******** ברוכים הבאים *********
ברוכים הבאים
טייערע חברים,
מיט פארגעניגן לאזן מיר אייך וויסן אז ס'איז אונז ב"ה געלונגען צו עפענען א נייע פורום - אויף וואס מיר האבן שווער געארבעט אין די לעצטע פאר טעג - א דאנק די קאאפעראציע פון די מערכת הייד-פארק.
מיר האפן אז איר וועט דא שטארק הנאה האבן.
דא האט איר די פונקטן ווי אזוי די פורום גייט פונקציאנירן:
מסורת
ראשית כל, האבן מיר זיכער געמאכט אז דער פורום זאל זיין אויף "מסורת", מיר האבן נישט געוואלט אפיציעל עפענען דעם פורום פאר עס איז נישט אויף מסורת, פשוט ווייל א גרויס חלק אונז היימיש גולשים האבן בוחר געווען דעם רע במיעוטו און ארויף געלייגט א פילטער, ממילא איז כמעט ווערד-לאז געווען צו עפענען איידער ס'איז אויף מסורת.
פורום פרטי
מיר האבן נישט געמאכט דעם פארום זאל זיין פרטי, ווייל מ'האט אונז אויפמערקזאם געמאכט אז ס'איז דא זייער אסאך ליינערס וואס האבן נישט און ווילן נישט האבן קיין הייד-פארק ניק, און זיי ווילן בלויז ליינען, ממילא קען מען זיי נישט אויסשליסן,
אישור כתיבה
מ'קען נאר שרייבן מיט אן אישור פונעם מנהל "כל העולם", פאר איין סיבה, דער פורום זאל נישט אויסשטיין קיין סאבאטאזש, רוב חדשות אנ"ש, שרייבערס האבן שוין באקומען אן אישור, אויב נישט לאזט אונז וויסן אין אישית,
נייטראלקייט
מיר ווילן דא זאגן מיטן פולן קלארקייט, דער פארום גייט לגמרי נישט זיין קיין פארטייאישער פארום, די מנהלי הפארום וועלן נישט נעמען קיין שום אפיציעלע פאליטישע שטעלונג - אפגעזען פון זייערע פריוואטע מיינונגען - , מיר פארשטייען זייער גוט אז צו נעמען א פאליטישע שטעלונג, איז נישט רעלעוואנט, און קען זיין זעלבסטמארד פאר די הצלחה פונעם פורום.
סאטמארע נייעסן
כאטשיג דער פורום איז נישט דוקא פאר בלויז סאטמארע גולשים און בלויז סאטמארע נייעסן, און מיר ווייסן ס'איז דא אסאך היימישע הייד-פארק שרייבערס וואס האבן אלס קאמפלעינט אז זיי קענען נישט דולדן די סאטמארע נייעסן, ווילן מיר אייך דא זאגן פון פאראויס, אז אויף דעם פורום "כל המרבה בסאטמאר הרי זה משובח", די מציאות איז אז שיינע חלק היימישע הייד-פארק שרייבערס האבן א שטעלונג און סאטמאר, און די סאטמארע פאליטיק דאמינירט די היימישע נייעס, מ'קען נישט איגנארירן די עלעפאנט אין מיטן דעם גלעזערנעם צימער.
תקנות
מיר גייען פרובירן צו באלעבאטעווען וואס ווייניגער, און מיר האפן כמעט נישט צו דארפן מעקן, נאר סיז דא געוויסע OBVIOUS זאכן וואס מוזן קאנטראלירט ווערן, צו פארזיכערן די הצלחה פונעם פורום.
1. ערשטנס, פארשטייט זיך, "גלוי", אפי' ברמז.
2. פריוואטע צרות אדער סודות וואס האבן נישט קיין שייכות מיט פאליטיק, איז פארבאטן מיטן פולן שטרענגקייט.
3. ביטע נישט עפענען אן אשכול אויף א נושא וואס טוט דיסקוסירן די זעלבע נושא וואס מ'דיסקוסירט שוין אין אן עקזיסטירנדן אשכול, דאס נערווירט נאר די ליינערס, אז מ'דארף ארום לויפן צו מערערע אשכולות פארן זאלבן נושא,
4. ווען איר עפענט אן אשכול, מאכט זיכער אז דער קעפל זאל נישט זיין קיין מיסטעריע איבער וואס דער אשכול רעדט זיך, דער קעפל זאל גראד זאגן פון וואס דער נושא איז, דאס פארגרינגערט זייער פאר די ליינערס.
קאנטראווערסיעלע טעמעס און דברי בזיון אויף רבנים
ס'איז דא געוויסע נייעסן וואס מ'ברויך פארשטיין אז ס'האט נישט קיין תועלת עס ארויף צו לייגן אויף הייד-פארק אז יעדע כל צרוע זאל דאס זעהן. למשל, די מעדיצינישע פאפירן פון סאטמארע רבי שליט"א, איז געווען א שרעקליכע עולה אז ס'איז געלעגן אויף א פורום אזוי אפען אז די גאנצע וועלט זאל דאס זעהן, דאס זעלבע איז מיט די בילדער פון שמיני עצרת תשס"ו אין ראדני, וואס האט מבזה געווען "גאנץ" סאטמאר איבער דער גארער וועלט. איך מוז זאגן אזא זאך גייט נישט געדולד ווערן אויף דעם פורום, אויב איינער וויל דוקא מיט-טיילן אזעלעכע פאפירן קען ער זיך אנטראגן עס צו שיקן פריוואט אויף אימעיל, אבער בשום אין אופן, אויפן פורום.
בכלל וועלן נישט טאלערירט ווערן קיין שום דברי בזיון, אדער שפעט נעמען, אויף קיין איין אנערקענטן רב פון קיין שום צד.
מיר ארבעטן נישט פאר געלט!
טייערע חברים,
ביטע פארשטיין, אונז ארבעט מיר נישט פאר געלט, דער פורום איז נישט די מנהלים'ס, סיז אונז אלעמענס, ווער עס קען ארויסהעלפן און איז גרייט צו זיין מנהל משנה, אפי' נאר פאר א וואך 2 זאל אונז לאזן וויסן אין אישית, ביטע קאאפערירן, און ארבעטן אינאיינעם.
שכוח, און אסאך הצלחה!
 |
|
|