בית פורומים באבוב

צוויי רבי'ס צוויי דרכים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2005 04:49 לינק ישיר 
צוויי רבי'ס צוויי דרכים

כתשובה לשאלתך:

לאז מיר ענק געבן צו פארשטיין, ביי צדיקים די מושג און די התנהגות פין "צו גיין אין די וועג פין די עלטערן" מיינט נישט נאכצומאכן די מענטשליכע געוואינהייט וואס מענטשן האבן ביי געוויסע געלעגנהייטן, נאר מ'מיינט דאס נאכמאכן די הנהגה און די עבודה פינם צדיק, און וויבאלד אז מ'גלייבט אז דער פריעדיגע צדיק האט געהאט הייליגע מחשבות און כוונות מיט יעדן ריר, איז ממילא מאכט מען נאך די מנהגים און הדרכות אפילו מ'פארשטייט נישט די כוונות און דעם, נאר מ'גלייבט אז בזכות דעם וואס מ'וועט זיך נישט רורן קיין מלא נימא פין דעם צדיק'ס אויסגעטרויטענע וועג, וועלן די ווייטערע דורות בלייבן חסידים ואנשי מעשה.

לעניננו:

דער מהר"ש זצ"ל איז געווען צוזאמגעשטעלט פין צוויי שטארקע סארט הנהגות, קודם כל איז ער געווען אן גרויסע עובד את ה' אין אויכעט האט ער געהאט אן זעלטענע אהבת ה' און אן געוואלדיגע אהבה צו יעדן אידישע נשמה, מיט אויסערגעווענדליכע אויסגעארבעטע מידות, און אזוי אויכעט האט ער שטארק מקפיד געווען צו ממשיך זיין די מנהגים וואס ער האט געזעהן ביי זיין טאטן וואס קומען למעלה בקודש אזוי געווען איינגעפירט ביי די קדושי עליון מקימי החסידות,

פין דער צווייטע זייט האט ער אויכעט געהאט א שטארקן שיינעם רבישע צורה, און אויכעט אן שטארקן רביש'ע הנהגה,

יעצט איז דא צוויי רבי'ס וואס ביי ביידע דרייען זיך באבובער חסידים, אין ווי עס זעהט אויס האבן זיך די צוויי רבי'ס אויכעט זיך צוטיילט אין די מהרש'ס דרך,

רב"צ וואס האט אן שיינעם אויסזעהן און שיינע קול, האט באשלאסן אז וויבאלד אז ער האט ממילא נישט קיין אמונה אין די אלע אלטע מנהגים און בכלל די באבובע דרך איז א זאך וואס האט נישט קיין תוכן, נישט מחייב, אין ס'איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס זיך צו שטעלן אויף די סארט מנהגים,

נאר וואס יא? ער וועט גיין און די צווייטע חלק פין די מהרש'ס הנהגה, אין דארטן האט ער שוין יא אמונה אז ער וועט מצליח זיין, דהיינו שיינקייט, רבישקייט, פעסטקייט, און טאקע אויף די סארט זאכן לייגט ער אן שטארקן דגש, זייט זיין הכתרה איז כמעט נישט אריבער א וואך אהן דעם וואס זיין פנים זאל נישט זיין אין די צייטונגען, ספעציאלע מומחים ווערן באצאלט אז זיי זאלן כאפן ווי שענערע בילדער פין אלע זייטן, אזוי אויכעט איז דא אן שטארקן דגש אז ווען רב"צ קומט אריין אין די בימ"ד זאל עס זיין פיהל, און אויב נישט קומט ער נישט ווי ווייט מעגליך,
ווי למשל "מלוה מלכה'ס", דאס ווייסט יעדער אז ביי מלוה מלכה'ס קומט נישט נאר קוים א מצומצמ'דיגער עולם, אין רב"צ האט געוויסט אז דא דארף ער באשליסן, אדער גיין לויט די ערשטער חלק פין די מהרש'ס דרך - חלק הרוחני, אז מ'קען משפיע זיין דכרי הדרכה, אדער בכלל ע"פ נוסח הצדיקים נישא צו משנה זיין פין אן מנהג, אדער- קוקן אויפן שיינקייט און מלכות'קייט,
האט רב"צ באשלאסן אז אזוי ווי זיין שניט איז "נאר" מלכות'דיג און פראכטפוליג, ממילא וועט ער "נישט" פירן קיין מלוה מלכ'ס, אין אזוי איז דא זעהר אסאך דוגמאות,

למשל יעצט פאר חנוכה האט פאר די זעקלטשינער געפייניגט א שטארקע פראבלעם, חנוכה קומט דאך א קליין עולם אלע יאהר צום צינדען, איז וויאזוי קען ער ארויסקומען? דא האנדעלט זיך שוין נישט פין קיין "מלוה דמלכה'ס" ? מ'מיז דאך צינדן ?

פארדעם האט ער באשלאסן אז ביי עם וועט מען נישט זינגען "טריקענע " טיש ניגונים, נאר מ'וועט זינגען שיינע חנוכה ניגונים מיט אנדערע אינטערעסאנטע ניגונים כדי עולם זאל זיין אינטערעסאנט און זאלן קומען אינגרויסן.

