| נשלח ב-28/12/2005 08:21 |
|
| |
בשום אופן נישט שרייבן אין אנדערן פארום!
איך בעט דא אלע מיינע חברים אז מען זאל בשום אופן נישט שרייבן אינעם אנדערן פארום, נאר אין דעם פארום.
יענער פארום ווערט געפירט דורך באצאלטע מענטשן פון משה פריעדמאן און האט איין ציל: איבערצונעמען קאנטראל פון די סאטמארע נייעס, און עס ספינען אז ס'זאל זיין גוט פאר די זאלונים.
ביטע נעמט עס נישט פאר גרינג, אויב אונזער פארום וועט אונטערגיין און יענער פארום וועט איבערנעמען די זאך וועט קומען צו א מצב אז אהרונים וועלן נישט קענען מער שרייבן אויף היידפארק, ווייל אלעס וואס מיר וועלן שרייבן וועט אויסגעמעקט ווערן און געפיקסט ווערן אז ס'זאל זיין צו דעם געשמאק פון די זאלונים!
זייטס נישט קיין צועקים לשעבר.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 08:25 |
|
| |
דער אנדערער פארום האט נישט קיין שום תקנה, מען קען דארט שרייבן כמעט אלעס חוץ איין זאך:
אפענע שקרים איז שטרענג פארבאטן (אזוי שרייבן זיי אין זייער פארום)
איר ווייסט וואס דאס מיינט?
איין זאך:
יעדע נייעס וואס אן אהרוני וועט ברענגען וועט אויסגעמעקט אדער געפיקסט ווערן מיט'ן אויסרייד אז מען טאר נישט דארט שרייבן קיין שקרים.
גייטס בשום אופן נישט אהין!
אויב יא וועט איר ביטער חרטה האבן!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 08:35 |
|
| |
זעט וואס אנשדסאטמער שרייבט אויף אינזער פורום די תקנות וואס מיר האבן דא געמאכט, איז אויך נישט אלס צענזור, נאר ווייל די פורום איז נישט פאר דעם געמאכט געווארן, דא איז נישט כל העולם כולו, כל ארויני כולו, און נישט כל זאלויני כולו, דא איז כולו סאטמארע פאליטיק, און די תקנות וועלן שטרענג אינפארסירט ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 08:41 |
|
| |
ווארהייט,
דאס האב איך דיר געשריבן אינעם אנדערן אשכול,
8:37 נשלח ב 28/12/2005 שלמההמלך
ווארהייט,
לאמיר דיך פארשטיין,
די זאגסט אז עס איז קיין שום ספק נישט אז חדשות אנש איז געווען קאנטראלירט פון ארונים,
די זאגסט אז עס איז קיין שום ספק נישט אז דא איז קאנטראלירט פון ארונים,
יעצט לייג ארויס פין בויך די פרוף אז חדשות אנש סאטמאר איז קאנראלירט פון זאלונים,
איך הער פין דיר גאר עפעס אנדערשט,
אז טאמער קענען די זאלונים אויך שרייבן, און נאכצו אן צענזור, ביזטו פארטיג.
ווי קען זיין אז פון אזא גרויסן בער איז געווארן אזא קליינע טשיקעלע?
און דיין גאנצע תגובה איז א שטיק ספין, האסט מורה אז דארט וועט עס נישט ארבייטן? פארדעם שרייבסטו דא?
לאמיר זען נעם דיך שרייבן, א בער מיט א בער.
ווער נישט פאלוירן אז די מאנאפאלי איז געפאלן.
איך בין דיין גוטר חבר, איך פלעג מיט דיר אסאך שמועסן, און איך בין נישט דיין ברודער.
כל טוב
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 08:48 |
|
| |
ווארהייט,
איך זע דארט שטייט
"אפענע שקרים, צי פארקירעווען די פראפעשעניליזם פינעם פורום!"
נישט פשוט אזוי ווי די זאגסט "אפענע שקרים איז שטרענג פארבאטן"
די ביזט א שקרן דארט שטייט נישט "שטרענג" און נישט "פאבאטן"
און איך זע געשריבן דארט אסאך סתם שקר פון ארונים און פון זאלונים, און מהאט דאס נישט אראפ גענימען.
ווייסט וואס נאך איך זע?, אז די ווייסט זייער גוט וויאזוי דא גייט אויסקיקען, לייגסט עס נאר אן אויף יענעם.
