אזוי ווי עס האט אויסגעבראכען א מלחמה כבידה אויף די צוויי הויפט אשכולות פין סאטמער
די מלחמה איז לכאורה ווער עס וועט זיין די מנהלים צי קענען קאנטראלירען די ספין אין די PR
איך שלאג פאר א שלום פלאן (אויף ביידע אשכולות)
מען זאל ציזאם שמעלצען ביידע אשכולות אינאיינעם די צוויי מנהלים זאלען נעמען א דריטען וואס איז עכט נייטראל מיט א היסטארי פין בעפאר (נישט א נייע ניק) אלס מנהל משנה אין מכריע אדער מתווך,
איך האב נישט גערעדט וועגען דעם מיט קיינעם אין זאל נישט געטייטשט ווערען אז איינער האט מיך אינטערגעשטעלט
וואס זאגט דער עולם צים פלאן איך בין זיכער אז טאמער דער עולם וועט ארויסווייזען א פאזיטיווען ענטפער אין אפילו די מנהלים וועלען האבען ספיקות וועלען זיי זיך מיזען בייגען
פארשטייט זיך אז די תקנות וועלען מיזען אויסגעארבעט ווערען צווישען די דריי מייסדים
איך מיין אז עס זאל הייסען
הכל מכל כל דסאטמער
נשלח ב-29/12/2005 01:47
הכל בכל, הופר 13,
האסט א פראבלעם מיט די תקנות פין "חדשות אנש סאטמאר"? ואס וואלסטו געטשענדזט פון זייערע תקנות? קען מען דען יעדן צופרידן שטעלן? איך מיין אז די תקנות דארט איז זייער גיט, די וועסט דאך נאר זיין צופרידן אז מען וועט מער בינדן די זאליס.
די ביזט דארט גארניט געבינדן, מעדיקל רעקארדס יוכיח.
נשלח ב-29/12/2005 02:07
איעדער ווייסט ווי איך באלאנג אין איך האב מורא אז איינמאל מען וועט באקימען קאנטראל אויף די מידיע וועט זיך די ראלס טוישען
אין מיר געפעלט נישט אז פליצלינג ווערען די זאלוינישע מנהלים ווי שעפעלעך די אהרוינישע זאגען אפען אז מען מיז האבען א ביסעלע מער קאנטראל
במילא קען זיין אז ווען ביידע וועלען זיין אין די הנהלה וועט עס בעסער ארבייטען
אין אפשר נישט
אדרבה לאז הערען מיינונגען
נשלח ב-29/12/2005 02:24
דאס איז וואס אונזער מנהל האלט און איין איבער זאגן נאר די זאליס ווילן נישט זיי ווילן האבן די מאכט דא אויף הייד פארק וואס פאר דעם האט דזוויבוי אויס געמקט אלעס די קענסט זען ווען די מנהל פון חדשות אנש סאטמער האט א מניט צייט שרייבט ער א דאנק פאר דזוויבוי איז צום אויספיר13hooper אז די ווילסט עפעס אויף טין דארפסט רעדן צו די מנהל פון חדשות אנש סאטמער ער זאל זיך ברעכן
נשלח ב-29/12/2005 02:56
אויב טוישן נאמען זאל עס זיין 'כל סאטמאר כולו'
תוקן על ידי - allgood1s - 29/12/2005 3:00:16
נשלח ב-29/12/2005 03:07
הכל בכל,
האסטו פארלאנגט א פארזיכערונג פון זיי אז וועלן נישט טוישן די ראלס?, אז די ווארפסט אויף זיי אזא ערנסטע שולד? און פארוואס רעדסטו דיך איין אז זיי זענען זאלונים?...............אה ווארהייט האט דיר אויסגעזאגט די סוד, אפשר זענען זיי גאר ארונים, און זיי וועלן טוישן די ראלס אזוי אז עס וועט זיין גיט פאר דיר.
די שוטה איינער, ביזדערווייל איז דאך דארט בעסער, אסאך בעסער.
אז די זאגסט מיר קלאר וועלעכע די ווילסט?, וועל איך דאס אנטראגן פאר די מנהלים, און איך וועל שתדלן דערפאר, אבער איך קען דיר גארנישט גאראנטירן ווייל איך טאפ נאך אויך און די פינסטער מיט זיי.
תוקן על ידי - שלמההמלך - 29/12/2005 8:09:20
נשלח ב-29/12/2005 08:09
שלמה
שתדטלן ספעלט מען שתדלן
בכלל וואס פעהלט אויס נערישע קריטיק אין אהנריפען איינעם מיט דיין לעצטע נאמען
נשלח ב-29/12/2005 08:14
ווי איז מיין לעצטע נאמען?
ווארהייט, ביטע ענטפער.
נשלח ב-29/12/2005 08:37
די אליין האסט היינט געשריבען דיין לעצטע נאמען אין די ווייסט שוין נישט ווען
איך וועל דיך איינמאל דערמאנען אבער פליז פארגעס עס נישט
שוטה
זאג עס דריי מאל
נשלח ב-29/12/2005 09:08
דא האט איהר א סעמפעל פין דאס נייטראלקייט פין חדשות אנש ד'זאליס
זיי האלטען אין איין פרעדיגען אז מען זאל גיין צי זיי אין זיי וועלען זיין נייטראל אין נישט מעקען נאר אין אויסערגעווענליכע אימשטענדען
איך האב פאהרגעשלאגען א שלום פלאן באמת א נייטראלע אין וואס מיינט איהר האבען זיי געטיהן , זיי האבען דאס אפגעמעקט
איך ווייס באמת נישט וואס איז געווען מיין חטא מיזט נישט אהננעמען דעם פאהרשלאג אין איך זעה נאך נישט אז די הנהלה פין כל העולם כולו זאל מיר ענטפערען אויף דעם פארשלאג
דער חילוק איז, כל העולם האט נישט געמעקט אין חדשות אנש האט יא געמעקט
יעצט פארשטייט איהר שוין פארוואס מען קען זיי נישט טראסטען
נשלח ב-29/12/2005 09:47
דאס האב איך גשריבן פאר דיר דארט,
9:41 נשלח ב 29/12/2005 שלמההמלך
אזוי ווי הכל בכל הופער פאפער 13 פערטין, פארקויפט אין די ווארימע מקוה אז מהאט אויסגעמעקט זיין אשכול, ווייל ער איז געווען צו פויל אראפ צו סקרוילן ביז אינטן, שרייב איך דא אריין, עס ארויף צו ברענגען אויבן, און צו ווייזן פארן עולם וואספארא שקר ער פארקויפט דארט.