דער מעכטיגער כח פון קרית יואל'ער רב!
יעדער איינער פון ענק קען די מעשה מיט'ן הייליגער בארדיטשובער, דער סניגור של ישראל, וויאזוי ער האט זיך געלאזט זוכן חמץ ערב פסח נאכ'ן זמן שריפת חמץ און עס נישט געקענט טרעפן אין ערגעץ, דערנאך האט ער זיך געלאזט זוכן אומלעגאלע סחורה און יעדער צווייטער גוי איז אים גרייט געווען עס צו פארקויפן פאר גוט געלט.
די מעשה האב איך מיך דערמאנט ווען איך האב אריינגעטראכט די לעצטע פאר טעג וואספארא מעכטיגער כח און גרויסע השפעה דער קרית יואל'ער רב האט אויף זיינע חסידים.
עס איז אריבער קוים א קורצע צייט זינט דער רב שליט"א האט ארויסגעגעבן זיין הייליגן באפעל אז יעדער איד וואס דארף האבן אינטערנעט איז מחויב צו האבן JNET און שוין איז נישטא אזא זאך אז א סאטמארער חסיד וואס האט אינטערנעט, זאל נישט האבן קיין JNET.
יעדער האט זיך דאס געקענט איבערצייגן די לעצטע פאר טעג ווען חדשות אנש האט אויפגעהערט צו אקצעפטירן די סאטמארע נייעס. יעדער זאלי האט תיכף געטראפן א מקום וואו זיך צו ווענדן, אבער די אמת'ע סאטמארע חסידים האט מען נישט געקענט טרעפן אין ערגעץ אויף היידפארק, ווייל JNET לאזט נאר אריין צו היידפארק-מסורת.
דאס איז דער גרויסער און מעכטיגער כח פון קרית יואל'ער רב און דאס זענען די אמת'ע סאטמארע חסידים!
די טריפה'נע אומגעפילטערטע אינטערנעט איז בבל יראה ובבל ימצא אין אלע הייזער פון אמת'ע סאטמארע חסידים.
 |
|
|