די זעלבע ביים חנוכה טיש, סתם טיילן די ביטערע זויערע מעהד? ניין! ביי עם וועט מען געבן פיינע געשמאקע געטראנקען אזוי אז די עולם זאל האבן חשק צו קומען און ממילא וועט דאך זיין אן גרעסערע עולם וכו',

און אזוי אויכעט האט ער געהייסן טיילן "קאמפאט", ווייל סתם טיילן ברויט מיט קעז האט נישט קיין פשט, אין אזוי מיט קאמפאט האט עס מער א שענערן אויסזעהן,

און פארדעם מעג ער האלטן אן הוק-אפ דרשה פאר די בנות ציון מיידלעך, איי די מהר"ש האט געהאט די בנות 25 יאהר און האט קיין איינמאהל נישט גערעדט פאר די מיידלעך? איז ווער קוקט וואס די מהר"ש האט געטוהן? דאס מאכט אן גיטן רושם? דאס איז אן מצב? די מיידלעך וועלן רעדן פין דעם? ס'איז אן שטארקע זאך? טוט מען עס!!


און פאר דער סיבה מעג מען גנבענען מוסדות, מעג מען ווארפן מענטשן פין בימ"ד, מעג מען אהנשרייען און באליידיגן חשובי עם, מעג מען ווארפן פאשקעווילן, אדער רייסן יענעמס מודעות, און שטערן אנדערע קהילות מיט זייערע הצלחה, אדער האלטן דרשות אקעגן אנדערע גדולים, אדער אהנשרייען מענטשן אינמיטן דאווענען וכו' אי אפשר לפורטם כי רבים הם,

ווייל רב"צ קוקט נישט אויף די עבודה פינם מהר"ש נאר אויף די שיינקייט, און אויב דארף מען באשליסן אויף א געוויסע זאך ווארפט מען אוועק אינגאנצן די באבובער דרך, און מ'קוקט נאר אויפן פראסטן גראבער אויגן בליק "וואס וועט מיך מאכן שטערקער-גרעסער-פראכטיגער....

משא"כ רמ"ד, וואס ער מיט זיינע חסידים גייען אינם "דרך" וואס די מהר"ש האט אינז געלערנט אין אונז טוה מיר ווי זיין "רצון" וואלט געווען, מ'מאכט נאך זיין "עבודת ה'" אין מ'פירט זיך לויט זיינע אהנווייזונגען,ממילא וועט מען ביי אונז די אלע "נייע" סארט הנהגות נישט זעהן, ווייל דאס איז דאך די היפך, אין אונז גלייבן מיר אז די הנהגה פין די מהר"ש מיט זיינע מנהגים אין זיין דרך, איז נישט קדשם לשעתו, נאר קדשם לעתיד- די דרך וועט אונז האלטן ביי יידישקייט, די דרך וועט אונז האלטן נאנט צו אונזערע רבי'ס, און די דרך איז די דרך און דרך המחשבה פין די מהרנ"ץ זצ"ל, ער האט נישט געהאלטן פין די פאמפע מעשיות מיט שיינע קול און "זיסע" דברי תורה, נאר פין עבודת ה', מידות, און ברכו נלך עד ביאת משיח אמן.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2005 02:05 לינק ישיר 

היות ובבאבוב חינכו שלא ללעוג על מנהיגי ציבור יהיה מי שיהיה. אכתוב את האמור למעלה בנוסח שונה מעט.
כידוע, האדמור מבעלז שליט"א, שינה הרבה מדרך בעלזא, אין שם היום כמעט זכר לאלטע חסידע בעלזעא חניוקישע ליידער.
הכל נעשה מודרני ושיווקי, החסידות מתנהלת כמו מפלגת הדמוקרטן בארה"ב. יש יועצים ואיסטרטגי. והמנהיג הולך לפי רצון העם, והעם אוהב אנשים 'חזקים'. ולכן הוא מרשים עצמו כמנהיג דגול, הוא יוזם פרויקטים גדולים, וכל הזמן 'מנהיג'.
גם הוא המציא שאפשר לדבר לנשים בהוק אפ, וכו' וכו'.
הוא מה שנקרא החסידות החדשה, הכל תצוגתי ומרשים.
רב"צ ה"ש מיום הראשון שעלה בכח על הכסא, החליט לילך בדרכו של הבעלזער, שהוכח כהצלחה גדולה.

לעומת זאת אדמו"ר מבאבוב שליט"א הולך בדרך אלטן גאליציאניש, ועל זה תהא תפארתו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2005 07:49 לינק ישיר 

יחי ההבדל הקטן, האדמו"ר מבעלזא הוא פיקח וחכם ובגלל זה השיטה עובד אצלו, ורב"צ הוא לא חכם ולא פיקח, ומאז שהוא רבי, אז ביום ההכתרה חצי באבוב הפנו לו גב והשאירו אותו אם כל הבניינים, ולא רק זה אלא מאז הרבה חסידים עברו את הנהר,

וזה ההבדל הוא אם החכמה והשיטה בונה כל הזמן, ורב"צ אם השטיקעס שלו והשיטה הורס את עצמו ומבריח אנשים.

על זה נאמר.....ונזכה ונחיה ונראה ונירש טובה וברכה..

תוקן על ידי - bzalh - 30/12/2005 17:30:50



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2005 21:09 לינק ישיר 

שמעתי שרב"צ לחש זאת בעצמו לתוך הרמקול באחד מלילות החנוכה, שהוא מקנא בדרך בעלזא,

תוקן על ידי - bzalh - 01/01/2006 6:52:11



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2006 04:26 לינק ישיר 

SIM
אני לא מאמין למראה עיני

אני מבקש ממך בבומפי נא הסר החרפה הזאת, זה נגד דרך רבותינו נבג"מ,

האדמו"ר מבעלז שליט"א הוא מגדולי וחשובי האדמורי"ם בדור, ואפילו אם זה שיטתך, מדוע אתה גורר את קהילתנו לזה??




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > צוויי רבי'ס צוויי דרכים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext