זאליס שלאגן זיך וועגן מקוה געיטס
איינס פון די "אויפטוען" פון די נייע רבנות איז געווען אז מגייט צוריקברענגען כבוד פון רבין ז"ל, נישט ווי די אהרוינם וואס ווילן מאכן פארגעסן דעם רבין ז"ל, וכו' וכו' וכו'.
ווי מזעט טאקע אז אין די לעצטע פאר יאר איז שטארק ארויפגעברענגט געווארן די כבוד פון רבין ז"ל, ווי למשל אז אין די אהרונישע ישיבה גדולה האט מען אנגעהויבן לערנען ליטוויש, וואס דער רבי ז"ל שרייבט אז דאס פירט אראפ די גאנצן דור פון אידישקייט, און אין קווינס טאקע האט מען געסטאפט און מלערנט נאר אזויווי די רבי ז"ל האט געוואלט.
א אנדערע זאך וואו די "שקצים" די אהרונים האבן "משנה" געווען איז די מקוה געיטס, אפילו די רבי ז"ל האט געזאגט אז מטאר נישט צושפארן די טיר פאר איינעם וואס האט נישט קיין גלעט, אבער אין קרית יואל האט מען געמאכט נייע באראפארקער מנהגים און משפארט יא צו די טיר.
דאס בערך איז געווען די נוסח פון מיילעך שטערן אין זיינע "כת המולך" פאשקעווילן פאריגע זומער קעגן קרית יואל.
סהאט נישט לאנג גענומען און די זאליס האבן דערשמעקט אז מקען מאכן געלט... זייער אבאנטש אהרונים גייען אין מקוה אומבאצאלט, סאו גייען זיי אויך מאכן די מקוה געיטס!
געטראכט און געטון, זיי האבן אנגעקאלט לעפקאוויטש און באשטעלט 13 געיטס פאר אלע מקוואות אין די זאלי שולן אין וומ"ס.
אבער די מיילעך שטערנ'ס אין וומ"ס האבן אנגעהויבן פארפירן, היתכן? מאיז "משנה" פון רבין ז"ל? און סאיז געווארן א גאנצע פאטשקעריי צווישן די זאליס.
איז געבליבן אז מגייט פרעגן די "בד"ץ"... אבער די בד"ץ איז אויך צוטיילט, איינער שרייט אז מטאר נישט משנה זיין, אבער די אנדערע טענהט אז ממוז משנה זיין ווייל מדארף צופיקסן די אהרונים.
איז געבליבן א פשרה, ביז ווען ראזענוואסער געט נישט ארויס זיין פסק גייט מען נישט לייגן די געיטס, ווייל ר' בערל פריעדמאן האט דאך שוין געמאלדן אז סאיז א "מניח מעותיו על קרן הצבי". און ווען ראזענוואסער וועט פסקנען וועט מען זען, אויב געט ער פאר די זאליס גייט מען עס לייגן, אז נישט וועט מען מוזן פאלגן די רבי ז"ל.
און דערווייל שטייט לעפקאוויטש און וויינט, אז ער איז געבליבן סטאק מיט די ארבעט.
איך האב איך צוגעזאגט אז ווען אונז גיימיר געווינען וועט מען ווייטער נעמען די געיטס, נאר דעמאלטס וועט עס א אנדערער באצאלן...
 |
|
|