אוי רעב חיים רעב חיים!
איך בעט דעם באשעפער אז איך זאל חאטש קענען פיצען דיינע שיך אין גן עדן!
ר' דז'ובוי א קליינער תיקון טעות,
רעב חיים האט זיך נישט סתם "געדרייט" ביים הייליגער סקולענער זצ"ל, ער איז אן אייניקעל פונם סקולענער! (זיין באבע איז געווען די א"ח פון כ"ק הרה"ק מסקולען זצ"ל בזו"ש)
בשם המלך טייערע! יעדער קען לערנען ביי איהם אין ישיבה! יעדער יודיש קינד!
אביסעלע היסטאריע איבער דעם גרויסער מענטש-
ער האט געוואוינט אין אמעריקא ביז פאר דריי אונאהאלב יאר צוריק, ווי ער האט נאך אסאך אידען וואס קענען איהם נישט גענוג דאנקען פאר וואס ער האט זיי ארויסגעהאלפען, צו אין שלום בית, קינדער, פרנסה, יודישקייט, ישועות ורפואות וכדו'.
ווען ער האט זיך אריבער געצויגען קיין אר"י האט ער קודם געוואוינט אין עיה"ק צפת, אבער נאכן זעהן אז אין צפת זענען נישט דא צופיל אידען וואס ער קען העלפען האט ער זיך אריבער געצויגען קיין ירושלים עיה"ק ווי ער העלפט ארויס הונדרעטער טאמער נישט טויזענטער צובראכענע נשמות!
ווי אויך איז ער באקאנט אין אלט שטאט אלטס א גרויסער פועל ישועות אין האט גאנץ א גרויסער קבוצה פון פארברענטע חסידים וואס וועלען גיין פאר עהם אין פייער!
ער איז אן אייניקעל פון הארמורי"ם הצדיקים משטאבא, האלאש ולמעלה בקודש, פלימעניק פון כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג ארה"ב וואס אגב שטיצט עהם זייער שטארק ווי אויך האט כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל זייער געהאלטען פון עהם.
און בידידות מיט כ"ק אדמורי"ם מוויז'ניץ מאנסי, באבוב, ראחמיסטריווקא ארה"ב, ללוב ביתר, טשאבא, דזשירקא, קאסוב, און נאך.
קירוב לבבות און ארויסהעלפען א צוויטער יוד פון א צרה אדער יאוש איז זיין עיקר, און איבער אלעמען זיין גרויס הצלחה!
(פונקט פאריגע וואך איז געקומען א בחור צו זיין סעודה וואס איז געקומען ספעציעל צו פארען קיין אר"י כדי זיך צו נעמען דאס לעבען רח"ל, איי פארוואס דוקא אין אר"י? ער האט געזאגט אז ער וויל כאטשיג ליגען אין אר"י! און פארשטייט זיך אז ער איז שוין פארבליבען ביי איהם!)
בעיקר דרייען זיך ביי איהם צווי סארט קבוצות, בחורים פון צובראכענע שטיבער אדער ארויסגעווארפען פון זייערע היים אין זיי טרעפען ביי איהם אן אוזן קושבת מיט וועם מיטצוטיילען זייערע פעקלעך און באקומען עצות און פארשטייט זיך אויך ישועות, אדער סתם מענטשען וואס קומען נענטער צו יודישקייט און דארפען הדרכה אדער עצות.
ער ספעצעלעזירט זיך זייער מיט פארציילען מעשות וואס קענען אויפהאלטען פיר פינעף מנינים יודען ביז אין די שפעטע נאכט שעהן ביי די פרייטיג צונאכטס סעודה!
וואר עס וויל זעהן מער איבער געם טייערער יוד קען באזוכען
www.rebchaim.com
 |
|
|