בית פורומים כל העולם כולו

דער מעכטיגער כח פון קרית יואל'ער רב!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/12/2005 07:24 לינק ישיר 
דער מעכטיגער כח פון קרית יואל'ער רב!

יעדער איינער פון ענק קען די מעשה מיט'ן הייליגער בארדיטשובער, דער סניגור של ישראל, וויאזוי ער האט זיך געלאזט זוכן חמץ ערב פסח נאכ'ן זמן שריפת חמץ און עס נישט געקענט טרעפן אין ערגעץ, דערנאך האט ער זיך געלאזט זוכן אומלעגאלע סחורה און יעדער צווייטער גוי איז אים גרייט געווען עס צו פארקויפן פאר גוט געלט.

די מעשה האב איך מיך דערמאנט ווען איך האב אריינגעטראכט די לעצטע פאר טעג וואספארא מעכטיגער כח און גרויסע השפעה דער קרית יואל'ער רב האט אויף זיינע חסידים.

עס איז אריבער קוים א קורצע צייט זינט דער רב שליט"א האט ארויסגעגעבן זיין הייליגן באפעל אז יעדער איד וואס דארף האבן אינטערנעט איז מחויב צו האבן JNET און שוין איז נישטא אזא זאך אז א סאטמארער חסיד וואס האט אינטערנעט, זאל נישט האבן קיין JNET.

יעדער האט זיך דאס געקענט איבערצייגן די לעצטע פאר טעג ווען חדשות אנש האט אויפגעהערט צו אקצעפטירן די סאטמארע נייעס. יעדער זאלי האט תיכף געטראפן א מקום וואו זיך צו ווענדן, אבער די אמת'ע סאטמארע חסידים האט מען נישט געקענט טרעפן אין ערגעץ אויף היידפארק, ווייל JNET לאזט נאר אריין צו היידפארק-מסורת.

דאס איז דער גרויסער און מעכטיגער כח פון קרית יואל'ער רב און דאס זענען די אמת'ע סאטמארע חסידים!

די טריפה'נע אומגעפילטערטע אינטערנעט איז בבל יראה ובבל ימצא אין אלע הייזער פון אמת'ע סאטמארע חסידים.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2005 09:26 לינק ישיר 

עס איז טאקע דעריבער וויכטיג צו באדאנקען פאר מקוה איד וואס האט נישט גערוט ביז עס איז אים געלונגען צו פארזיכערן אז ס'איז דא א פארום אויף מסורת, ספעציעל געאייגנט פאר די וואס האבן דזשעי-נעט.

א גרויסן דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער מעכטיגער כח פון קרית יואל'ער רב!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext