ווי גרויס איז דער כח פונעם באליבטן מנהל הפורום חדשות אנש, דער באקאנטער JEWBOY, וואס אין די קורצע צייט זינט ער האט פארשלאסן זיין פורום חדשות אנש פאר סאטמאר פאליטיק, זענען שוין געבוירן געווארן צוואנציג נייע שרייבערס!
לויט וויאזוי איך קוק פונדרויסן האט זיך אויסגעשטעלט צוויי פורמים פאר סאטמאר פאליטיק.
איין פורום: חדשות אנש סאטמאר
דער אנדערער פורום: כל העולם כולו
ביידע האבן מעלות און חסרונות. לא ראי זה כראי זה הצד השוה שבהן ש...
וואס כ'באמערק נאר, אז פון די אלטע זאפטיגע שרייבערס אין חדשות אנ"ש האבן זיך ווייניג אריבערגעפעקלט צו די נייע פורמים. אנשטאט זענען אויפגעשטאנען א ים פון נייע ניק'ס, ב"ה וידגו לרוב, כלל ישראל איז נתרבה געווארן און סאטמאר האט שוין נאך מעמבערס אין די קהילה.
אויפ'ן אויבערפלעכליכן בליק זעט מיר אויס ווי ס'רוב זאלונישע שרייבער זענען יא אריבער צום נייעם אנאנמישן פורום "חדשות אנ"ש סאטמאר", וואס מ'טאפט אין די פינסטער דערווייל ווער עס פירט אויס. אבער פון די אלטע אהרונישע שרייבערס זעט מען זייער ווינציג - אויך נישט אין פורום כל העולם כולו וואס ווערט געפירט דורך אהרונישע מנהלים.
איך זע שוין לערך 20 נייע ניקס אין ביידע פורמים, וואס זענען געבוירן געווארן אין די לעצטע וואכן זייט חדשות אנש האט אפגעשטעלט דעם פלייץ פון סאטמארער לשון הרע'ס. וועט מען זיך דארפן צוגעוויינען צו א נייע סטייל פון שרייבערס.
דא איז די ליסטע פון די נייע שרייבערס לויט וויאזוי כ'האב אויפגעפאסט:
חלילה וחס די ניקס וואס איז מיט רויט האסטע פארזען פאר עפעס א סיבה תלילה וחס,מיין קאפ טיט שוין וויי פין די שטותים וואס כ'האב ציזאם געליינט אין דיין פורום צי זען צי זאגסט אמת,
פין דא אין ווייטער זיי מוחל פאררעכט דיר אליינס,איך גיי מער נישט נאכקיקען !!
איך האב געטראפן נאך 15 נייע, גיי קיק וויפיל נאך עס איז דא
תוקן על ידי - שלום_משה - 27/12/2005 19:42:12
נשלח ב-27/12/2005 19:13
שלום משה איך האב גהאט די זעלבע מחשבה אז
"חלילה וחס" איז "שלמה המלך"
נשלח ב-27/12/2005 20:32
ווער עס דמיונ'ט אז איך בין דער ניק שלמההמלך זאל אים וואויל באקומען.
איך האב נישט געשריבן מיט קיין אנדערן ניק אויף דעם פורום און נישט אויף אנדערע פורמים און כ'שרייב בכלל זייער ווייניג, בפרט ביי די סאטמארער נארישקייטן און לשון הרע'ס.
איך האב סתם געוואלט שרייבן דא א פוינט און אביסל אויפלעבן דעם פורום. כ'האב די נקודה וועגן די נייע ניקס געשריבן אין ביידע פורמים. אין חדשות אנש דסאטמאר האט מען מיך באגריסט און דא - וואו עס איז אפיציעל דא א תקנה קעגן גילוי - האט מען מיך דערפאר אראפגעריסן און פרובירט זאגן אז איך בין דער און יענער.
להוי ידוע. ענק קענען אייך קריגן ווייטער און חקר'ן מיט גילוי ווער איך בין. איך וועל מער נישט מגיב זיין דא בלי נדר. ייש"כ פארן מנהל פארן געבן אישור כתיבה.
נשלח ב-27/12/2005 20:46
כדי להסביר את האוזן, וועל איך מסביר זיין פארן עולם וואס דא איז פארגעקימען,
ער האט פריער געשריבען מיט א נייע ניק א תגובה, ווי ער מאכט א פנים פין א מועד, אין שטויסט ווי א תם,
אט דא איז די לינק