כל טוב
תוקן על ידי - שלמההמלך - 28/12/2005 8:53:58
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 08:57 |
|
| |
ענדליך זאגט שוין איינער וואס איך טראכט אזוי לאנג.
איך דארף נישט פרוף, די מציאות זאגט שוין אלעס.
און שלמה, איך מיין אז "דו" זעסט וויזוי דא גייט אויסקוקן, וועגן דעם ביזטו אזוי צוווילדעוועט...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 09:25 |
|
| |
שלמה המלך, דרייניץ, אידישקינד, האסטרעכט, אנשדסאטמער און אלע נייע ניקס וואס דו האסט פאבריצירט אין די לעצטע פאר טעג.
איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז חדשות אנש איז קאנטראלירט געווארן דורך אהרונים, ווייל דאס איז א שקר מוחלט, דזשובוי איז אלעמאל געווען מער נוטה צו די זאלונים ווי צו די אהרונים!
איך האב נאר געשריבן א פאקט אז די זאליס שטייען אונטער דעם פארום חדשותאנש סאטמאר, און האבן א באהאלטענע אגענדע!
תוקן על ידי - ווארהייט - 28/12/2005 9:36:01
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 17:48 |
|
| |
אויב וועט דער פארום נישט האבן קיין ארגומענטן וועט דאס בקרוב אפייגערן, עס איז נישט קיין פאן אן קיין וויכיחים,
די מנהלים דארפן מאשר זיין די זאלונים שרייבערס עס זאל זיין אביסל לעבעדיג דא,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 18:03 |
|
| |
די מנהל האט שוין מאשר געווען אלע זאלונים.
יעדער וואס האט געבעטן אן אישור האט גלייך באקומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 18:08 |
|
| |
נמחק מפני סיבה
תוקן על ידי - שלום_משה - 28/12/2005 18:31:22
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 21:10 |
|
| |
זאג נאר ווארהייט, ענטפער מיר קלאהר,
קענסטו שרייבן אויף א פורום וואס די זאלונים קענען אויך שרייבן פונקט ווי דיר?
און טאמער נישט, מיזטו איינרעדן דיינע נערונימלעך א פריש געבאקענע מעשה, מיט חוזקדיגע הוכחות?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 21:19 |
|
| |
היינט באקימען אין אישי:
ביטע פאסט דאס אין די אשכולות פון די ענין.
א גרויסן יישר כוח פין פאראויס.
טייערער ווארהייט,
מיר וועלן אייך נישט צענזורירען, נישט אנהויב, און נישט שפעטער, און נישט סוף, נישט אייך, נישט גוטזאגער, נישט קיין איין ארויני, און נישט קיין איין זאלי.
מיט כבוד
אנשדסאטמאר
מנהל
חדשות אנש סאטמאר
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 22:12 |
|
| |
אזוי ווי איך וויל נישט שרייבן אין די אנדערע פורמ וויל איך זיי פרעגן פון דא.
1) איז מעגליך אז מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געשריבן אין ה"פ זאלן אריינקומען און שוין עפענען א פורם מיט אלע קליפערליך?
2) וויאזוי קען זיין אז גראד ווען JEWBOY האט פארמאכט זיין פורם, ביז א האלבע שעה איז שוין געווען א נייע פורם?
אלא מאי איז דאס אלטע שרייבערס מיט א נייע נאמען, וואס ווילט עטס באהאלטן?
און דער איינער טרעקטער וואס האט געשריבן דארט ווי א ארוני האבן זיי זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן און אים גענטפערט בזה"ל
"טרעקטער
נעם דיר דיין פעקל פלייש צוזאמען מיט דיין טרעקטער אין גיי באגראב כל ארויני כולו
פליז לאז דא נארמאל ובמנוחה
שכוח!"
און עטס ווילטס נאך זאגן אז עטס זענטס נייטעראל?
איך אפעליר צו יעדעם איינעם גענצליך צו איגנארירן יענע פורם, און אנווענדן אלע כוחות אויפצובויען די פארם אלס א פלאץ ווי יעדער וועט קענן שרייבן וואס ער וויל, אדרבה זאלן די זאליס אהערקומען אריין שטעלן א מנהל און יעדער וועט זיין צופרידן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 04:51 |
|
| |
אייןסאטמאר, די האלסט אז עס וועט נאך זיין איין סאטמאר? איך מיין די זאלסט דיר טוישן דיין נאמען צו "אייןפורום"
1)ניין סאיז נישט מעגליך, נאר אז מען האט שטודירט 7 יאר אין הייד פארק קאלעדזש.
