ר' זלמן לייב פיליפף אקעגן מציצה בפה
אנדערש ווי (ר') זלמן לייב טייטלבוים וועלכער האט נאר געהאט א פראבלעם מיט מציצה בפה ווילאנג ער האט נישט געהאט קיין "וויכטיגערע" פראבלעמען פון זיין בענקל, האט ר' זלמן לייב פיליפף יא געפינען פאר וויכטיג אויפצוטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה אקעגן די גזירה נוראה אויף מציצה בפה.
דעם זונטיג איז פארגעקומען אזויווי א יום תפילה אין ראדני (ווייזט אויס אז דאס איז אלעמאל געווען אזא מנהג אין יום אידם, אדער אפשר האט מען געבעטן פון יאשקע ?), וואו מ'האט געזאגט תהלים, און ר' זלמן לייב פיליפף האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה וועגן די גזירה.
|
|