטער באקומט העלפט, אדווערטייזמענט קאסט כך וכך, במילא בלייבט פארן מוסד כך וכך, לכתחילה האב איך געמיינט אז ער מאכט א הלצה ווען ער האט געזאגט אז דער עסקן באקומט העלפט, אבער ער האט מיר איבער געזאגט אז יא, דער קאלעקטאר באקומט העלפט, אן ער האט מוסיף געווען אז באצאלן 50% איז די עוורעטש און אז ס'איז דא מוסדות וואס צאלן אפילו מער,
וויל איך פרעגן דעם ציבור, איז דאס ריכטיג אז א קאלעקטער זאל אראפ נעמען האלב פון יעדענס נדבה פאר זיך,
איז נישט בעסער, אז ווער עס וויל שטיצן א געוויסן מוסד, זאל אליין ארויף גיין אין אפיס פונעם מוסד, אין דארט איבערגעבן זיין נדבה,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 20:40 |
|
| |
להאלכה מעג דער קלעקטער נעמאן 50% נישט מער
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 20:45 |
|
| |
קודם כל פון ווי נעמסטו די הלכה?
צווייטענס, איך רעד פון יושר, מען גייט צו א איד און מען איז עם מסביר די וויכטיגייט פון דעם מוסד, אז מיט יעדע פעני ראטעוועט מען דעם דור, און אז אן זיין נדבה קען דער מוסד חלילה צוגרינד גיין, און פיינעלי שלעפט ער ארויס פון טאש א הונדערטער צו א טויזענטער, און נאכדעם ווערט ער געוואויר אז דער מוסד האט באקומען נישט מער ווי העלפט,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 20:50 |
|
| |
איך האלט ס'איז 100% נישט יושר
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 20:50 |
|
| |
די רעדטס לכאורה פין א גאר גאר קליינע מוסד
ווייל א גרויסע מוסד ווייס איך נישט צי זיי צאלן 15 פראצענט,
איך בין נישט זיכער צי זלמן יוסף גאלד באקימט גאנצע 15 פראצענט
משא"כ די כולל זיי צאלן לכאורה יא בערך 20-25 פראצענט,אויך נישט זיכער
קרן הצלה צאלט מן הסתם 35 פראצענט
אלעס ווענט זיך ווי גרויס די מוסד איז,
ווי גרעסער די מוסד איז, איז גרינגער ציזאמצישטעלן געלט באקימט דער קאלעקטער ווייניגער
תוקן על ידי - שלום_משה - 25/12/2005 20:51:27
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:04 |
|
| |
איך זע נישט פארוואס דאס זאל נישט זיין יושר.
אויב דער מוסד באקומט נישט אנדערש זיין געלט, און דער עסקן קען אין א אנדערע ביזנעס פארדינען פונקט אזויפיל, ווער דארף דא דערלייגן, דער מוסד אדער דער עסקן ?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:17 |
|
| |
אויב איז ידוע לכל אז דער עסקן ארבייט פאר פראצענט,
איז לכאורה נישט קיין פראבלעם, אפשר איז 50% אביסל צו פיל, אבער ווען דער עסקן שטעלט זיך אהער ווי איינער וואס ארבייט כולו לשם מצוה, און שלעפט ארויס פון איינעם א נדבה, זעט נישט אויס צו זיין יושר אראפ צו נעמען פון די נדבה פארן קאלעקטער,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 08:27 |
|
| |
איך האב אמאל גהערט פארציילן אז ס'איז אמאל געקימן איינער צו די רבי זי"ע און ער האט עם איבער געגעבן געלט און געזאגט אז ער וויל נישט ס'זאל גערעכנט ווערן א % פאר די צדקה קעלעטר האט די רבי זי"ע געזאגט ניין געב עס יא פאר די צדקה קעלעקטר
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 08:55 |
|
| |
ר' עמרם כהן האט דערציילט ביי זיין בארימטע דרשה עש"ק בהעלותך תשנ"ט, אז מען איז געקומען זאגן פאר רביה"ק זי"ע אז די איינגעשטעלטע אין ביהמ"ד אהל רחל פאקן זיך אן די טאשן פונעם ציבור'ס געלט, און דעם ביהמ"ד האט מען געבויט פון צעמענט געמישט מיט וואסער !
