| נשלח ב-28/12/2005 22:38 |
|
| |
עולם התורה שטורעמט מיט תורה פון רב נעכטן
אלע יארן זענען די לעכטיגע חנוכה טעג געווען פון א ספעציעלן טעם ביי סאטמארע חסידים, וועלכע האבן זיך דערקוויקט מיט די לעכטיגע טישן און ד"ת פון די הייליגע רבי'ס.
די עלטערע אידן געדענקען נאך ווי ביים רבי'ן זי"ע איז חנוכה געווען א צייט פאר אויסטערלישע חידושים, וואס מען האט ממש נישט געזען א גאנץ יאר. אזוי אויך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א האט מען אין די טעג געהערט אויסערגעווענליכע פשט'לעך און תורות אויף א פארנעם וואס מ'פלעגט נישט זען דורכן יאר.
ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, און היינט ווען עס איז ליידער והוא מחולל מפשעינו, און מיר האבן נישט די זכי' צו הערן ד"ת פון כ"ק רבינו שליט"א, האט אונז דער רבש"ע מזכה געווען אז מ'קען הערן פייערדיגע ד"ת פון מורינו הגאב"ד שליט"א.
אבער וואס עס איז געווען נעכטן איז א זעלטנהייט אפילו אין קרית יואל !
עס איז געווען א תורה פון א דריי פערטל שעה, וואס אפילו די לומדים האבן זיך געפלאגט מיטצוהאלטן מיטן פלייץ פון פרי מגדימ'ס און חוות דעת, און א געוואלד ראשונים ואחרונים וואס זענען "אדורך" דארט אויפן טיש ביי דרום זייט אין ישיבה גדולה...
דער ביהמ"ד האט ממש געלעבט און געזידט, דער ביהמ"ד איז אינאיינעם געשפרינגען מיט א ריתחא דאורייתא, זקנים עם נערים האבן זיך נישט געקענט אפרייסן פון די וואונדערליכע מראה !
צו הערן די פערל ווערטער קענט איר רופן "קול חוצב להבות אש", 212-990-6378, און דרוקן #3.
שמעו ותחי נפשכם !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2005 23:11 |
|
| |
שוטה, וואס ביסטו העפי מיט א תורה'לע...
ס'קומט דאך גלייך פון די טומאה...
פארפאלן. די טומאה האט א כח. און די קדושה SUCKED ליידער.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 02:36 |
|
| |
יא, יא. די עולם התורה שטורעמט, אבער נישט מיט זיינע יעצטיגע דרשות, די דרשות פון אהרן זענען שוין געווען פארשפרייט אין די גאנצע וועלט וואו ער האט גערעדט אויף יעדן ערליכן רב אין דור! און אפילו אויב פון זיין טאטן האט ער נאך געמאכט א פנים ווי ער האלט יא, האט ער אים אויך שוין אפן מבזה געווען פאר די גאנצע וועלט הונדערטער מאל! אלע ערליכע רבנים אין דור ווילן נישט הערן זיינע דרשות, יעדעס מאל וואס איינער פון ענקערע שווענצעלעך קומט פארקויפן וואסערע שיינע דרשות ער זאגט, דערמאנען זיי אים גראד די "שיינע" דרשות וואס ער האט געזאגט, און וואס וועט פון אים קיינמאל נישט אראפגיין!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 03:03 |
|
| |
אוי, טרעקטער האט דיר שוין מקדים געווען.
איך מיין אז דו דארפסט טאקע זוכן א רבי וואס קען זאגן אזעלכע תורות ווי שקל שלם אד"ג, אבער נאר אויב ס'קומט דורך קדושה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2005 18:44 |
|
| |
פון ווי דער רב שליט"א נעמט זיין כח התורה ווייס איך טאקע נישט אבער פון ווי יענער נעמט זיין עם הארציות ווייס איך יא
"אז מ'לערענט נישט קען מען נישט"
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|