2)סקען נישט זיין אז גראד ווייל סנעמט א יאר צו עפענען, שוטה, ווי לאנג נעמט צו עפענען א פורום דא?
אלא מאי, בלא בלא בלא בלא בלא בלא
און אז א גולש ענטפערט פאר טרעקטער, איז דאס די מיינונג פון די מנהלים?
בלייב טאקע דא אין די דיינינג רום מיט אלע ארוני און זאלי טשיקעלעך, אין קומט נישט אריין אין די קיך "חדשות אנש סאטמאר"
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 05:02 |
|
| |
ווארהייט, איך וויל דיר העלפן, אז מזאל זען פין וואס די האסט אזוי מורא, פעסט איך עס דיר דא אריין;
"חדשות אנש סאטמאר"
4:16 נשלח ב 23/12/2005 האסטרעכט
די מטרה איז צי צישטעלען א פורום, ווי מ'זאל קענען פרייערהייט אינפארמירען, דעבאטירען, אין אנאליזירען סאטמארע פאליטישע נייעס, אויף א ציוויליזירטען אופן.
יעדער קען שרייבען זיינע מיינונגען אן קיין שטערונגען פין די מנהלים, ווילאנג ס'איז לויט די תקנות הפורום והפארק.
אזוי ווי אינז האף מיר, אז יעדער וועט פין זיך איין האלטען די תקנות, וועט ביז דערווייל יעדער קענען שרייבען אן רעגיסטראציע.
אויף דעם פורום, וועט מען קענען דעבאטירען די מנהלים'ס אויף פירונג אפענערהייט.
דאס איז ענקער פורום, ביטע האלטען פראפעשענאל!
א דאנק
די מנהלים
4:26 נשלח ב 23/12/2005 האסטרעכט
תקנות הפורום:
אויף יעדען שרייבער, ליגט די חוב איין צי האלטען אלע תקנות הפורום והפארק.
די אלע זאכען זענען נישט ערלויבט:
גילו שמות! (אינטער קיין שום אימשטענדען)
אים איידעלע בילדער!
ניבול פה!
פריוואטע פאליטיק!
אפענע שקרים, צי פארקירעווען די פראפעשעניליזם פינעם פורום!
עפענען אן אשכול אויב ס'איז שוין דא אן ענליכס!
די תקנות קענען ווערען אפדעיטעד, ווען ס'פעלט זיך אויס.
3:28 נשלח ב 27/12/2005 אנשדסאטמאר
אזוי ווי מיר האבען באקימען פילע אנפראגען אין רעקאמענדאציעס בנוגע די פירערשאפט פינעם פורום, אין אז מען זאל לייגען מנהלים פין ארוינים אין פין זאלוינים, ווילען מיר דא ברבים ענטפערען אויף דעם.
מיר האבען שוין עטליכע מאל דן געוועהן איבער דעם ענין אין יעצט נאכאמאל בכובד ראש.
אינזער מיינונג איז, אז טאמער וועט מען שטעלען מנהלים צי מעקען אין צי טוישען, אפילו נאר א זאלי מנהל צו מעגען טוישען אדער מעקען א זאלי תגובה, אין נאר א ארויני מנהל צו מעגען טוישען אדער מעקען אן ארויני תגובה,וועט דאס זיין
"אין לדבר סוף"
אין אמת'ן, די איידיע הערט זיך, אין זעהט אויס זייער גיט, אין מיר האבען אליינס לכתחילה אזוי געטראכט, נאך מיט חדשים צירוק, אבער אין פראקטיק וועט זיך דאס כמעט זיכער נישט אויס ארבייטען.
ווייל טראכט אריין, אז א מנהל וועט אויס מעקען אדער טוישען א תגובה פין זיין אייגענע פארטיי, ווייל ס'איז צי שארף אדער פאר סיי וואס, וועט דאך דער מנהל פין די אנדערע זייט פילען א חוב צי טין דאס זעלבע ביי זיך, וועט זיך אן הייבען א דאגה, פין "שוקל זיין" וואס ס'איז צי שארף?.