האט דער רבי געענטפערט, "נו וואס ווילט איר, איך זאל נעמען עמיצן וואס האט נאך ליידיגע טאשן, ווי עס איז דא מער פלאץ צו פאקן ???"...
ודפח"ח.
איך מיין אז ענליך קען געזאגט ווערן אויף אונזער פאל...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 16:59 |
|
| |
און וויאזוי איז אויב די איינגעשטעלטע האבן "זעק" און נישט קיין טאשן?.
וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה, הקב"ה ישלם שכרם.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2006 19:25 |
|
| |
איך האב א שאלה אויב די מוסדות מעג נעמען די געלד און אנוועסטן??
תוקן על ידי - אלעסאמת - 19/01/2006 19:25:28
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2006 19:52 |
|
| |
הער אויס.
אויב דער קאלעקטער זאל באקומען בלויז 10 אדער 20 פראצענט, וואלט ער זיך נישט אנגעשטרענגט ארויסצובאקומען קיין געלט פון מענטשן, ווייל סיי-ווי וואלט ער קיין סאך נישט פארדינט.
דער קאלעקטער ארבעט פאר זיך, דעריבער וויל ער ארויסשלעפן וואס מער פונען נדבן.
קומט אים טאקע 50 פראצענט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2006 20:27 |
|
| |
יענקעלע די שרייבסט:
"איז נישט בעסער, אז ווער עס וויל שטיצן א געוויסן מוסד, זאל אליין ארויף גיין אין אפיס פונעם מוסד, אין דארט איבערגעבן זיין נדבה,"
אויב זאל אזוי זיין וועט די מוסד מאכן 100% פון די גאנצע 100,000.00 א יאר וואס וועט אריינקומען סך הכל בלייבט איבער 100,000.00
אויב וועט מען ספענדן 50% פארן קאלעקטער און נאך 10% פאר
אנדערע עקספענסעס וועט די מוסד מאכן נאר 40% פון 1,000,000.00 וואס די קאלעקטער'ס וועלן אריינברענגן
בלייבט איבער סך הכל 400,000.00 דאללער
נו וועלכע וועג איז ענדערש?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2006 20:41 |
|
| |
געוויינליך נעמט מען נאר 49% מ'זאל קענען זאגען, אז רוב געלט גייט פאר די מוסד (כאטש פארשטייט זיך ער נעמט א געוויסען פראצענט)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2006 20:49 |
|
| |
איך מיין לעניי דעתי אזוי!!!
א קליינע קאמפאני למשל "כולל אמרי גפן" פון פקיעין, וואס קיינער האט פון דעם נישט געהערט און אן דעם פאנד רעיזער וואלט דער מוסד נישט געמאכט קיין פעני, דאן איז דער פאנד רעיזער א געהעריגער שותף, און איז בארעכטיגט צו 50-50, אבער ביי די גרויסע מוסדות, ווי צום ביישפיל, קרן הצלה, מוסדות יטב לב, כולל שומרי החומות, חברת הצלה, ישיבה תורה ויראה קרית יואל, ישיבה תורה ויראה קווינס, קעמפ רב טוב, וכו', מוסדות וואס זענען שוין א ברענד נעים, און די דאזיגע מוסדות האבן זייער קלייענטעל, דאן איז לפי דעתי דער פאנד רעיזער נאר ענטייטעלט צו א קאמישאן וואס א געווענדליכער סעילעסמאן באקומט אין א קאמפאני, וואס איז צעווישן 5% און 15%.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 02:33 |
|
| |
יענקעלע
שטעל ארויף א גרויסן סיין אז מען קען ברענגן געלט פאר
מוסדות.....
איינע פון די אלע מוסדות וואס די זאגטס
קרן הצלה, מוסדות יטב לב, כולל שומרי החומות, חברת הצלה, ישיבה תורה ויראה קרית יואל, ישיבה תורה ויראה קווינס, קעמפ רב טוב
שרייב אז מען קען ברענגן געלט אין אפיס
שרייב א אדרעס
לאמיר זען וויפיל ס'וועט אריינקומען?
|
|
|
|
|