|
|
| נשלח ב-28/12/2005 21:47 |
|
| |
רבותי, גענוג געווען !
ביטע אויפהערן דעבאטירן דעם נושא, דער פארום איז נישט מיוסד צו פירן א קאמף מיט קיינעם, אויב ווילט איר העלפן דעם פארום ברענגט אהער אינטערעסאנטע נייעס.
א אשכול וואס וועט זיך עפענען פון יעצט און ווייטער איבער די נושא וועט אויסגעמעקט ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 14:42 |
|
| |
איך בעט ווייטער די חשובע גולשים נישט צו מאכן דא קיין שלאכטפעלד.
היינט צופרי האב איך געמוזט חוסם זיין "שלמה המלך", וועלכער האט צוליב אומבאקאנטע סיבות באשלאסן צו סאבאטאזשירן דעם פארום און אנגעפירקלט דרייסיג אשכולות אלע מיטן נאמען טעסט.
אונז זעמיר נישט דא זיך צו קריגן, טעראר וועט זיכער נישט מצליח זיין, נאר מיט ענקער הילף וועט עס האבן הצלחה.
יישר כח.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 21:23 |
|
| |
איך האב דאס באקימען אין אישי פין שלמה המלך, אז איך זאל דאס דא אריין לייגען:
אזוי ווי ווארהייט האט נעכטען סטבאטאדזשירט דעם נייטראלען פורום "חדשות אנש סאטמאר", מיטען עפענען דארט 36 נייע אשכולות, אין דאס האט גורם געוועהן אז אסאך אשכולות זענען פארשווינדען געווארען, אין נאך דעם איז ער אריבער געקימען אין דעם פורום, אין געשריבען אז דארט מעקט מען, האב איך דא געעפענט א אשכול מיטען נאמען:
"ענטפער פון מנהל פין נייטראלן פורום"
אין דארטען געשריבען:
"דער מנהל פונעם נייטראלן פורום, האט מיר גענטפערט אז ווייל ווארהייט האט זיי סאבטאשירן און געעפנט 36 אשכולות, האבן זיך אסאך אשכולות באהאלטן צייטווייליג ביז די נעקסטע ריסעט פין הייד פארק און מהאט גארנישט געמעקט דארט נאר די סאבאטאזש.
איך גיי דאס דא פראבירן צו זען אויב עס געשעט דא אויך, ביטע אראפנעמען די טעסט אשכולוס, און ביטע מיך נישט חוסם זיין.
יישר כח"
למעשה האט מען מיך יא חוסם געוועהן.
בעט איך דיר, אזוי ווי די נארמאל, זאלסטי בעטען אז זיי זאלען מיך צירוק עפענען, ווייל איך האב דאס נישט געטון צי סאבאטאדזשירען.
איך האב דאס מודיע געוועהן פין פאראויס, אין געבעטען מען זאל אראפ נעמען די טעסט אשכולות.
טאמער שוין יא חוסם זיין, דארפסטי חוסם זיין ווארהייט מיט אלע זיינע ניקס!
ווייל ער האט דאס גורם געוועהן.
ישר כח פארען מנהל פין פאראויס פארען מיך לאזען ווייטער שרייבען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 21:38 |
|
| |
יעצט איז שוין יעדער איבערצייגט אז
נערמאל,אין שלמה המלך, איז איין מענטשן וואס האט פרצופאל צוויי ניקים
אזוי אויך איז שוין לאנג באוויסט אז
דרייניץ, נערמאל,חדשותאנשדסאטמער איז אויך איין מענטש מיט דריי ניקים
די שאלה איז נאר וויפיל ניקים נאך די גרופע האט?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 21:47 |
|
| |
איך מיין אז די דארםסט ווען צי הייסען שלמה המלך.
זאל איך רעדען מיט אים דערוועגען?
נערמאל,אין שלמה המלך,
דרייניץ, נערמאל,חדשותאנשדסאטמער
סא איך בין די אלע, הא?!
שכויח פאר די קאמפלימענט.
אינטערסאנט, אין איך האב געמיינט אז די ביסט ניי דא, דארווייל זעה איך אז די ווייסט שוין פין לאנג.
די ווייסט, צי זאגען ליגענט דארף מען זיין קליג.
סארי, אבער עס זעהט נישט אויס ווי די ביסט!
ביי ביי, אין פארגעס נישט צי נעמען דיין צומי, אויקע!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:39 |
|
| |
איז דאס איין מענטש? אדער א גרופע? קענסט נישט אפמאכן דיין מיינד? וואס די ווייסט נישט אליין ווילסטו איינרעדן פאר יענעם?
הא? קעי דזשעי.
תוקן על ידי - שלמההמלך - 30/12/2005 7:38:54
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|