אין יעדער שרייבער אין לייענער וועט שיקען פאר זיין מנהל, אין פארען אנדערען מנהל, וואס צי מעקן אין ווען צי מעקן.
די פורום האבען מיר געמאכט, אז סיי ארוינים אין סיי זאלוינים, זאלען זיך פילען זייער באקוועם, אין שרייבען אן א ציטער אז מען וועט זיי צענזארירען. אדרבא, אזוי וועט יעדער צד רעספעקטירען די אנדערע צד וואס קען פינקט אזוי צירוק ענטפערען.
ממילא וועט דא זיין;
A SELF CONTROLLED FORUM, AND AN EVEN PLAYING FIELD
ווי א יעדער וועט שרייבען אויף אזוי ווייט ווי ער וויל מען זאל אים צירוק ענטפערען.
די פורום וועט ארבייטן אזוי ווי א דין תורה, אין אזוי ווי א קארט קעיס, ווי יעדער קען אראפ לייגען אלעס אויפן טיש. אלע צדדים וועלען שרייבען, אין די לייענער וועלען זיין די דיינים אין די דזשאדזשעס.
די פורום איז נישט קיין קאמפעטישען פאר "חדשות אנש" פינקט פארקערט, מיר רעקאמענדירען "חדשות אנש" פאר אלע נישט סאטמארע פאליטיק.
3:33 נשלח ב 27/12/2005 אנשדסאטמאר
1:8 נשלח ב 23/12/2005 האסטרעכט
שלום,
עס זענען אמאל געקימען צוויי מענטשען מיט א סיכסוך צי א רבי'ן, דער רבי הערט אויס דעם ערשטען אין ער זאגט אים,
"די האסט רעכט".
נאכדעם הערט ער אויס דעם צווייטען, אין ער זאגט אים,
"די האסט רעכט".
קימט די רעביצען צי לויפען מיט איין בהלה, וואס גייט דא פאר, פאר ביידע זאגסטו,
"די האסט רעכט"? ווי אזוי קען דאס זיין?!
זאגט איר דער רבי,
"די האסט (אויך) רעכט".
אין איך פיר אויס:
אז "די האסט רעכט" צי שרייבען אויף דעם פורם.
ווי לאנג עס איז אויס געהאלטען לויט די תקנות הפורם והפארק.
שרייבט געזינטערהייט!
ענקער געטרייער מנהל
האסטרעכט
6:59 נשלח ב 28/12/2005 אנשדסאטמאר
להוי ידיע, ולהוציא מליבם.
מיר האבן נישט אראפגענימען די אשכול וואס פומבדיתא, האט געעפענט מיט די פארמאסי פעיפערס.
(לכאורה האט דאס די מערכת ארפגענימען ווייל איינער איז זיי געגאנגען אויף די...............)
נישט פאר עפעס אנדערש, נאר ווייל אינזער פאליסי איז קלאר, אזוי ווי מיר שרייבן אינעם אשכול "מטרה ותקנות הפורום" זעהט http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1728870
און אינעם אשכול" די פורום מאחורי הפרגוד! !A Must Read" זעהט http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1735163
בעיקר אז;
"די פורום וועט ארבייטן אזוי ווי א דין תורה, אין אזוי ווי א קארט קעיס, ווי יעדער קען אראפ לייגען אלעס אויפן טיש. אלע צדדים וועלן שרייבען, אין די לייענער וועלן זיין די דיינים אין די דזשאדזשעס."
הוא אשר דברנו;
זאל מען זיך דא מסווכח זיין, צי מ'מעג עס ארויפלייגן, צי ס'איז א מיעסע זאך, צי די ארוינים האבן פין דעם א טובה אדער א רעה, צי די זאלוינים האבן פין דעם א טובה אדער א רעה.
איך וויל דא נאכאמאהל שטארק באטאהנען, אז דא וועט נישט זיין קיין "בייעס" קיינמאהל נישט, פאר קיין שום סיבה נישט, און דא וועט מען נישט צענזורירען, נישט קיין ארוינים, און נישט קיין זאלוינים.
דא וועלן די שרייבערס האבן רעספעקט פאר די אנדערע שרייבער און פאר די לייענער, נישט פאר די מנהלים, מיר זענען נישט בארעכטיגט מיט מער דרך ארץ ווי די וואס מ'באשרייבט דא.
לגבי דאס וואס עטליכע האבן אנגעפרעגט און אנגעטראגן, אז מ'זאל דארפן שרייבן "ר'" אויף דעם אדער אויף יענעם, איז אזוי, מיר האלטן אז יעדער שרייבער וועט זיך דא מאכן זיין אייגענג מאס דיגנוטי, זאל ער זיין ריספאנסעבל פאר וואס ער האט געשריבן, ער וועט מיזן בלייבן לעבן מיט די רעפויטעישן וואס ער האט זיך דא געמאכט, מיר קענען דאס סיי ווי נישט צווינגען, אינפארסן, אדער האלטן אין איין מעקן, פארעכטן, ס'וועט זיין "אין לדבר סוף", אין די זעלבע איז געזאגט געווארן פאר אלע אנדערע זאכן נישט נאר "ר'", אין נישט ווייל מיר קערען נישט או נישט ווייל מיר זענען אויסווארפן, אויסדריקליך נישט.
מיר נעמען אויסדריקליך נישט קיין אחריות און מיר זענען נישט פאראנטפארטליך פאר די מיינונגען, און פאר די געשרייבעכצער אויף די פורום, נאר אויף וואס מיר שרייבן אליין, ווען מיר וואלטן צענזורירט, וואלטן מיר געווען אחראי אויף וואס מיר נעמען נישט אראפ, אבער אזוי ווי מיר צענזורירען נישט, איז יעדער אליין אחראי אויף וואס ער שרייבט.
די תקנות וואס מיר האבן דא געמאכט, איז אויך נישט אלס צענזור, נאר ווייל די פורום איז נישט פאר דעם געמאכט געווארן, דא איז נישט כל העולם כולו, כל ארויני כולו, און נישט כל זאלויני כולו, דא איז כולו סאטמארע פאליטיק, און די תקנות וועלן שטרענג אינפארסירט ווערן.
17:5 נשלח ב 28/12/2005 אנשדסאטמאר
מכתב גלוי צו ארוינים און צו זאלוינים!!!!
אזוי ווי עס זענען דא וואס דרייען אן א דריידל לכבוד חנוכה, אז דא איז נישט נייטראל צו שרייבן פאר יעדעם איינעם, און אז נייטראל מיינט אז מיר זענען זאלוינים.
ווילן מיר דא מגלה דעת זיין אז מיר די מנהלים זענען אלטע גיטע חבירים, איינער אן ארויני, און איינער א זאלי, מיר האבן כסדר גיטע וויכוחים.
קיין איינער פין אינז האט פריער געשריבן אויף הייד פארק פאר יעצט.
מיר האבן זיך שטרענג אינטערגענומען, זיך איינצוהאלטן הונדערט פראצענט, און איר קענט דאס אליין זעהן, און איר וועט דאס אייביג זעהן, גלייבט נישט די פראפעגאנדע, גלייבט וואס איר זעהט, און וואס איר זעהט איז א מחי'.
מיר זענען נישט צוגעבינדן צו קיינעם, קיינעם נישט, און מיר האבן נישט קיין שום אנדערע ניקים, שייכת, אדער שליחות מיט זיי, און מיר פירן נישט קיין שום מערכה, קעגן קיין שום פורום.
די אלע זאכן וואס מ'זאגט אויף אינז, וואס איז אנדערש ווי אינז זאג מיר, איז שקר וחזב.
די וואס צושפרייטן די שקרים, זענען אזעלעכע שוואכע וואס האלטן אז אין אן אפענעם פורום קענען זיי נישט געווינען קיין וויכוח, און זיי ווילן דווקא יא א קאנטראלירטער פורום.
און בכדי ארויסציווייזן, און אנצוהאלטן אינזער טראסט ביי די שרייבער און לייענער, זענען מיר גרייט אויפצונעמען נאך צווי מנהלי משנה מיט באקאנטע ניק'ס, אן ארויני, און א זאלויני, מיט צוויי באדינונגען, איינס, אז זיי מיזן האבן א געוואלטיגן כח המעצר, איו צווייט, נאר אויף צו אינפארסירן די פיר תקנות;
גילו שמות! (אינטער קיין שום אימשטענדען)
אים איידעלע בילדער!
ניבול פה!
פריוואטע פאליטיק!
און אויף די אנדערע תקנות וועט מען נישט דן זיין אליין נאר מיט א וואויט ציווישן די מנהלים.
 |
|
|
|
|
|